אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אויף גאָר אַנדערע אופֿנים פֿונעם אייראָפּעיִשן סטיל. די אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אין פֿאַרברענגען צוזאַמען, אַרויסגיין אין די רעסטאָראַנען צוזאַמען, אַמאָל אַוועקפֿאָרן אויף וואַקאַציע צוזאַמען און אַמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויף וועטשערע. דאָס זײַנען די "גוד טײַם פֿרענדס" (good time friends). איך ווייס, אַז מען טאָר נישט די זאַך פֿאַראַלגעמיינערין, אָבער יעדער פֿון אונדז האָט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען.
צווישן מײַנע אייגענע אַמעריקאַנער פֿרײַנד האָב איך קיין גרויס נחת נישט געהאַט. איינע איז געווען אַ הויכשטאַפּלערין און מיך גערופֿן שוועסטער; אַן אויסנוצערקע און אַ פֿאַלשע בריאה. אַ צווייטע איז געווען אַ רשע־מרושע; נישט געוואָלט קומען צו הילף אין אַ זאַווערוכע, און אַ דריטע איז געווען אַ טעלעפֿאָן־פֿרײַנדינע. איין מאָל האָב איך איינע פֿון זיי אָנגענומען פֿאַרן אָרעם, ווי מיר פֿלעגן דאָס טאָן ווי יונגע חבֿרה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, האָט זי מיך באַטראַפּלט בזה־הלשון:
— נעם שוין אַוועק דײַן האַנט, מענטשן וועלן מיינען אַז מיר זײַנען לעזביאַנקעס.
אָבער ווען עס איז געקומען צום באָרגן געלט און נישט אָפּגעבן, האָט דאָס אַלץ נישט געשפּילט קיין ראָלע.
דערציילט מיר מײַן גוטע פֿרײַנדינע ליליען, וואָס מיט איר בין איך, על־פּי צופֿאַל, געווען צוזאַמען אין דײַטשלאַנד. זי איז אָבער געווען אין אַן אַנדער די־פּי־לאַגער. מיר האָבן זיך נישט געקאָנט, אָבער זעט אויס געגאַנגען אין דעם זעלבן "בית־הספֿר תּרבֿות" אין אולם. זי האָט יאָרן־לאַנג געלעבט אין גרייט־נעק, לאָנג־אײַלאַנד, און פֿאַרמאָגט אַ טוץ מיט אַמעריקאַנער פֿרײַנד מיט זומער־היימען אין די העמפּטאָנס און ווינטער־היימען אין קאָלאָראַדאָ. קיין געלט האָט נישט געפֿעלט, איז מען אָפֿט אַרויס עסן אין די טײַערע רעסטאָראַנען, געגאַנגען אין דער מעטראָפּאָליטען אָפּערע, באַלעט און קאָנצערטן, צוזאַמען. פֿאַרברענגט איינע בײַם צווייטן מיט וועטשערעס און שאַמפּאַניער. מיט איין וואָרט — אַ מחיה געווען צו האָבן אַזאַ וווּנדערלעכע געזעלשאַפֿט. צווישן אירע גוטע פֿרײַנד האָבן זיך געפֿונען דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, מוזיקער און פּראָפֿעסאָרן. אַלע, אַלע האָבן פֿאַרברענגט כּיד המלך. יענע וואָך איז אין דער סינאַגאָגע אין די העמפּטאָנס דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנצערט. די פֿרײַנד האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הנאה צו האָבן סײַ פֿונעם אויפֿטריט, סײַ פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט און סײַ פֿונעם צוגעגרייטן טיש מיט כּל־טובֿ. מײַן פֿרײַנדינע האָט זיך דערפֿילט נישט גוט, אַן אָנגריף פֿון אַ הוסט מיט אַסטמע ווי אַ צודאַט. האָט זי באַשלאָסן אַהיים צו פֿאָרן אין איר זומער־היים, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ צענדליק מײַל פֿונעם טעמפּל.
דער וועג צו דער זומער־היים איז געווען אַ געדרייטער, דורך אַ געדיכטן וואַלד מיט וועגן און אומוועגן. און אַזוי ווי זי האָט זיך דערפֿילט נישט גוט האָט זי מיטן מאַן באַשלאָסן צו נעמען זיך אין וועג אַרײַן. אין דרויסן איז געווען נאַכט. זיי זײַנען אַרײַן אין וואַלד, קיין באַלײַכטונג איז נישט געווען און פּלוצעם האָבן זיי דערהערט, אַז דער גומע־רייף אויף אַ ראָד פֿון זייער אויטאָ האָט געפּלאַצט. קיינער איז נישט געווען צו זײַן באַהילפֿיק. זיי זײַנען איינינקע אַליין געזעסן אין אויטאָ און געטראַכט: וואָס טוט מען? און אַזוי ווי אַלע האָבן הײַנט צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך, קלינגט מען די גוטע פֿרײַנד, וואָס די פֿרײַנדשאַפֿט ציט זיך בײַ זיי קרובֿ צו פֿערציק יאָר. דער דאָקטער מיט זײַן פֿרוי האָבן אויך אַ זומער־היים בשכנות. קלינגט מען און מען זאָגט:
— הערט זיך אײַן! עס האָט בײַ אונדז געפּלאַצט אַ ראָד פֿון אויטאָ, און מיר זײַנען געבליבן שטעקן אין מיטן וואַלד אָן ליכט און אָן אויסזיכטן אַהיים צו קומען.
און אַזוי ווי מײַן פֿרײַנדינע האָט קוים געקאָנט כאַפּן דעם אָטעם צוליב דעם אַסטמע־אַטאַק, איז זי געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז באַלד באַלד וועט קומען די ישועה און אַז זייערע גוטע פֿרײַנד וועלן כאַפּן די פֿיס אויף די פּלייצעס און קומען גלײַך צופֿאָרן זיי צו ראַטעווען. טאַקע גוטע מענטשן, פֿײַנע מענטשן, אינטעליגענטע מענטשן און געלערנטע מענטשן; פּראָפֿעסיאָנאַלן. רופֿט זיך אָפּ איר גוטע פֿרײַנדינע, וואָס איז פֿאַרבליבן אינעם טעמפּל:
— מיר האַלטן אין מיטן דעם שמאָרגעסבאָרד. דאַרפֿסט שוין זען דעם געדעקטן טיש מיט אַלערליי פּאָטראַוועס. פֿון אַלעם גוטן. ווי נאָר מיר וועלן זיך אָפּפֿערטיקן מיטן עסן קומען מיר.
ליליען האָט אָפּגעזיפֿצט און געקלונגען צו דער פּאָליציי און אויך צו דער "איי. איי. איי." — די קאָמפּאַניע, וואָס העלפֿט אירע קליענטן וועלכע ווערן שטעקן אין וועג צוליב אויטאָ־פּראָבלעמען. און יעדע פֿון זיי זאָגט צו צו קומען צוהילף אין פֿאַרלויף פֿון אַ קורצער צײַט. דער זייגער האָט שוין געקלונגען צוועלף, ווען ס׳האָט זיך באַוויזן די פּאָליציי און געפֿרעגט מײַן פֿרײַנדינע צי זי וויל מען זאָל רופֿן אַן אַמבולאַנס, און ווען זי האָט זיך אָפּגעזאָגט, האָבן זיי באַשלאָסן צו וואַרטן מיט זיי צוזאַמען ביז דער לאַסט־אויטאָ פֿון דער "איי. איי. איי." וועט קומען און טוישן דאָס ראָד פֿונעם אויטאָ. אַ האַלבע שעה שפּעטער האָט מען שוין געהערט דאָס אָנקומען פֿונעם לאַסט־אויטאָ. דער שאָפֿער, זײַן פֿרוי און קינד, וועמען זיי האָבן נישט געוואָלט איבערלאָזן אַליין בײַ נאַכט אין דער היים, האָבן זיי באַרויִקט און צוגעזאָגט צו לייזן די פּראָבלעם אַזוי שנעל ווי מעגלעך; און מען האָט זיך גלײַך געשטעלט צו דער אַרבעט. אַרום איינס אַזייגער באַגינען האָבן זיך באַוויזן די גוטע פֿרײַנד. געזען די פּאָליציי, געזען אַז מ׳אַרבעט ביים אויטאָ, האָט מען זי געפֿרעגט נישט אַרויסגייענדיק פֿון זייער אויטאָ:
— ליליען! אפֿשר ווילסטו מיר זאָלן דיך אַהיים נעמען?
— און איבערלאָזן מײַן דודן איינעם אַליין אינעם אויטאָ אין מיטן וואַלד?
ווי זיי האָבן דאָס געהערט האָבן זיי אויסגעדרייט דאָס רעדל און אַוועק. אַרום צוויי באַגינען איז ליליען מיטן מאַן אַהיים געקומען, אויסגעמאָרדעט און דערשלאָגן. זי האָט זיך נישט געקאָנט שענקען די פֿרײַנדשאַפֿט. זיי האָבן אַפֿילו נישט געפֿרעגט ווי זי פֿילט זיך? אפֿשר קענען זיי פֿאַר איר עפּעס טאָן, אפֿשר קען זי מיט עפּעס באַהילפֿיק זײַן? גאָרנישט. מען האָט אויך פֿון זיי נישט געהערט שפּעטער, אין דער פֿרי. אַרום מיטאָגצײַט האָט די חבֿרטע געקלונגען:
— ליליען! ווילסט אפֿשר גיין שווימען? איך טראָג שוין מײַן באָד־קאָסטיום.
קיין וואָרט נישט וועגן נעכטן, וועגן דעם אַסטמע־אַטאַק, וועגן איר געזונט־צושטאַנד און ווי ס׳איז אַדורך די נאַכט. גאָרנישט. בלויז לאָמיר גיין שווימען.
זיץ איך אַזוי מיט ליליען אין מײַן זיץ־צימער און מיר שמועסן. וואָס פֿאַר אַ פֿרײַנדשאַפֿט איז דאָס? וווּ זײַנען געווען אירע אויגן בײַם פֿאַרברענגען מיט זײַ קרובֿ צו פֿערציק יאָר; דערצויגן די קינדער צוזאַמען, געפּאָקט און געמאָזלט צוזאַמען און קיין מאָל נישט געוווּסט וואָס אונטער דער פֿרײַנדשאַפֿט שטעקט. האָב איך איר געפּרוּווט אויפֿקלערן:
— אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט איז געבויט אויף גאָר אַנדערע ספּאָסאָבן. מען רופֿט עס "גוט טײַם טשאַרלי" פֿרײַנדשאַפֿט. איר האָט נישט איבערגעלעבט די שווערע יאָרן פֿון קריג צוזאַמען; יאָרן, וואָס האָבן פֿאָרמירט דײַן אָפּשאַצונג פֿון לעבן און פֿרײַנדשאַפֿט. עס איז נישטאָ אונטער דער פֿרײַנדשאַפֿט קיין געשיכטע. און זעט אויס, אַז דאָס וואָס דו האָסט איר דערציילט וועגן די חורבן־יאָרן, איז אין איין אויער אַרײַן און אין צווייטן אַרויס. זיי פֿאַרשטייען נישט וואָס ס׳הייסט אַן עת־צרה און דאָס איז דערפֿאַר, וואָס אַמעריקע איז אַלע מאָל געווען אַ לאַנד וואָס קיינער איז זי נישט באַפֿאַלן. מען האָט נישט געליטן קיין הונגער און נויט, שרעק און בהלה. נישט געוווּסט, וואָס ס׳איז דער טײַטש פֿון נישט וויסן צי מ׳וועט דערלעבן דעם מאָרגן. אַמעריקע איז געווען זאַט און געהאַט אירע צילן אין לעבן, וואָס זײַנען געווען און געבליבן: דערציִונג, נאָכיאָגן דעם אַמעריקאַנער חלום, ווערן פּראָפֿעסיאָנאַלן, פֿאַרדינען אַ גרויסע אַפּותּיקא. ס׳הייסט — דערגרייכן דאָס טעלערל פֿון הימל; אויסגעבן די קינדער און די אייניקלעך אין פֿריידן, אויסלעבן זיך די יאָרן אין גוטס און נישט צולאָזן קיין שווערע מחשבֿות. דאָס איז נישט קיין צוגרייטונג פֿאַר אַ גוטער פֿרײַנדשאַפֿט. מיר לעבן אָפּגעזונדערט און אײַנגעטיילט לויטן אײַנקונפֿט: פֿאַרמעגלעכע לײַט — אין לוקסוס־הײַזער, גאָלף, קאָנטרי־קלאָבס, קור־ערטער (spas), מערצעדעס און דזשאַגואַר, גוטשי און נימאַן־מאַרקוס. מיט אַזאַ פֿולן גאָרגל, ווי קען מען שניצן און הובלעווען די אייגענע נשמה זי זאָל ווערן אַ מענטש, ווען מען פֿאַרלירט דעם גאַנצן קאָנטאַקט מיט דער ווירקלעכקייט.
פֿרײַנדשאַפֿט באַשטייט פֿון איידעלער מאַטעריע: זײַן איבערגעגעבן דעם פֿרײַנד; זײַן גרייט צו קומען צוהילף צו יעדער מינוט, נישט ווײַל דו וועסט פֿון דעם עפּעס געניסן, נאָר גלאַט אַרויסווײַזן מענטשלעכקייט. איינער וואָס איז בתּוך גענומען נישט קיין מענטש וועט קיין מאָל נישט טויגן פֿאַר קיין פֿרײַנד. די צרה איז, וואָס מען כאַפּט זיך עס צו שפּעט. יונגערהייט האָב איך געגלייבט יעדן איינעם וואָס האָט מיר אַרויסגעוויזן אַ שמייכל. איך האָב זיך דעמאָלט נישט געקענט אויף קיין פֿאַלשע שמייכלען. און ווען ס‘איז געקומען צוהילף מיט פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, בין איך געווען גרייט צו פֿאַרזעצן דאָס לעצטע העמד. אָבער דאָס אַלץ האָט נישט געשפּילט קיין ראָלע בײַ מײַנע מכּלומרשטע חבֿרטעס, די אַמעריקאַנער נאָכקרימענישן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט.
ליליען איז געזעסן פּריטשמעליעט און זיך נישט געקאָנט שענקען אַזאַ ברוך־הבא. דער אמת איז, אַז זי האָט הנאה געהאַט פֿון דער "הויכער" געזעלשאַפֿט, בעת איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך טאָפּטשע אין דער שמענטעליגענטער בלאָטע.
מיר איז גוט. איך האָב אַרום פֿיר אויסערגעוויינטלעכע, גוט־האַרציקע, איידעלע און איבערגעגעבענע פֿרײַנד מיט האַרץ און נשמה. בײַ מענדלס לוויה, אין פֿלאָרידע, זײַנען אַלע געקומען און אַפֿילו געברענגט זייערע דערוואַקסענע קינדער. איינער האָט געזאָגט דעם אל־מלא־רחמים, מײַנע זין — דעם קדיש, און דאָס קליינע משפּחהלע פֿון מענדלען האָט דערציילט מאָמענטן פֿון חדר אין מענדלס שטעטל: פֿון זיידעס, וואָס האָבן געשלאָגן די אייניקלעך, און פֿון באָבעס, וואָס האָבן זיי אַרײַנגענומען ווען זיי זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער היים. אַ קליין לוויהלע פֿאַר אַ ריזיקער נשמה, אַרומגערינגלט מיט ליבשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט, און אָפּשאַצונג. אַזוי האָט מענדל געוואָלט. ער האָט נישט געוואָלט קיין לוויה אין ניו־יאָרק, וווּ עס וועט זיך פֿאַרזאַמלען אַ גרויסער המון און מ׳וועט מליצהווען און פֿאַרגיסן קראָקאָדיל־טרערן. ער האָט געלעבט פּונקט אַזוי ווי ער איז געשטאָרבן. און איידער ער האָט אויסגעהויכט די נשמה האָט ער מיר אָנגעזאָגט:
— לעב באַשיידן, לאָז אָפּ די פֿאַלשע פֿרײַנד. די ייִדישע אינסטיטוציעס, וווּ איך האָב אַרײַנגעלייגט איבער פֿערציק יאָר און געאָלפֿן דאָס האַלטן אויף די פֿיס, לאָז זײַ אָפּ; דאָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרוב פֿול מיט שלאַנגען.
מיר איז גוט, איך בין אַ יתום. אָבער אַ יתום, וואָס איז נישט פֿאַריתומט געוואָרן.