- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער הײַנטיקער צײַט ווערט די ייִדישע וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע באַוועגונג צומאָל באַטראַכט אין אַ טייל שטרענג-פֿרומע קרײַזן ווי אַ "נישט-טראַדיציאָנעלע". די קריטיקער פֿון וועגעטאַריאַניזם טענהן, אַז ייִדישקייט איז, כּלומרשט, בעצם אַן "אַנטי־וועגעטאַרישע" רעליגיע, ווײַל אַ סך ייִדישע טראַדיציעס זענען פֿאַרבונדן דווקא מיטן עסן פֿלייש. אַחוץ דעם, ווערן די וועגעטאַריאַנער אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן אַרײַנמישן "אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע אידעאָלאָגיע" אינעם ייִדישן לעבן. דער היסטאָרישער אַנאַליז פֿון דער ייִדישער טראַדיציע ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ביידע טענות זענען נישט באַרעכטיקט. ערשטנס, זענען די פּראָ-וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע אידעען ברייט פֿאַרשפּרייט אין די קבלה-ספֿרים, ווי אויך אין די ווערק פֿון געוויסע מחקרים, ייִדישע רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן. צווייטנס, הגם אַ טייל תּורה-גדולים האָבן זיך טאַקע נעגאַטיוו באַצויגן צו די פֿרעמדע השפּעות, האָבן אַ סך פּראָמינענטע רבנים כּסדר באַטראַכט און נישט זעלטן אָנגענומען — פֿאַרשטייט זיך, מיט גרויס אַחריות און אויסקלײַבערישקייט — פֿאַרשיידענע ענינים פֿון נישט־ייִדישע חכמות, אויב זיי זענען נישט אין סתּירה מיט ייִדישקייט. הגם די הײַנטיקע ייִדישע וועגעטאַרישע באַוועגונג איז טאַקע אָפֿט פֿאַרבונדן מיט "פֿרעמדע" סאָציאַלע און פֿילאָסאָפֿישע השפּעות, איז וועגעטאַריאַניזם טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם פֿילאָסאָפֿישן און מיסטישן תּורה-געדאַנק, און איז באַקאַנט אין דער ייִדישער געשיכטע שוין במשך פֿון איבער 2000 יאָר. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ סך אַנדערע עקאָלאָגישע ענינים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל זייער ראַדיקאַלע געדאַנקען, זענען אויך נישט קיין נאָווינע בײַ די ייִדן, הגם די הײַנטיקע ייִדישע וועלט איז, צום באַדויערן, ווייניק באַקאַנט מיט די פֿילאָסאָפֿישע און עזאָטערישע ספֿרים, וווּ די דאָזיקע ענינים ווערן דערמאָנט. די ערשטע באַקאַנטע ייִדישע וועגעטאַריאַנער זענען געווען די איסיים (Essenes) — אַן אַסקעטישע מיסטישע באַוועגונג, וואָס האָט געבליט אין ארץ־ישׂראל אין די צײַטן פֿונעם צווייטן בית-המיקדש. די איסיים האָבן אינגאַנצן אָפּגעלייקנט דאָס פּריוואַטע אייגנטום און געשעפֿטן, געלעבט אין קאָמונעס, און זיך פֿאַרנומען, על-פּי-רובֿ, מיט לאַנדווירשאַפֿט. אַ טייל איסיים האָבן נישט געגעסן קיין פֿלייש, און אַפֿילו כּמעט קיינמאָל נישט געבראַכט די קרבנות אינעם בית-המיקדש. די איסיים האָבן געגלייבט אין גילגולים און זיך געטובֿלט יעדן טאָג צופֿרי אין מיקווה, געקענט געהיימע שמות, סגולות און גימטריאות, און געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון גרויסע מיסטיקער און היילער; אין די טראַדיציאָנעלע היסטאָרישע ספֿרים — למשל "סדר-הדורות" — ווערן די איסיים אָנערקענט ווי אַ מין פֿריִיִקע מקובלים. לויט אַ ייִדישער לעגענדע, האָט דער גרויסער תּנא, רבי נחוניא בן הקנה, מקבל געווען געוויסע סודות-התּורה פֿון אַן איסיי-מיסטיקער מיטן נאָמען מנחם. צום באַדויערן, בלײַבן אַ סך פּרטים וועגן דעם לעבן פֿון דער דאָזיקער אוראַלטער מיסטישער באַוועגונג, ווי אויך וועגן זייער פֿאַרבינדונג מיט דער הײַנטיקער קבלה, אינגאַנצן אומקלאָר. אַ טייל באַקאַנטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן האָבן געהאַלטן, אַז דאָס הרגענען בעלי-חיים איז בעצם אוממאָראַליש. הרבֿ יוסף אַלבו האָט געשריבן אין זײַן "ספֿר-העיקרים" (חלק ג׳, פּרק ט״ו), אַז דאָס עסן פֿלייש ברענגט דעם מענטש צו אַכזריות און כּעס; לויט "ספֿר-העיקרים", האָט די תּורה דערלויבט די ייִדן צו עסן פֿלייש נאָר "צוליב זייער יצר-הרע". אַ צאָל גרויסע פֿילאָסאָפֿן, אַרײַנגערעכנט רמב״ם, הר׳ יוסף אַלבו און הר׳ יצחק אַברבנאל, האָבן געהאַלטן, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן ברענגען די קרבנות צוליב אַן ענלעכער סיבה: ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, זענען זיי געווען צוגעוווינט צו דער עבֿודה-זרה פֿון די מיצרים, וועלכע פֿלעגן כּסדר מקריבֿ זײַן חיות פֿאַר זייערע אָפּגעטער, דערפֿאַר וואָלטן די ייִדן נישט פֿאַרשטאַנען אַ רעליגיע, וואָס האָט נישט אַן עטוואָס ענלעכן ריטואַל. על-פּי-קבלה, האָט דער גאַנצער ענין פֿון שחיטה און קרבנות צו טאָן מיטן פּראָצעס פֿון "בירור-ניצוצות" — "אויסצוקלײַבן" די "פֿינקלעך" פֿון הייליקייט, וואָס זענען באַהאַלטן אין אַלע זאַכן פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די חיות. הגם אין דער שחיטה איז טאַקע דאָ אַן עלעמענט פֿון אַכזריות, מוז מען באַפֿרײַען די דאָזיקע "פֿינקלעך", ווי אויך די מענטשלעכע נשמות, וואָס ווערן צומאָל נתגלגל אין די חיות, פֿון זייער גײַסטיקער "תּפֿיסה". אין דער גמרא "חולין" שטייט, אַז אַן עם-הארץ טאָר נישט עסן קיין פֿלייש; אַ סך מקובלים און אַ טייל חסידישע רביים האָבן באַטאָנט, אַז נאָר צדיקים און תּלמידי-חכמים, וואָס זייערע נשמות זענען "אָנגעווירצט" מיטן גײַסטיקן כּוח פֿון תּורה, מעגן עסן פֿלייש. דער גרויסער מקובל הרבֿ משה קורדואירו (קאָרדאָוועראָ) האָט געהאַלטן, אַז דאָס עסן לעבעדיקע באַשעפֿענישן קען גײַסטיק שאַטן אַפֿילו אַ צדיק, און האָט דערפֿאַר רעקאָמענדירט אויסצומײַדן פֿלייש בכלל. אַזאַ דעה ווערט אויך שאַרף אויסגעדריקט אין "ספֿר-הקנה" — אַן אוראַלטער קבלה-ספֿר, פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציע פֿון רבי נחוניא בן הקנה. אַ טייל הײַנטיקע פֿרומע שטיצער פֿון וועגעטאַריאַניזם עסן נישט קיין פֿליישיקס, דער עיקר, צוליב דעם, וואָס די מאָדערנע פֿלייש-אינדוסטריע איז אָפֿט זייער אַכזריותדיק, און קומט צומאָל אין אַ בולטער סתּירה מיט דער מיצווה פֿון צער-בעלי-חיים; אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע צײַטן, ווען די פֿאַרמער האָבן זיך מענטשלעך באַצויגן צו זייער פֿיך און עופֿות, ווערן זיי הײַנט באַהאַנדלט אומברחמנותדיק, ווי אומבאַלעבטע אָביעקטן. אַ טייל וועגעטאַריאַנער זענען אויך פֿאַרזאָרגט מיט פֿאַרשיידענע כּשרות-פּראָבלעמען. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז דער עכטער "אידעאָלאָגישער" וועגעטאַריאַניזם איז אויך גאַנץ טראַדיציאָנעל — הגם אין די פֿריִערדיקע דורות האָבן בלויז געוויסע אַסקעטישע יחידים אויסגעמיטן פֿלייש. זינט די 1970ער יאָרן האָבן די פֿרומע וועגעטאַריאַנער געזאַמלט אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ענין, און אָרגאַניזירט אַ צאָל אַקטיווע פּראָ-וועגעטאַרישע גרופּעס. אַ צאָל אַקטיוויסטן עסן פֿיש, אָבער נישט קיין פֿלייש, דער עיקר, צוליב כּשרות-סיבות; אַ טייל אַנדערע האַלטן, אַז ס׳איז באַרעכטיקט צו עסן פֿיש און פֿלייש בלויז שבת און יום-טובֿ; ס׳איז אויך דאָ גענוג שטרענגע וועגעטאַריאַנער, וועלכע עסן קיינמאָל נישט קיין לעבעדיקע באַשעפֿענישן. די שטרענגע וועגעטאַריאַנער האַלטן, אַז אַפֿילו אין משיחס צײַטן וועט מען ברענגען נאָר אַ קליינעם מינימום פֿון קרבנות — בלויז כּדי צו באַפֿרײַען די מענטשלעכע נשמות, וואָס זענען נתגלגל אין די בהמות; ווען אַלע גילגולים וועלן באַפֿרײַט ווערן, וועט מען אָפּשאַפֿן די "בלוט-קרבנות" אינגאַנצן. אַ טייל פֿרומע וועגעטאַריאַנער האָפֿן, אויפֿן סמך פֿון געוויסע מדרשים און אַנדערע ספֿרים, אַז אין משיחס צײַטן וועט מען בכלל נישט מקריבֿ זײַן קיין בעלי-חיים, און טײַטשן אָפּ די תּפֿילות, אין וועלכע מע בעט דעם אייבערשטן צו באַנײַען די קרבנות, אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. אַזעלכע מיינונגען האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט צווישן אַ טייל בראַצלעווער חסידים, צוליב דער טעטיקייט פֿון צוויי חסידישע וועגעטאַרישע רבנים — הרבֿ יונתן גרשום פֿון מינעסאָטע, און הרבֿ דוד סירס פֿון באָראָ-פּאַרק, דער דירעקטאָר פֿונעם ברוקלינער "ברעסלאָוו־צענטער". אין זײַן בוך "Vision of Eden" האָט הרבֿ סירס געזאַמלט אַ סך אַרגומענטן לטובֿת וועגעטאַריאַניזם און וועגן פֿאַרשיידענע עקאָלאָגישע ענינים, אַרײַנגערעכנט צענדליקער ציטאַטן פֿון קבלה-ספֿרים, חסידישע מעשׂיות און אַנדערע תּורה-קוואַלן. דאָס בוך איז גוט באַלאַנסירט: דער מחבר פּרוּווט נישט איבערצוצײַגן יעדן צו ווערן אַ וועגעטאַריאַנער, און ברענגט אויך אַרגומענטן פֿון "מינימאַליסטן", וועלכע האַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַגרענעצן דאָס פֿלייש־געברויך ביז אַ מינימום, אָבער נישט אָפּזאָגן זיך אינגאַנצן פֿון פֿליישיקע מאכלים, בפֿרט שבת און יום־טובֿ. דוד סירסעס בוך און אַרטיקלען זענען פּאָפּולער אויך צווישן די אַלגעמיינע, לאו-דווקא ייִדישע וועגעטאַרישע קרײַזן. אַן אַנדער בראַצוועלער חסיד, הרבֿ יונתן גרשום, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיקן בײַשפּיל פֿון אַן עקאָ-אַקטיוויסט. ער לעבט אין סענדסטאָון, אַ קליין שטעטעלע אין מינעסאָטע, און פּרוּווט צו שאַפֿן אַ קהילה פֿון "דאָרף-ייִדן". לויטן בראַצלעווער חסידות, זענען וועלדער, פֿעלדער און אַנדערע "ווילדע" ערטער באַזונדערס מסוגל פֿאַר עבֿודת-השם און גײַסטיקע השׂגות. אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן די פֿרומע וועגעטאַריאַנער איז געזאַמלט געוואָרן אויף דער וועבזײַט "www.jewishveg.com", געשאַפֿן דורך דער אָרגאַניזאַציע "ייִדישע וועגעטאַריאַנער פֿון צפֿון־אַמעריקע". דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, ד״ר ריטשאַרד שוואַרץ, אַ געוועזענער מאַטעמאַטיק-פּראָפֿעסאָר אינעם "קאַלעדזש פֿון סטעטען-אײַלענד", האָט אָנגעשריבן אַ גוט און וויכטיק בוך וועגן "וועגעטאַריאַניזם על-פּי-תּורה" — "Judaism and Vegetarianism". אין פֿאַרגלײַך מיט סיסרעס בוך, האָט ד״ר שוואַרץ, זײַענדיק אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער ייִד און אַ סאָציאַליסט, גענומען אין אַכט מער די וויסנשאַפֿטלעכע און געזעשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, הגם ער ברענגט ווייניקער מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע ענינים. ד״ר שוואַרץ האָט אָנגעשריבן נאָך אַן אינטערעסאַנט בוך, "Judaism and Global Survival", אין וועלכן ער רופֿט די גאַנצע מענטשהייט אָנצונעמען די וועגעטאַרישע דיעטע, כּדי אויסצומײַדן פֿאַרשיידענע גלאָבאַלע עקאָלאָגישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. |