- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער איצטיקער מצבֿ אַרום סיריע און ישׂראל דערמאָנט אַן עפּיזאָד פֿון אַ האָליוווּד־פֿילם, וווּ צוויי פּערסאָנאַזשן שטייען איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן, יעדער שטעלט צו זײַן רעוואָלווער צום קאָפּ פֿון זײַן שׂונא און מע וואַרט, בײַ וועמען ס׳וועלן די נערוון נאָכלאָזן פֿריִער. דעמאָלט וועט ער אָדער אַראָפּלאָזן זײַן רעוואָלווער, אָדער אויסשיסן. גיי אָבער זײַ אַ חכם און טרעף, וואָס דער שׂונא דײַנער האָט בדעה צו טאָן?! אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט. ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע? מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּעציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער געשיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיסטער אָדער אַ דאָקטאָראַט. זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַבער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק, דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענטיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק: דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. אין דער הײַנטיקער פּרשה איז געגעבן געוואָרן די מיצווה אײַנצושטעלן "שופֿטים" — דיינים אין יעדער שטאָט, כּדי זיי זאָלן פּסקענען הלכה, און "שוטרים" — אַ מין "פּאָליציי", צו צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק. ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָבן די דיינים פֿאַרלוירן די עכטע "סמיכה" — די מעגלעכקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה; די הײַנטצײַטיקע רבנות-סמיכה איז בלויז אַ דערלויבעניש צו פּסקענען שאלות. די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון אַן איטאַליענישן דאָקומענטאַר־פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי" (Primo Levi‘s Journey); אַ פֿילם פֿאַרענדיקט אין 2006, וואָס מע האָט שוין געוויזן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, אָבער נאָך נישט, זעט אויס, אין אַמעריקע. יעדער מענטש טראָגט אַחריות פֿאַר זײַנע אייגענע נאַרישקייטן, און איך בין ניט קיין יוצא-מן-הכּלל. צו די נאַרישקייטן מײַנע, וועלכע איך קען ניט פֿאַרגעסן, געהערט אויך אַזאַ: מיט אַריבער צען יאָר צוריק האָב איך בײַם שרײַבן אַ לערנבוך פֿון ייִדיש אַרײַנגעשטעלט אַ טעקסט מיטן וואָרט "איבערניצעווען". איך האָב דעמאָלט ניט געטראַכט, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט וועט מיר ברענגען אַזוי פֿיל קאָפּדרייעניש. פֿאַר מיר איז עס געווען אַ געוויינטלעך וואָרט — מע קען זאָגן, אַ וואָרט פֿון אַ גאַנץ יאָר. די שטאָט מאָהילעוו־פּאָדאָלסק, אויף ייִדיש מאָלעוו, איז מן־הסתּם הײַנט די סאַמע "ייִדישע" שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ מאָל זײַנען די ייִדן געווען דאָרט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געלעבט אין מאָלעוו ביז סוף 1980ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות האָבן זיי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מען געזונגען קלמן ליסעס ליד "איז געפֿאַלן אַ דעמב" אויף דער לוויה פֿון אַ בונדישן פֿירער, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם. דאָס ליד האָט ליס געשריבן נאָכן טויט פֿון בונדישן פֿירער בייניש מיכאַלעוויטש, וואָס איז גשטאָרבן אין וואַרשע, אין 1928. די ווערטער זײַנען:
איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
מיר האָבן אַ נטיה צו פֿאַרגלײַכן אַ מענטש צו עפּעס, אָדער עמעצן. אָט, למשל, האָט מיך מײַן מאַמע אַלע מאָל פֿאַרגליכן צו אַ ייִדישן יום־טובֿ, ווען זי האָט מיך גערופֿן "גרינער שבֿועות". אין אָנהייב האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זי מיינט דערמיט. שפּעטער, אָבער, האָט עס מיר געגעבן אַ טיאָכקע אונטערן לעפֿעלע. זי האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז איך בין פֿאַרגרינט, אויסגעדאַרט און זע אויס — אַ שענערן באַגראָבט מען. |