פֿונעם אייביקן קוואַל

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות.

אין אַן אַנדער פּסוק, אין מגילת-איכה, שטייט אָבער: "מפּי עליון לא תצא הרעות והטובֿ" — "פֿונעם אייבערשטן קומט נישט קיין שלעכטס, און נישט קיין גוטס"; שלעכטס און גוטס זענען מענטשלעכע באַגריפֿן, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות צו דער אומבאַנעמלעכער עצם-ג-טלעכקייט, וואָס קען נישט באַשריבן ווערן מיט קיין ווערטער און קאָנצעפּציעס. לכאורה, קומט דער דאָזיקער פּסוק אין "איכה" אין אַ סתּירה מיט דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס שטייט קלאָר, אַז דער אייבערשטער בענטשט און באַשטראָפֿט, וועדליק דער אויפֿפֿירונג פֿונעם מענטש; אַחוץ דעם, איז דער ענין פֿון שׂכר-ועונש איינער פֿון די יסודות פֿון דער ייִדישער אמונה.

על-פּי-קבלה, לויט דעם אינערלעכן באַ­דײַט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, איז דאָס אומענדלעכע "ליכט" פֿונעם אייבערשטן, "אור-אין-סוף", טאַקע מחוץ אַלע מענטש­לעכע באַגריפֿן. דער ג-טלעכער כּוח, וואָס דערמעגלעכט די עקזיסטענץ פֿון אַלע זאַכן, איז בעצם גוט און האָט נישט קיין שײַכות צו שלעכטס, שטראָפֿן און קללות — הגם די אומענדלעכע ג-טלעכע "ענערגיע" איז אויך העכער פֿון אונדזער באַגרענעצטן פֿאַרשטאַנד פֿון "גוטס". ווי עס שטייט אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה, קומט דער פּאָטענציאַלער כּוח פֿון סײַ אַ "ברכה", סײַ אַ "קללה" צוזאַמען, "היום" — איצט, אין יעדן מאָמענט. די מענטשלעכע נשמה נעמט אויף דאָס אומענדלעכע "ליכט" אויף אַ פּערזענלעכן רעלאַטיוון אופֿן, און פֿאַרוואַנדלט עס אָדער אין אַ ברכה, אָדער, חלילה, אין אַ קללה.

ווען מע האַלט אַ שטיקל קאָליריק גלאָז אין פֿינצטערניש, בלײַבט עס שוואַרץ; אָבער, ווען מע קוקט דורך דעם דאָזיקן גלאָז אויף אַ ווײַסן לאָמפּ, ווערט דאָס ליכט פֿונעם לאָמפּ באַפֿאַרבט. דאָס גלאָז דינט ווי אַ פֿילטער, וואָס פֿאַרוואַנדלט דאָס ווײַסע ליכט אין אַ געוויסן קאָליר, הגם דאָס גלאָז אַליין אין נישט בכּוח צו שאַפֿן קיין אייגענע שײַן. אויב דאָס גלאָז איז שוואַרץ, שאַפֿט עס אַ שוואַרצן שאָטן, שטערנדיק דעם ליכט פֿונעם לאָמפּ צו פֿאַרשפּרייטן זיך.

די מענטשלעכע נשמה איז אויך אַזאַ מין "גלאָז", אַ "כּלי", וואָס פֿאַרוואַנדלט דאָס ג-טלעכע ליכט אין כּל-מיני סוביעקטיווע דערפֿאַרונגען — גוטע אָדער שלעכטע. אין קאָנטראַסט מיט דעם גשמיותדיקן ליכט, אַנטהאַלט דער ג-טלעכער "אור-אין-סוף" דעם פּאָטענציאַל צו ווערן אַנטפּלעקט ווי כּל-מיני לעבנס-דערפֿאַרונגען און געפֿילן. על-פּי-קבלה, דינען די מיצוות ווי אַ מין גײַס­טיקע "פֿילטערס", וואָס דערמעגלעכט אויפֿ­צונעמען די עצם-עקזיסטענץ ווי אַ ברכה, שׂמחה און גוטס; אָבער, ווען מע טוט, חלילה, אַן עבֿירה, שאַפֿט מען אַ מין "עקראַן", וואָס לאָזט נישט אַרײַן דאָס ג-טלעכע ליכט צו דערגרייכן די נשמה, דערפֿאַר לײַדט זי פֿון אַ "קללה" און "שטראָף".

פֿאַרוואָס ווערט דווקא עבֿודה-זרה פֿאַר­רעכנט ווי די גרעסטע עבֿירה, וואָס "פֿאַר­נעפּלט" די נשמה אויפֿן ערגסטן אופֿן? דער עיקר פֿון עבֿודה-זרה איז נישט דער פֿיזישער אַקט פֿון "בוקן זיך" אָדער ברענגען קרבנות פֿאַר פֿרעמדע אָפּגעטער, נאָר דאָס גופֿא אָנערקענען עפּעס אַ באַזונ­דערן כּוח, אָפּגעטיילט בעצם פֿונעם אייבערשטן. ווי עס שטייט אין די חסידישע און קבלה-ספֿרים, איז בכלל גאָרנישט ניטאָ, אַחוץ דעם באַשעפֿער; אַלע אָביעקטן אין דער וועלט, ווי אויך אונדזער נשמה, דאָס באַוווּסטזײַן, זענען פֿאַרשיידענע מאַניפֿעס­טאַ­ציעס פֿון ג-טלעכקייט. דער הייליקער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, אַז אין אַלע זינד איז דאָ אַן עלעמענט פֿון עבֿודה-זרה: דער, וואָס ווייסט קלאָר, אַז ס׳איז נישטאָ קיין אמתע מציאות מחוץ דעם באַשעפֿער, "אין עוד מלבֿדו", וואָלט נישט עובֿר געווען אויף דעם רצון-השם.

דאָס גלייבן, אַז געלט, וויסנשאַפֿט, מאַכט און אַפֿילו, להבֿדיל, די תּורה, האָבן עפּעס אַן אומאָפּהענגיקן כּוח, אָפּגעטיילט בעצם פֿון דער ג-טלעכער אייניקייט, איז אויך אַ מין עבֿודה-זרה. אָבער, ווען עמעצער באַשטעטיקט, חס-ושלום, אַזאַ אילוזיע-גלויבן מיט אַ בולטן רעליגיעזן אַקט, איז עס גורם אַ פֿונדאַמענטאַלע צעשטערונג פֿון דער נשמה. אויפֿנעמענדיק די רעאַליטעט אויף אַ "פֿראַגמענטירטן" אופֿן, ווערט די נשמה פֿונעם עובֿד-עבֿודה-זרה ממש "צעריסן אויף שטיקער"; דערפֿאַר שאַפֿט די עבֿודה-זרה דעם ערגסטן אינערלעכן "שאָטן", פֿינצ­טערער ווי אַלע אַנדערע עבֿירות.

אין פֿאַרגלײַך מיט דעם גשמיותדיקן ליכט, זענען ס׳רובֿ מענטשן, אַחוץ אַ קליי­נער צאָל גײַסטיק-דערהויבענע צדיקים, דער­ווײַל נישט בכּוח צו זען דעם באַהאַלטענעם עפֿעקט פֿון די מיצוות. דערפֿאַר באַנוצט זיך די תּורה, על-פּי-פּשט, מיט מער פֿאַר­שטענדלעכע טערמינען פֿון "שׂכר" און "עונש". אָבער, ווען משיח וועט קומען, וועט די גאַנצע מענטשהייט דערזען, ווי אַזוי די מיצוות דערמעגלעכן דער נשמה אַראָפּצונעמען דירעקט אַלע גײַסטיקע "שאָטנס", כּדי זיך צו פֿאַראייניקן מיט דעם ענדלאָזיקן "ליכט" פֿון ג-טלעכקייט.