פּובליציסטיק
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקו­מען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענ­לעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענ­טיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק: די אַטאָמישע באַוואָפֿענונג פֿאַר מאַסן־פֿאַרניכטונג מצד איראַן און דער פֿאַנאַטישער איסלאַם, דער אינטערנאַציאָנאַלער טעראָר, דער אַנטיסעמי­טיזם און בעיקר — די אַלץ וואַקסנדיקע אַסימילאַציע.

אָבער דעם אויבנאָן איז אָפּגעגעבן גע­וואָרן דער גײַסטיקער אָפּשוואַכונג פֿון דער ייִדישער אידענטיט סײַ בײַ די ייִדן אין דער וועלט און סײַ אין ישׂראל.

"דער אינסטיטוט פֿאַר פּלאַנירונג פֿון ייִדישן פֿאָלק", וועלכער האָט אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ, האָט צוגעגרייט פֿאַר די אָנטייל נעמער רעקאָמענדאַציעס אויף פֿיר געביטן: ייִדישע קהילות, ייִדישע פֿירער­שאַפֿט, געאָ­פּאָליטיק, אידענטיטעט און דעמאָ­גראַפֿיע. אין דעם דאָקומענט ווערט אונטערגעשטראָכן, אַז די ייִדישע פֿירערשאַפֿט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינט זיך אין אַ שווערן קריזיס פֿון גײַסטיקן, פּאָליטישן און פּראָפֿעסיאָנעלן שטאַנדפּונקט.

אין די דעבאַטעס האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום, היס­טאָ­ריקער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער פֿון אייראָפּע און פּאָליטיקער און וויסנשאַפֿטלער פֿון ישׂראל. דער פֿאָרזיצער פֿון אינסטיטוט, דעניס ראָס, וועלכער איז געווען דער שליח פֿון דער קלינטאָן־אַדמיניסטראַציע אין מיטעלן מיזרח, האָט דערקלערט, אַז דער ציל איז צו דערגיין צו קאָנקרעטע לייזונגען. דאָס איז מעגלעך דורכצופֿירן דורך אָנערקע­נען די פּריאָריטעטן. אין דעם דאָקומענט ווערט פֿעסטגעשטעלט, אַז דער פּראָפֿיל פֿון ייִדישן פֿאָלק ענדערט זיך: די ייִדישע קהילות, וווּ די יונגטלעכע האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן און די צאָל ייִדישע קינדער ווערט קלענער, ווערט זייער השפּעה אַלץ שוואַכער.

די פּראָבלעמען פֿון אַמעריקאַנער ייִדנ­טום האָבן פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין דער קאָנפֿערענץ. "די צאָל פֿון נישט־ייִדישע קינדער, אייניקלעך און פֿרויען אָדער מענער האַלט אין איין וואַקסן און די פֿראַגע איז ווי אַזוי צו דערנענטערן די קינדער פֿון געמישטע חתונות צו דער ייִדישער געזעלשאַפֿט?", האָט געזאָגט דעניס ראָס.

די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות: "מען קאָן נישט אָפּטיילן די פֿראַגע וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿון דער פֿראַגע וועגן דער צוקונפֿט פֿון מדינת־ישׂראל", זאָגט דעניס ראָס. אַנדערע דאַקעגן, זענען נישט גרייט צו אָנערקענען די צענטראַליטעט פֿון מדינת־ישׂראל, ווײַל פֿאַקטיש זענען דאָך פֿאַראַן צוויי צענטערס פֿון ייִדישן פֿאָלק — די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת־ישׂראל.

אין דעם צוזאַמענפֿאָר איז בולט געווען די אָפּוועזנקייט פֿון ייִנגערע דעלעגאַטן. בלויז 15% פֿונעם ייִנגערן דור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן (נישט חתונה געהאַטע און אָן קינדער) פֿילן אַ שטאַרקע נאָענטקייט צו מדינת־ישׂראל, קעגנאיבער 44%, וועלכע פֿילן זיך ווײַט פֿון איר, — לויט אַן אַנאַנליז, וואָס עס האָט דורגעפֿירט דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט. זייער ייִדישקייט איז זייער אַמעריקאַניש, און ישׂראל געפֿינט זיך נישט אין צענטער פֿון זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. דעריבער איז שווער צו פּלאַנירן אַ בשותּפֿותדיקע צוקונפֿט פֿון ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִנגערן דור, אויב עס וועלן נישט געשאַפֿן ווערן קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן זיי. די ציוניסטישע מדינת־ישׂראל וועט נישט קענען מוותּר זײַן אויף איר צענרטאַליטעט בײַם ייִדישן פֿאָלק, און די ייִדישע אַמעריקע וועט נישט מסכּים זײַן צו שפּילן אַ צווייטראַנגיקע ראָלע.

לויט די אָפּטימיסטישע אָנגאַבעס, לעבן הײַנט אין דער וועלט 18 מיליאָן ייִדן. די אַסימילאַציע ווערט שוואַכער, מער ייִדן פֿילן זיך פֿאַרבונדן מיט זייער ייִדישער אידענטיטעט און די פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות ווערט פֿאַרשטאַרקט. דערציִונג איז איינע פֿון די וויכטיקסטע עלעמענטן אין דעם געביט. די מחברים פֿון דעם באַריכט באַטאָנען די וויכטיקע באַדײַטונג פֿון דער ייִדישער און ציוניסטישער דערציִונג בײַם אָפּהיטן די ייִדישע אידענטיטעט. די גרויסע דערגרייכונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק זענען דעראָבערט געוואָרן אַ דאַנק די באַמיִונגען צו פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות און אויסשולן יונגע ייִדישע מנהיגים מיט הויכע מאָראַלישע ווערטן.

אין שײַכות מיט די געפֿאַרן וואָס באַ­דראָען דעם פֿאָלק פֿון דרויסן — לויט די אָפּטימיסטישע פֿאָרויסזאָגונגען — מאַכן איצט דורך די אַראַבישע מדינות אין מיטעלן מיזרח אַ פּראָצעס פֿון דעמאָקראַטיזאַציע; די וועלט אַרבעט אויס נײַע מיטלען פֿון ענערגיע, וואָס ברענגט צו ווייניקער אָפּהענגיקייט פֿון דעם אַראַבישן נאַפֿט.

די איצטיקע קאָנפֿערענץ איז די ערשטע, ווען ייִדישע מנהיגים און אינטעלעקטואַלן טרעפֿן זיך, כּדי צו באַהאַנדלען די פֿראַגע מכּוח די מאָסמיטלען, וועלכע מע וואָלט געדאַרפֿט אָננעמען, כּדי צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון ייִדישן פֿאָלק. פֿון איין זײַט, באַדראָט אַ סכּנה דער עצם עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה (מיליטערישע און דעמאָגראַפֿישע), און פֿון דער צווייטער זײַט, דער לײַכטער פּראָצעס פֿון אײַנגלידערן זיך אין די נישט־ייִדישע געזעלשאַפֿטן פֿון די תּפֿוצות.. די קאָנפֿערענץ האָט אָנגענומען און רעקאָמענדירט פֿאַרשיידענע סטראַטע­גיעס צו צוימען די אַסימילאַציע און פֿאַר­שטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט בײַם יונגן דור אויסער מדינת־ישׂראל. ס'איז אָבער אַ ספֿק, צי די דאָזיקע לייזונגען וועלן טאַקע דערפֿירן צו די געוווּנטשענע רערזולטאַטן. דער גרעסטער טייל פֿון די ייִדישע יונגטלע­כע, וועלכע לערנען אין די אוניווערסיטעטן, פֿאַרמאָגן אַ גאָר קליינעם אָדער האָבן אין גאַנצן נישט קיין ייִדישן באַגאַזש.

די היסטאָרישע פֿאַרגאַנגענהייט באַ­ווײַזט, אַז דער עפֿעקטיווסטער מיטל אָפּצו­היטן די ייִדישע אידענטיטעט קומט דורך אינטענסיוון ייִדישן חינוך (נישט אומבאַ­דינגט אָרטאָדאָקסישן) אין די ראַמען פֿון די אָנפֿאַנג־ און מיטל־שולן. אַקטועלע אָנגאַבעס ווײַזן, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לערנען זיך בלויז 29% פֿון ייִדישע קינדער אין די ייִדישע שולן און 54% פֿון די יונגע פּאָרפֿעלקער האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן. אין מעקסיקע דאַקעגן, באַקומען 85% ייִדי­שע קינדער אַ ייִדישע דערציִונג, און די גע­מישטע חתונות דערגיין בלויז צו 10%.

דער פּראָפֿיל פֿון ייִדישן פֿאָלק ענ­דערט זיך, ווערט געזאָגט אין דער בראָ­שור פֿון דער קאָנפֿערענץ און די פֿראַגע איז, ווי אַזוי צוצוציִען קינדער און אייניק­לעך פֿון געמישטע משפּחות צו דער ייִדישער געזעל­שאַפֿט. דאָס איז איינע פֿון די וויכטיקסטע פּראָבלעמען אין די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות. די מנהיגים האָפֿן, אַז אַ דאַנק דער גלאָבאַליזאַציע און דער אינטערנעץ איז מעגלעך צו באַקענען זיך מיט דער אַטראַק­טיווער זײַט פֿון ייִדישקייט.

דער פֿאַקט איז אָבער, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט עקזיסטירט און איבערגעלעבט אַלע שוועריקייטן אין משך פֿון אַלע דורות נישט ווי אַ רעזולטאַט פֿון מיסטישע עלעמענטן אָדער קאָנפֿערענצן, נאָר אַ דאַנק דעם אינטענסיוון ייִדישן חינוך. ווי אַזוי איז מעגלעך, אַז דער היסטאָרישער המשך זאָל ווײַטער אָנגיין אין דער צײַט, ווען דער גרעסטער טייל ייִדישע קינדער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַקומען אין גאַנצן נישט קיין ייִדישע דערציִונג. דער עקאָנאָמישער פֿאַקטאָר איז איינער פֿון די וויכטיקסטע אַספּעקטן, וואָס דערמעגלעכט נישט דעם באַזוך פֿון ייִדישע קינדער אין די ייִדישע שולן. דאָס אַמעריקאַנער געזעץ טיילט אָפּ די מדינה פֿון רעליגיע. דעריבער ווערן די ייִדישע שולן נישט געשטיצט דורך דער רעגירונג, ווײַל זיי געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון פּריוואַטע שולן. אַ משפּחה פֿון מיטלשטאַנד מיט עטלעכע קינדער דאַרף אַזוי אַרום באַצאָלן שׂכר־לימוד טויזנטער דאָלאַרן אַ יאָר און דאָס איז אַ שווערע עקאָנאָמישע לאַסט.

אויב די ייִדישע מאַגנאַטן און פֿילאַנטראָפּן וועלן זאָרגן, אַז זייערע פֿאָנדן און באַמיִוגען זאָלן שטיצן דאָס ייִדישע שולוועזן, נישט נאָר דעם בוי פֿון גראַנדיעזע עפֿנטלעכע געבײַדעס, וועט דאָס אפֿשר פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט און פֿאַרבינדונג מיטן נאַציאָנאַלן המשך פֿון דער ייִדישער יוגנט.