|
די דעמאָנסטראַציע פֿון די לעבן געבליבענע, זונטיק, אין ירושלים |
Getty Images |
אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות",
דעם טאָל פֿון טויט: דער "מאַרש פֿון די לעבנדיקע": נאַט אײַך, זאָלן זיי זען, די גויים, אַז עם ישׂראל חי. זאָלן זיי זען, אַז — אויף צו להכעיס אַלע אונדזערע שׂונאים די אַנטיסעמיטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרמאָסטן אונדז צו פֿאַרלענדן און האָבן באַוויזן צו פֿאַרניכטן אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק — לעבן מיר דאָך און מיר האָבן אַן אייגענע מדינה און אַן אייגענעם כּוח, וואָס זאָל אונדז באַשיצן: אַ בליִענדיקע, אַ פּראָספּערירנדיקע מדינה מיט א שטאָלצער יוגנט און אַן אַרמיי — די שטאַרקסטע אין מיטעלן מיזרח.
אָבער — מער ווי זעכציק יאָר נאָך דעם ווי די אַליִיִרטע כּוחות האָבן דער הידרע אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ, אויסגעלאָשן דאָס ברענענדיקע פֿײַער אין די אויוונס, פֿאַרמאַכט די גאַז-קאַמערן און אָפּגעשטעלט די דײַטשישע מאָרד-מאַשין — האָבן די נישט דערגאַזטע און נישט דערברענטע, די וועטעראַנען פֿון די טויט-מאַרשן צו יענע לעבעדיקע קבֿרים — צום ערשטן מאָל מאַרשירט אין דעם הײַיאָריקן "יום השואה" אין לאַנד, אין ייִדישן לאַנד — אין תּל-אָבֿיבֿ און אין ירושלים, אין זייער פּראָטעסט-מאַרש פֿון די נאָך אַלץ לעבן געבליבענע — קעגן דער גלײַכגילטיקייט פֿון זייער אייגענער מדינה צו זייער גורל. צום ערשטן מאָל נאָך 60 יאָר שווײַגן האָבן זיי דעמאָנסטרירט קעגן דער ממש אַכזריותדיקער באַציִונג פֿון דער מדינה, די וועלכע שיקט יעדעס יאָר אירע קינדער דעמאָנסטרירן אין אוישוויץ, אָבער דאָ, אין לאַנד, האָט זי פֿאַרלוירן די בושה קעגנאיבער אירע אייגענע בירגער, די טויזנטער לעבנגעבליבענע קרבנות פֿון דעם מאָנסטעריעזן נאַצי-דײַטשישן פּײַן־און מאָרד-קאָמבינאַט.
שוועל פֿון דער וועלט וואָס איז כּולו טובֿ — זענען אַרויס מיטן אַלאַרם-געשריי קעגן דער גרויסער עוולה וואָס ווערט קעגן זיי באַגאַנגען מצד דער ייִדישער מדינה, וועלכע איז אויפֿגעקומען אין דער גרויסער מאָס אין זייער זכות, האָט זיי אויפֿגענומען ווי זייער זיכערסטער און געזעצלעכסטער מקום-מיקלט און וואָס האָט זיך דערקלערט ווי זייער אפּוטרופּוס און יורש צוגלײַך.
אמת, די שארית־הפּליטה פֿונעם חורבן זענען געקומען אַהער פֿרײַוויליק, און פֿרײַוויליק, אַפֿילו מיט ענטוזיאַזם האָבן זיי — די מערהייט פֿון זיי — זיך באַטייליקט אין בויען די מדינה, אין בויען איר ווירטשאַפֿט און איר כּוח. זיי האָבן אויך פֿרײַוויליק, צוזאַמען מיט די אַנדערע, אָפּגעגעבן דער מדינה זייערע קרבנות אויף די שלאַכטפֿעלדער פֿון לאַטרון און פֿון די מלחמות פֿאַר איר אויפֿקום און קיום. אָבער די מדינה, פֿון איר זײַט, ברענגענדיק זיי אין לאַנד אַרײַן ווי אַרויסגעראַטעוועטע פֿונעם גיהנום, און באַנוצנדיק זיך מיט זיי ווי די בויער פֿון דעם לאַנד — האָט זיך פֿון זיי ווי אָפּגעקערט, צוגעוואָרפֿן זיי די אָפּגעשאָבענע ביינער פֿון די דײַטשישע פֿאַרגיטיקונגס-געלטער, וואָס די מדינה האָט פֿאַר זיי באַקומען.
זיי זענען אויך, אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער מדינה, געצוווּנגען געוואָרן, ווי פּליטים אויפֿן וועג צום לאַנד, אַראָפּצוּוואַרפֿן זײַער גלותדיקע פֿאַרגאַנגענהייט צוזאַמען מיט זייער אָנגעזאַמלטן גײַסטיקן פֿאַרמעג. דער עיקר — דעם וועלטלעך-ייִדישן גײַסטיקן פֿאַרמעג פֿון דער לעצטער עפּאָכע פֿון פֿאַרן מבול (פֿאַר דער רעליגיעזער ירושה האָט די וועלטלעכע מדינה גראָד יאָ געזאָרגט). און פֿון די מאַטעריעלע פֿאַרגיטיקונגען, וואָס די רעגירונג האָט איבערגענומען פֿון די דײַטשן כּדי זיי אויסצוצאָלן געזעצלעך די "געליטענע פֿון די נאַצישע רדיפֿות" — ווי זיי ווערן אָפֿיציעל באַצייכנט אין די אָפּמאַכן מיט דער דייטשישער רעגירונג, צאָלט זיי די רעגירונג בלויז אַ דריטל ביז אַ העלפֿט פֿון די צאָלונגען, וואָס עס באַקומען די באַרעכטיקטע דירעקט פֿון דער דײַטשישער רעגירונג אין די לענדער פֿון אייראָפּע.
אין אָנבליק פֿון דער פֿאַרשטאַרקטער טעטיקייט פֿון דער אָרגאַניזירטער שארית־הפּליטה אין אויסלאַנד, האָט אויך אין ישׂראל זיך אָנגעהויבן אַ פּראָטעסט-באַוועגונג, אפֿשר אין זכות פֿון דעם המשך-דור פֿון די שארית־הפּליטה און פֿון דער פֿאַרשטאַרקונג פֿונעם חורבן-באַוווּסטזײַן אויף דער וועלט, באַזונדערס, נאָכן אויפֿדעקן די טיף פֿאַרשטעקטע אוצרות אין די שווייצאַרישע און אַנדערע בענק. די געשאַפֿענע כּנסת-קאָמיסיע, בראָש מיט קאָלעט אבֿיטל, האָט דערוויזן, אַז די נאַציאָנאַלע באַנק פֿון ישׂראל, וועלכע האָט אויף א סקאַנדאַליעזן אופֿן זיך אָפּגעזאָגט און דערנאָך זיך אַרויסגעדרייט פֿון אויפֿדעקן און אויסצאָלן די יורשים פֿון די אומגעבראַכטע אינוועסטאָרן זייערע "אײַנגעפֿרוירענע" און פֿאַרהוילענע אינוועסטיציעס און אָפּשפּאָרונגען, זיך אָפּגעזאָגט איבערצוגעבן די גיטערס און ווערטזאַכן, וואָס האָבן נישט קיין יורשים — צו די נויטלײַדנדיקע אַלטע לײַט, וואָס הונגערן ממש.
די נאַציאָנאַלע באַנק פֿון דער ייִדישער מדינה, וועלכע איז געוואָרן, ווי ס׳רובֿ אַנדערע מלוכישע אינסטיטוציעס פּריוואַטיזירט, אָבער עס זענען נאָך אַלץ שותּפֿים צו אים די סוכנות און אַנדערע עפֿנטלעכע אינסטיטוציעס, איז געבליבן די לעצטע און איצט די איינציקע פֿון אַלע מדינות אויף דער וועלט, וואָס האָט נאָך אַלץ נישט אויסגעצאָלט איר חובֿ צו די קרבנות פֿון נאַציזם. אין דער זעלבער מאָס איז די רעגירונג פֿון ישׂראל די לעצטע, וואָס איז גרייט אַנטקעגנצוקומען די אמתדיקע נויטן פֿון די אויסגייענדיקע, אָבער נאָך אַלץ לעבעדיקע קרבנות מיט זייערע ליידן, קראַנקהייטן און טראַומעס און נישט פֿאַרהיילטע וווּנדן. איצט לײַדן זיי אויך פֿון דער בושה, וואָס עס האָט פֿאַרלוירן די ישׂראל־רעגירונג.
די קרבנות פֿונעם חורבן, וואָס זייער צאָל פֿאַרקלענערט זיך מיט יעדן יאָר אין די ראַמען פֿון דער "ביאָלאָגישער לייזונג" צוליב זייער עלטער — זענען געוואָרן קרבנות פֿון דער האַרצלאָזער מלוכישער ביוראָקראַטיע, פֿון די כּסדר געענדערטע קריטעריעס (צוערשט, לויט די דאַטעס פֿון זײַן אין דײַטשלאַנד, פֿון ווען געקומען אין לאַנד — פֿאַר 1949 צי פֿאַר 1953, ווען דערלאַנגט די אַפּליקאַציע אד"גל), פֿון די קאָמיסיעס, וואָס ווערן אויפֿגעשטעלט איינע נאָך דער אַנדערער אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דעם דאָמינאַנטישן פֿינאַנץ-מיניסטעריום און נאָך און נאָך תּירוצים.
זעכציק יאָר האָט געדויערט דאָס שלאָגן זיך מיט דער דעה צו באַשטימען ווער איז אַ געראַטעוועטער (א "ניצול השואה") אָדער אַן איבערגעלעבטער (אָפּהענגיק וווּ ער האָט געלעבט), ביז עס ווערט פֿון די נויטלײַדנדיקע אַרויסגעצויגן די נשמה, און דאָס האָט געפֿירט צו די ערשטע באַשיידענע פּראָטעסט-דעמאָנסטראַציעס אין הײַיאָריקן "יום השואה", דעם אָנדענק-טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. נאָך צוויי-דרײַ טעג איז דער אַלאַרם-געשריי פֿאַרשטומט געוואָרן — די פּרעסע איז געווען באַשעפֿטיקט מיט די אַנדערע "סקאַנדאַלן פֿון טאָג".
אַזוי האָבן זיך באַצויגן מיט זילזול צו די קרבנות פֿון די נאַצישע רדיפֿות אַלע רעגירונגען פֿון ישׂראל, אָנהייבנדיק פֿון דער ערשטער, מיט 60 יאָר צוריק, ביז דער איצטיקער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. אַזוי אויך די פֿינאַנץ-מיניסטאָרן, אַרײַנרעכענענדיק דעם לעצטן, דעם איניציאַטאָר פֿון די יאָר־יערלעכע "מאַרשן פֿון די לעבעדיקע" אין פּוילן, ה' אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער האָט געמוזט דעמיסיאָנירן צוליב די קרימינעלע פֿאַרדאַכטן קעגן אים פֿון דער צײַט, ווען ער האָט, ווי אַן עסקן פֿון "ליכּוד", אָנגעפֿירט מיט דער קראַנקן-קאַסע בײַ דער "הסתּדרותּ הלאומיתּ" — די "נאַציאָנאַלע" פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי.
אין רעזולטאַט פֿון די פּראָטעסטן פֿון כּעס און פֿון ייִאוש, און אויפֿן סמך פֿון די דערשיטערנדיקע אַנטפּלעקונגען פֿון דער קאָמיסיע פֿון קאָלעט אבֿיטל, האָט די רעגירונג פֿײַערלעך צוגעזאָגט צו געפֿינען אַ גיכע לייזונג, אַז "קיין איינציקער פֿון די קרבנות פֿון נאַציזם וועט נישט בלײַבן אָן אַ שטיצע, וואָס זאָל אים דערמעגלעכן אויסצולעבן בכּבֿודיק זײַנע יאָרן" — האָט פֿאַרזיכערט דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט. מיט אַזעלכע הבֿטחות זענען אָבער די קרבנות געשפּײַזט געוואָרן אין משך פֿון אַלע יאָרן.
דרײַ מיט אַ האַלבן חדשים נאָך יענע ערשטע דעמאָנסטראַציעס פֿון די שארית־הפּליטה, איז ער ענדלעך געקומען צו זיי מיט דער נאָך מער דערשיטערנדיקער, מיט דער טיף באַליידיקנדיקער "בשׂורה": די רעגירונג האָט באַשטימט אַ סומע פֿון 120 מיליאָן שקלים פֿאַרן יאָר 2008, צו צעטיילן צווישן 120 טויזנט "איבערלעבערס", וואָס באַטרעפֿט טויזנט שקלים אַ יאָר פֿאַר יעדן איינעם, דאָס הייסט, צו 83 שקלים אַ חודש... נאָך 400 מיליאָן וועלן צוגעטיילט ווערן אין די ווײַטערדיקע יאָרן, ביז 2011.
אַ היגער פּובליציסט האָט אין זײַן אַרטיקל אין "הארץ" באַצייכנט דעם דאָזיקן בזיונדיקן פֿאָרשלאָג וועגן די 83 שקלים ווי "דער 83־סטער שמיץ" — אויפֿן נאָמען פֿון די 81 שמיץ, וואָס עס האָט באַקומען פֿון די דײַטשן ווי אַ ייִנגל דער הײַנטיקער פּאָליציי-אָפֿיציר אין עמעריטור גלבוע, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען און האָט עס דערציילט אין זײַן עדות-זאָגן אויף דעם אײַכמאַן-פּראָצעס... אָלמערטס פֿאָרשלאַג האָט אויף אַ ביז גאָר בולטן אופֿן אָפּגעשפּיגלט די גרינגשעצנדיק-באַליידנדיקע באַציִונג פֿון דער מדינה צו דער שארית־הפּליטה. ער האָט אויך דעמאָנסטרירט די טעמפּע געפֿיללאָזיקייט פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער, און ס'איז אַוודאי קיין וווּנדער נישט, וואָס די "איבערלעבערס" האָבן צאָרנדיק אָפּגעוואָרפֿן דעם דערנידערנדיקן פֿאָרשלאַג פֿון דער רעגירונג.
די אָנפֿירונג פֿון די פֿאַרשיידענע פֿאַרבאַנדן פֿון דער שארית־הפּליטה (נח פֿלוג — פֿון דער אַלוועלטלעכער "קאָנפֿערענץ פֿון די אַנטשעדיקונגס-תּבֿיעות" און פֿון דער צענטראַלע פֿון די איבערלעבער-פֿאַרבאַנדן אין ישׂראל, און זאבֿ פֿאַקטאָר, דער ראָש פֿון דעם וווילשטאַנד-פֿאָנד פֿאַר די "ניצולים"), האָבן גלײַך צוזאַמענגערופֿן אַן אויסנאַם-זיצונג פֿון די פֿאַרבאַנדן, וועלכע האָט באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אויף זונטיק הײַנטיקע וואָך דעם "מאַרש פֿון די נאָך לעבנדיקע" מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. דער אָפּרוף איז געווען אַ ספּאָנטאַנישער, ביז גאָר אײַנדרוקספֿול, און זײַן אָפּקלאַנג איז געווען אַ קאָלאָסאַלער.
דאָס איז געווען אַ מאַרש פֿון געצוימטן צאָרן אַון אומגעצוימטער ביטערניש, אָן געשרייען, אָבער מיט אַ סך ווירדע.
דער גורל האָט געוואָלט, אַז נאָכמיטאָג דעם זעלבן טאָג פֿון אָט דער אַסיפֿה זאָל אין אַן אַנדערן אָרט אין תּל-אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַן אַנדער צוזאַמענקום פֿון דער שארית־הפּליטה — אַ צוזאַמענקום פֿון די, וואָס האָבן אַדורכגעמאַכט דעם וואָגל-וואַנדער מיט דער פּליטים-שיף "עקזאָדוס", אָפּצייכענענדיק 60 יאָר פֿון דער העראָיִש-טראַגישער עפּאָפּעע.
די באַציִונג פֿון דער מדינה צו דער שארית־הפּליטה פֿון דער חרובֿער אייראָפּע איז אַלעמאָל, אין משך פֿון די זעכציק יאָר, געווען אַ סעלעקטיווע — ווײַל די שארית־הפּליטה (חוץ די געקומענע פֿון דעם צעפֿאַלענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד) זענען קיינמאָל נישט געווען קיין ווירקנדיקער כּוח, זיי האָבן נישט געהאַט קיין סעקטאָריאַלע פֿאַרטרעטערשאַפֿט אין דער כּנסת און קיין שום פּאָליטישע פּאַרטיי האָט זיך פֿאַר זיי נישט אָנגענומען, זיך נישט געקימערט איבער זייערע ספּעציפֿישע נויטן (חוץ געציילטע, ווי למשל, די כּנסת-דעפּוטאַטין קאָלעט אבֿיטל אין די לעצטע פּאָר יאָר). די קליינע, פּראָטעסט-דעמאָנסטראַציעס קעגן דער סקאַנדאַליעזער גלײַכגילטיקייט פֿון דער רעגירונג צו די נויט-אַלאַרמען פֿון די צענדליקער טויזנטער לײַדנדיקע האָבן אַרויסגערופֿן עמפּאַטיע ביי דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
דער אָנגעזאָגטער מאַרש פֿון די נאָך לעבנדיקע — דרײַ און אַ האַלבן חדשים נאָך יענע צוויי דעמאָנסטראַציעס פֿונעם "יום השואה" — האָט אָבער געווירקט אויף דער רעגירונג, וועלכע האָט געוואָלט דעם מאַרש פֿאַרמײַדן, כּדי צו פֿאַרמײַדן אַ קאָמפּראָמיטירנדיקן אָפּקלאַנג אין אויסלאַנד. אויף דער אינטערווענץ פֿון דעם מיניסטער רפֿי איתן, דעם אָנפֿירער פֿון דער פּענסיאָנערן-פּאַרטיי, האָט די רעגירונג איר פֿאָרשלאַג צוריקגעצויגן און עס זענען פֿאָרגעלייגט געוואָרן אַנדערע לייזונגען, דערונטער אַ נישט איינהייטלעכע פֿאַרגרעסערטע שטיצע לויט די מדרגות פֿון דער נויט — און די נײַע פֿאָרשלאַגן האָבן געדאַרפֿט באַטראַכט ווערן אויף דער באַגעגעניש, וואָס אָלמערט האָט צוגעזאָגט אָפּצוהאַלטן מיט די אָנפֿירערס פֿון דער שארית־הפּליטה דעם מיטוואָך — צומאָרגנס נאָכן שרײַבן די דאָזיקע שורות.
ווי געזאָגט, האָבן די רעגירונגען פֿון דער ייִדישער מדינה געשפּײַזט די קרבנות מיט פּוסטע רייד און מיט הבטחות, און זיי איבערגעלאָזט אין זייער נויט און ייִאוש. איצט וואַרטן זיי מיטן לעצטן געדולד אויפֿן צוריקקער פֿון זייער צוגערויבטן כּבֿוד.
תּל-אָבֿיבֿ, 7טער אויגוסט 2007