|
געמישטע פּאַרטיזאַנער־גרופּע א״נ פֿון לענין |
|
דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַרטונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען.
זיי וועקן אונדז און דערמאָנען אונדז "לזכּור ולא לשכּוח", צו געדענקען און ניט צו פֿאַרגעסן!
דאָס זענען די ניט־פֿאַרהיילטע פֿיזישע און גײַסטיקע וווּנדן וואָס מיר טראָגן אין זיך — די יאָרצײַט־טעג און דאַטעס, וואָס דערמאָנען דעם חורבן אין אונדזער יערלעכן קאַלענדאַר; די אָפֿטע פּובליקאַציעס פֿון דערמאָנונגען און פֿאָרש־אַרבעטן פֿון היסטאָריקער, וואָס פֿאַראייביקן פֿאַר די קומענדיקע דורות דעם אומקום פֿון די הונדערטער, טויזנטער ייִדישע קהילות אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע.
* * *
אין דער רשימה צווישן די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן היים־שטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד. דעם לעצטן דינסטיק, כ"ז אָבֿ, דעם 7טן אויגוסט, איז אויסגעפֿאַלן די 65סטע יאָרצײַט נאָך דער צווייטער שחיטה ווען די זשעטלער געטאָ איז ליקווידירט געוואָרן. כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן גרויסע און באַרימטע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדישער וועלט, ווי ר' ישׂראל מאיר הכּהן דער “חפֿץ־חיים" (1838—1933), ר' זאבֿ קראַנץ דער “דובנער מגיד", אַ צאָל באַקאַנטע רבנים און תּלמידי־חכמים, די ייִדישע שרײַבער אַבֿרהם־משה דילאָן, ר' מנחם־מענדל מערינסקי, וויכטיקע ציוניסטישע עסקנים און אַקטיווע “חובֿבֿי־ציון"־מיטגלידער, העלדישע רעוואָלוציאָנערן אין די אַנטי־צאַרישע רעוואָלוציעס און אַנדערע באַוווּסטע פּערזענלעכקייטן פֿון זייער צײַט.
אין אונדזער דור, אין דער צײַט פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָט אַ גרופּע זשעטלער ייִדן אין געטאָ באַשלאָסן צו שטעלן אַ באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשישע זעלנער, ווען זיי וועלן קומען צו ליקווידירן די געטאָ. זיי האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרטיידיקן דעם ייִדישן כּבֿוד, צו נעמען נקמה אין די דײַטשישע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. פֿאַרשפּאַרט אין די ענגע געסלעך פֿון געטאָ, אַרומגערינגלט מיט שטעכלדראָטן און מיט דער דײַטשישער וואַך, האָבן זיי אין געהיים פּלאַנירט, ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן די מערדער און ניט לאָזן זיך פֿירן כּצאן לטבֿח — ווי שאָף צו דער שחיטה...
מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט אָנגעפֿירט דער אַדוואָקאַט אַלטער דוואָרעצקי, וועלכער האָט דאַן גלײַכצײַטיק פֿאַרנומען דעם פּאָסטן פֿון פֿאָרזיצער פֿון “יודנראַט" פֿון זשעטלער געטאָ, וואָס האָט שוין געציילט קרובֿ צו 5,000 ייִדן.
מיט אויסגערעכנטער פּרעציזקייט און סטראַטעגיע האָט אַלטער דוואָרעצקי פֿאַרטיילט די פֿונקציעס און פֿליכטן צו יעדן איינעם פֿון דער גרופּע.
אַבֿרהם אַלפּערט ז"ל דערציילט אין זײַנע זכרונות וועגן דער דאָזיקער גרופּע אין דעם מאָנומענטאַלן “זשעטלער פּינקס" — יזכּור־בוך.
... "דעם 5טן יאַנואַר 1942 האָט מיך אַלטער דוואָרעצקי אַרײַנגערופֿן אין אַ באַזונדערן צימער, וווּ ער האָט מיט מיר געהאַט דעם דאָזיקן שמועס: 'עס איז ניטאָ קיין צײַט פֿאַר סענטימענטן צו אַ ווײַב, קינדער און משפּחה', האָט ער געזאָגט . 'איך אַליין קוק אויף מײַן משפּחה, אויף מײַן פֿרוי און מײַן קינד, ווי אויף פֿאַרמישפּטע צום טויט. דעריבער זאָלסטו וויסן', האָט ער ממשיך געווען מיט אַ דעצידירנדיק קול, 'עס איז צײַט צו נעמען דעם גורל אין די אייגענע הענט, ווײַל מיר האָבן שוין ניט וואָס צו פֿאַרלירן. דער טויט אין קאַמף איז פֿיל בכּבֿודיקער און בעסער ווי אונטערשטעלן דעם האַלדז צום מעסער. מײַן פּלאַן איז אַזאַ', האָט ער ממשיך געווען: 'אין מאָמענט, ווען די דײַטשן וועלן קומען אין שטעטל צו דער שחיטה, וועלן מיר שטעלן אַ ווידערשטאַנד. מיר וועלן פֿאַרברענען די צוויי האָלץ־טאַרטאַקן וואָס שטייען אין ביידע עקן פֿון שטעטל און דאָס וועט זיכער אַרויסרופֿן אַ פּאַניק און צערודערונג צווישן די דײַטשן און די קריסטן.
מיט דער הילף פֿון נאָכגעמאַכטע שליסלען וועלן אונדזערע מענטשן זיך אַרײַנבאַקומען אין דער וווינונג פֿון די דײַטשישע אָפֿיצירן און מיט דעם געווער, וואָס זיי וועלן דאָרטן געפֿינען, וועלן זיי דערשיסן די שלאָפֿנדיקע דײַטשן. דאַן וועלן זיי אַרויסגיין אויפֿן באַלקאָן פֿון דעם האָטעל און עפֿענען אַ שיסערײַ איבערן מאַרק־פּלאַץ, וווּ עס וועלן זיך זיכער קאָנצענטרירן אַ סך דײַטשן. אַ צווייטער פּולעמיאָט (מאַשין־געווער) וועט עפֿענען אַ שיסערײַ איבער די דײַטשן דורכן פֿענצטער פֿון 'יודנראַט'.
אין דער גרויסער פּאַניק וועט אפֿשר געלינגען אַ גרויסן טייל פֿון די ייִדן צו אַנטלויפֿן פֿון געטאָ אין וואַלד אַרײַן', האָט ער פֿאַרענדיקט זײַן ממש אויפֿציטערנדיקן פּלאַן פֿאַר מיר", דערציילט אַבֿרהם אַלפּערט ז"ל.
* * *
אונטער אומבאַשרײַבלעכע באַדינגונגען האָבן די חבֿרים פֿון דער “אונטערגרונט" זיך באַמיט אַרײַנצושמוגלען געווער אין געטאָ. דאָס באַקומען פֿון יעדער ביקס, רעוואָלווער, אָדער עטלעכע קוילן צו זיי, איז געווען פֿאַרבונדן מיט גרויס געפֿאַר, העלדישקייט און מסירת־נפֿש. איצט, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן, איז זיך שווער פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס קען געמאַכט ווערן אונטער אַ לויערנדיק אויג פֿון דער דײַטשישער וואַך, וואָס האָט ניט געגלייבט, אַז די אומבאַהאָלפֿענע, שוואַכע, הונגעריקע געטאָ־ייִדן זאָלן זײַן פֿעיִק דערצו.
און דאָך איז עס געשען...
פֿאַרשטעקט אונטער די מאַנטלען, באַהאַלטן אין אַ ברויט, אָדער אין אַ קויש מיט קאַרטאָפֿל, צוריקקומענדיק אין געטאָ נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט אויף די שאָסייען און אין וועלדער, האָבן די זשעטלער ייִדן מיטגעבראַכט מיט זיך פֿאַרשטעקט אין באַהעלטעניש עטלעכע גראַנאַטן און טיילן פֿון געווער. אָפֿט מאָל, זוכנדיק און נישטערנדיק צווישן די פּעקלעך, האָבן די דײַטשן כּמעט אָנגערירט אַ קויל, אָדער אַ טייל פֿון אַ ביקס. יעדע ניט־ריכטיקע באַוועגונג פֿון דעם "שמוגלער" אַליין, האָט אים געקענט אַרײַנברענגען אין אַ געפֿאַר, און אײַנשטעלן זײַן לעבן, ניט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר דער גאַנצער געטאָ.
* * *
דעם 28סטן אַפּריל 1942, אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט, האָט זיך שלום יאַלאָן, אַליין אַ יונגער, בראַווער פּליט פֿון לעבן וואַרשע, וועלכער איז פֿאַרוואָרפֿן געוואָרן קיין זשעטל אין 1940, זיך אַרויסגעשלײַכט פֿון צווישן שטעכלדראָטן מיט אַ זאַק אונטער זײַן אָרעם. אַרום געטאָ האָט געהערשט אַ טרויעריקע שטילקייט. אין דער לופֿט האָט זיך שוין געפֿילט דאָס אָנקומען פֿון פֿרילינג. די דײַטשישע זעלנער, וועלכע האָבן געוואַכט אַרום דער געטאָ, האָבן מאַרשירט הין און צוריק אין זייערע שווערע, קלאַפּנדיקע שטיוול. די געטאָ־ייִדן זענען געשלאָפֿן נאָך אַ שווערן, אָנגעשטרענגטן, געשפּאַנטן טאָג...
שלום פּיאַלאָן האָט זיך געאײַלט אָנצוקומען צו דעם פֿון פֿאָרויס באַשטימטן פּלאַץ, וווּ ער האָט געדאַרפֿט טרעפֿן אַ פּויער מיט אַ זעקל קאַרטאָפֿל, מיט עטלעכע טיילן פֿון געווער. אַלץ איז געווען פּינקטלעך ווי מען האָט פּלאַנירט. מיט ציטערנדיקע הענט האָט שלום אַרויפֿגעוואָרפֿן דאָס זעקל אויף זײַנע אַקסלען, און זיך געלאָזט שנעל גיין צוריק אין דער ריכטונג פֿון געטאָ.
פּלוצעם האָבן זיך פֿון צווישן די קוסטעס באַוויזן באַוואָפֿנטע דײַטשישע זשאַנדאַרן מיט אָנגעשטעלטע באַגנעטן אין זייערע הענט. זיי האָבן שוין געהאַט געוואַרט אויף אים היפּשע עטלעכע שעהען, לויט ווי עס האָט זיי צו וויסן געגעבן דער געוועזענער סאָוועטישער אָפֿיציר וואַניע, וועלכער האָט מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשן און איז גלײַכצײַטיק געווען גוט־באַפֿרײַנדט און געשטאַנען אין נאָענטע קאָנטאַקטן מיט דער ייִדישער אונטערגרונט־גרופּע אין געטאָ.
מען האָט שלום פּיאַלאָן גלײַך געבראַכט אין דער דײַטשישער זשאַנדאַרמעריע אין זשעטל, וווּ מען האָט אים שטאַרק געפּײַניקט ער זאָל אַרויסגעבן די נעמען פֿון זײַנע חבֿרים און פֿון די אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, צו וועלכער ער האָט געהערט. שלום פּיאַלאָן האָט אויפֿגענומען זײַנע יסורים מיט אַ פֿאַרמאַכט מויל און פֿאַרביסענע ליפּן, ביז ער האָט אויסגעהויכט זײַן נשמה. ער האָט געהאָפֿט, אַז מיט זײַן טויט וועט ער קענען פֿאַרמײַדן דעם אומקום פֿון די ייִדן אין געטאָ, און זיי וועלן נקמה נעמען אין די דײַטשישע מערדער...
פֿאַרן טויט איז אים געלונגען אַרויסצוּוואַרפֿן דורכן אָפֿענעם פֿענצטערל אַ בריוול, געשריבן מיט זײַן אייגן בלוט: "חבֿרים, מען פּײַניקט מיך שרעקלעך. זאָרגט זיך ניט, איך וועל אײַך ניט פֿאַרראַטן. נעמט נקמה פֿאַר מיר און פֿאַר אַלע אונדזערע ברידער און שוועסטער"...
דער העלדישער שלום פּיאַלאָן איז דאַן געווען בלויז 20 יאָר אַלט!
דעם 30סטן אַפּריל, 3 אַ זייגער פֿאַר טאָג, איז די געטאָ אַרומגערינגלט געוואָרן דורך די דײַטשישע זעלנער, מיט דער הילף פֿון דער ווײַסרוסישער פּאָליציי. זיי האָבן באַפֿוילן אַלע ייִדן זיך צונויפֿצוזאַמלען אויפֿן אַלטן בית־עלמין, אַנטקעגן די בתּי־מדרשים. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אַ סעלעקציע — מי לחיים ומי למוות — ווער צו בלײַבן לעבן און ווער זאָל גיין צו זײַן טויט.
איבער 1,000 מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט, האָבן די מערדער אַרויסגעריסן פֿון דער צונויפֿגעדריקטער מאַסע ייִדן. אונטער שרעקלעכע קלעפּ פֿון צעיושעטע פּאָליציאַנטן און דײַטשישע זעלנער, זענען זיי געטריבן געוואָרן צו אַ וועלדל הינטער דער שטאָט, וווּ עס האָבן שוין געוואַרט אויף זיי צוגעגרייטע גריבער.
אַלטער דוואָרעצקין מיט צען פֿון דער אונטערגרונט־גרופּע איז געלונגען צו אַנטלויפֿן מיט אַ נאַכט פֿריִער אין וואַלד. זיי האָבן מורא געהאַט, אַז שלום פּיאַלאָן וועט ניט קענען אויסהאַלטן די יסורים פֿון די דײַטשישע הענט און זיי וועלן אויספּרעסן פֿון אים די נעמען פֿון זײַנע חבֿרים אין דער גרופּע. ער האָט זיי ניט פֿאַרראַטן!
מען האָט אים אומגעבראַכט צוזאַמען מיט די אַנדערע אין דעם "קורפֿעטשער" וועלדל.
נאָך דער ערשטער שחיטה אין זשעטל דעם 30סטן אַפּריל 1942, זענען אַ סך זשעטלער אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ אין די דערבײַיִקע וועלדער, וווּ מען האָט שוין דאַן אָנגעהויבן אָרגאַניזירן פּאַרטיזאַנער־גרופּעס. די ענדגילטיקע ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ איז פֿאָרגעקומען, ווי געזאָגט, מיט דרײַ חדשים שפּעטער, כ"ג אָבֿ, דעם 7טן אויגוסט 1942.
די זשעטלער ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין די פֿעלדער בײַם ייִדישן בית־עלמין. בלויז 250 "נאָך־נוצלעכע אַרבעטער", פֿאַכלײַט פֿון פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיעס, זענען אָפּגעטיילט געוואָרן פֿון די איבעריקע בײַ די גריבער (איך בין געווען איינער פֿון זיי), אַוועקגעפֿירט געוואָרן קיין נאָוואָגרודאָק (נאָוואָרעדאָק) און פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אינעם אַרבעטס־לאַגער.
אין ליפּיטשאַנסקער פּושטשע האָט זיך אָרגאַניזירט דער ערשטער ייִדישער פּאַרטיזאַנער אָטריאַד א"נ “אָרלאַנסקי", וואָס איז מערסטנס באַשטאַנען פֿון על־פּי־נס לעבן־געבליבענע ייִדן, מענער און פֿרויען פֿון זשעטלער און אַנדערע געטאָס פֿון די אַרומיקע שטעט און שטעטלעך. אין שפּיץ פֿון דעם אָטריאַד איז געשטאַנען דער העלדישער זשעטלער יונגער־מאַן, געוועזענער סאָלדאַט אין דער פּוילישער אַרמיי און אָנפֿירער פֿון "שומר־הצעיר" אין זשעטל, הערשל קאַפּלינסקי ז"ל.
אַלטער דוואָרעצקי, צוזאַמען מיט דער גרופּע אַנטלאָפֿענע פֿון געטאָ, איז אומגעקומען פֿריִער אין וואַלד, דורך אַ סאָוועטישן שפּיאָן. די זשעטלער פּאַרטיזאַנער האָבן געקעמפֿט העלדיש קעגן די דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. זיי האָבן נקמה גענומען אין די גויים, וועלכע האָבן דערמאָרדעט ייִדן, ווי אין דעם פּויער פֿון דאָרף מוליאַרי, וועלכער האָט געכאַפּט דעם אַלטן זשעטלער רבֿ, הרבֿ ר' יצחק רײַצער זצ"ל, און אים איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן, וועלכע האָבן אים דערמאָרדעט אויפֿן זשעטלער מאַרק־פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון דער צופֿרידענער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג פֿון שטעטל.
די דײַטשן האָבן געציטערט אַרויסצופֿאָרן מחוץ דער שטאָט אויס מורא פֿאַר די פּאַרטיזאַנער־איבערפֿאַלן. די ייִדישע האַנט פֿון נקמה האָט זיי אָפֿט דערגרייכט, און פֿיל צענדליקער מיליטערישע צוגן זענען אויפֿגעריסן געוואָרן אויפֿן וועג צו פֿראָנטן. עס איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז איבער 300 ייִדן, אַלטע לײַט און קינדער, האָבן געפֿונען אַ באַשיצונג אין די בלאָטעס און בונקערס פֿון וואַלד, אַ דאַנק די באַוואָפֿנטע ייִדישע פּאַרטיזאַנער, וואָס פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט זיי ברענגען שפּײַז.
נאָך דער באַפֿרײַונג אין יוני 1944, זענען די לעבן־געבליבענע זשעטלער צוריקגעקומען צו דער אַלטער, חרובֿער היים. די מאַסן־קבֿרים, וווּ עס ליגן די דערמאָרדעטע עלטערן, ברידער און שוועסטער, האָבן אָבער ניט געלאָזט צו קומען צו דער געוווּנטשענער, נייטיקער רויִקייט. זיי האָבן פֿאַרלאָזט זייער חרובֿע היים און נאָך עטלעכע יאָרן פֿון וואַנדערן איבער דער חרובֿער אייראָפּע זענען זיי אָנגעקומען צו די ברעגן פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון זיי זענען אַוועק צו זייערע קרובֿים מעבֿר־לים אין אַנדערע לענדער.
דאָס קליינע איבערגעבליבענע הײַפֿל, זייערע קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך, וווּ זיי זאָלן ניט זײַן, האָבן די וואָך אָפּגעמערקט די 65סטע יאָרצײַט נאָך דער אַלטער, חרובֿער היים פֿון זייערע אומגעקומענע משפּחות, נאָך דעם אומגעבראַכטן שטעטל — זשעטל.