מיטגלידער פֿון דער "אַרמיאַ־קראַיאָוואַ" (לאַנדס־אַרמיי) אויף אַ פּאַראַד אין וואַרשע אָנהייב אויגוסט 1944. |
דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. נאָכן דערדריקן דעם אויפֿשטאַנד האָבן די דײַטשן אַרויסגעטריבן פֿון דער שטאָט דאָס הויפֿן לעבן־געבליבענע און די שטאָט אַליין חרובֿ געמאַכט און פֿאַרברענט.
ביזן הײַנטיקן טאָג גייען אָן סיכסוכים צווישן די היסטאָריקער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה בכלל, און צווישן די פּאָליאַקן בפֿרט, צי איז עס אַזוי נייטיק געווען דער אויפֿשטאַנד, וואָס האָט געבראַכט צו אַזאַ גרויסער צאָל קרבנות; ווער און פֿאַר וואָס האָט געגעבן אַזאַ באַפֿעל, ווען ס‘איז שוין קלאָר געווען, אַז די דײַטשן פֿאַרשפּילן די מלחמה; און לסוף, פֿאַר וואָס איז די סאָוועטישע אַרמיי נישט געקומען צו הילף די אויפֿשטענדלער, נאָר געשטאַנען הינטער וואַרשע און געוואַרט ביז די דײַטשן וועלן מאַכן אַ סוף צום אויפֿשטאַנד?
די צווייטע וועלט־מלחמה, ווי באַוווּסט, האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן סעפּטעמבער 1939. שוין אין די ערשטע דרײַ וואָכן איז פּוילן אָקופּירט געוואָרן, אויסער די מיזרח־שטחים, וואָס זײַנען אָקופּירט געוואָרן דורכן ראַטן־פֿארבאַנד לויט דעם אַזוי גערופֿענעם פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו". צווישן די ערשטע קרבנות זײַנען געווען די פּוילישע ייִדן — 3.3 מיליאָן נפֿשות, וועלכע זײַנען כּמעט אַלע פֿאַרברענט געוואָרן אינעם חורבן־פֿײַער. די פֿראַגע, ווי אַזוי האָט זיך די פּוילישע געזעלשאַפֿט באַצויגן צום פֿאַרניכטן פֿון די אָרטיקע ייִדן, — איז אַ טעמע פֿאַר זיך. צוריק גערעדט, האָבן די פּאָליאַקן נישט געקאָנט מוחל זײַן זייערע מערבֿ־אַליִיִרטע, וואָס האָבן זיי געלאָזט אויף הפֿקר און פֿאַקטיש פֿאַרראַטן.
די שׂינאה צו די אָקופּאַנטן האָט אַרומגעכאַפּט אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. הונדערטער טויזנטער פּוילישע בירגער האָבן געקעמפֿט אויף אַלע פֿראָנטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין אַלע אַרמייען פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע: אין דער בריטישער אַרמיי, סאָוועטישער, אַמעריקאַנער, קאַנאַדער, פֿראַנצויזישער. מעגלעך, אַז צוליב דער צעדריבלטקייט, איז דער פּוילישער בײַטראָג בײַם צעשמעטערן די נאַצישע אַרמיי נישט דערשאַצט געוואָרן ביזן הײַנטיקן טאָג. אָבער נישט נאָר דערפֿאַר. פֿאָרמעל האָט מיטן פּוילישן ווידערשטאַנד אָנגעפֿירט די גלות־רעגירונג, וואָס האָט זיך געפֿונען אין לאָנדאָן. די מאַכט פֿון דער דאָזיקער רעגירונג איז געווען געזעצלעך און איז אָנערקענט געוואָרן פֿון אַלע לענדער, פֿאַראייניקט קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד. אַפֿילו סטאַלין אָנערקענט איר לעגיטימקייט נאָך דעם ווי דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין דער אמתן, האָט אַלץ אויסגעזען גאָר אַנדערש; קאָמפּליצירטער. להיפּוך צום פֿראַנצויזישן גענעראַל טשאַרלז דע־גאָל, וועלכן ס‘האָט זיך אײַנגעגעבן פֿון לאָנדאָן צו פֿאַראייניקן אַרום זיך אַלע פֿראַנצויזישע ווידערשטאַנד־כּוחות, האָט די פּוילישע גלות־רעגירונג נישט געהאַט קיין פֿולע שטיצע מצד דער פּוילישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג. צו פֿיל אָפּגעזונדערטע גרופּעס האָבן געפֿירט זייער אייגענעם קאַמף, צוליב אידעאָלאָגישע, פּאָליטישע און אַנדערע סיבות. אַ טייל האָט געקוקט אויף מערבֿ, אָבער נישט פֿאַרטרויט דער בריטישער רעגירונג; אַ טייל האָט זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צו מאָסקווע, און אַ טייל האָט בכלל צו קיינעם נישט געהאַט קיין צוטרוי, און זיך פֿאַרלאָזט נאָר אויף די אייגענע כּוחות.
פֿאַרשטייט זיך, אַז האָבן צו טאָן מיט אַזאַ רעגירונג איז געווען נישט לײַכט. צו מאָל האָבן די אַליִיִרטע מערבֿ־פֿירער זי אינגאַנצן איגנאָרירט. וואָס שייך פּוילן גופֿא, זײַנען אויף איר טעריטאָריע געווען אַקטיוו צוויי גרויסע ווידערשטאַנד־פֿאַראייניקונגען: "אַרמיי־קראַיאָוואַ" און "אַרמיי־לודאָוואַ". די ערשטע "אַרמיי" איז באַשטאַנען פֿון פּוילישע נאַציאָנאַליסטן און מענטשן, וואָס זייערע אינטערעסן זײַנען געווען פֿאַרבונדן נאָר מיט פּוילן. זיי האָבן זיך אָריענטירט אויף דער פּוילישער רעגירונג אין לאָנדאָן, באַקומען פֿון זיי געווער, געלט, אינסטרוקטאָרן. אַגבֿ, אין דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ" אַליין זײַנען געווען גענוג סתּירות און סיכסוכים, פֿאַלן פֿון פֿאַרראַט און מיטאַרבעט מיטן שׂונא.
די ברענענדיקע וואַרשע |
וואָס שייך דער "אַרמיי־לודאָוואַ", איז זי פֿאָרמירט געוואָרן דורך די לינקע כּוחות פֿון אַלע ריכטונגען און זייערע מיטלויפֿער. אָט די "אַרמיי" האָט אַרויסגעקוקט אויף מאָסקוועס הילף, און די מיטאַרבעט צווישן די צוויי "אַרמייען" איז געווען גאָר אַ נישטיקע.
נישט ווייניק היסטאָריקער האַלטן, אַז די סיבה פֿונעם דורכפֿאַל אינעם אויפֿשטאַנד שטעקט אין דעם, וואָס אין דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ" זײַנען געווען אַ סך פֿײַנטלעכע אַגענטן, וואָס האָבן אין גאַנג פֿונעם אויפֿשטאַנד איבערגעגעבן די דײַטשן אַלע פּרטים. די אמתע סיבה אָבער פֿון דער מפּלה געפֿינט זיך טיפֿער; די קאָמאַנדירן פֿון די מאַנשאַפֿטן זײַנען געווען אָפּגעזונדערט; ס׳איז נישט געווען קיין אַלגעמיינע סטראַטעגיע; וויכטיקער איז געווען נישט דער קאַמף קעגן די נאַציס, נאָר דער קאַמף פֿאַר דער מאַכט נאָך דעם, ווי מען וועט די אָקופּאַנטן אַרויסטרײַבן פֿונעם לאַנד.
לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז מיט איבער אַ יאָר פֿריִער, איידער די פּאָליאַקן האָבן אָנגעהויבן זייער אויפֿשטאַנד, איז אויסגעבראָכן דער אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ. די ייִדישע אויפֿשטענדלער האָבן זיך געשלאָגן ביזן לעצטן טראָפּן בלוט און "אָפּגעצויגן" אויף זיך אַלע כּוחות פֿונעם דײַטשישן גאַרניזאָן אין וואַרשע. דווקא דעמאָלט איז געווען די פּאַסיקסטע צײַט אַ שלאָג צו טאָן די דײַטשן פֿון דער צווייטער זײַט. צו יענער צײַט איז די "אַרמיי־קראַיאָוואַ" געווען שוין ניט שלעכט צוגעגרייט און באַוואָפֿט. דעמאָלט, פֿאַראייניקנדיק אַלע כּוחות פֿון ווידערשטאַנד, איז געווען דער בעסטער מאָמענט זיך קעגנצושטעלן די אָקופּאַנטן און באַפֿרײַען פֿון זיי וואַרשע. די דײַטשישע אַרמיי האָט דעמאָלט געליטן שווערע מפּלות אויף דעם מיזרח־פֿראַנט און האָט קיין רעזערוון נישט געהאַט. צום באַדויערן, האָבן בלויז געציילטע קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ" און סתּם וואַרשעווער אײַנוווינער געהאָלפֿן די ייִדן. אָבער די פֿירערשאַפֿט פֿון דער "אַרמיי" האָט מיט קיין פֿינגער נישט גערירט אַרויסצוהעלפֿן זייערע ייִדישע שכנים. דער סטראַטעגישער שׂכל איז געווען זייער אַ פּשוטער: פּוילן דאַרף נאָך דער מלחמה זײַן ריין פֿון ייִדן.
די געשיכטע האָט זיך נוקם געווען פֿאַר אַזאַ צינישער האַנדלונג: 63 טעג איז די סאָוועטישע אַרמיי געשטאַנען אויף יענער זײַט ווײַסל און געקוקט, ווי די דײַטשן קוילען אויס די פּוילישע אויפֿשטענדלער אין וואַרשע. סטאַלין, וואָס האָט זיך קיין מאָל נישט גערעכנט מיט דער צאָל קרבנות פֿון זײַן אַרמיי, האָט דאָס מאָל באַשלאָסן צו געבן זײַנע סאָלדאַטן אַן אָפּרו. נאָר דעמאָלט, ווען די "אַרמיי־קראַיאָוואַ" איז פֿאַרניכטעט געוואָרן און די דײַטשן האָבן אונטערגעצונדן די שטאָט — אַ הויז נאָך אַ הויז — האָט די סאָוועטישע אַרמיי פֿאָרסירט דעם טײַך. אַזאַ מאַנעווער האָט זיך אויך פּשוט דערקלערט: סטאַלין האָט געזען די צוקונפֿט פֿון פּוילן פֿרײַ פֿון דער גלות־רעגירונג, פֿון איר אַרמיי און פֿון אַלע פּוילישע נאַציאָנאַלסטיש־געשטימטע פּאַטריאָטן. סטאַלין און זײַן אַפּאַראַט האָבן שוין געהאַט גרייטע ליסטעס פֿון די קינפֿטיקע פּאַרטיי־פֿירער און מיניסטאָרן פֿון דער נײַער פּוילישער רעפּובליק.
דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשע איז געווען אַן עכטע אַוואַנטורע, צוגעגרייט פֿון די פּאָליטישע דרייערס. דעם גורל פֿון פּוילן האָבן נאָך פֿריִער פֿאַראורטיילט דרײַ וועלט־פֿירער — סטאַלין, טשערטשיל און רוזוועלט. זיי האָבן צווישן זיך באַשלאָסן ווי אַזוי ס׳דאַרף אויסזען די וועלט נאָך דעם שרעקלעכן קריג. פּוילן האָט געזאָלט אָפּגיין צו מאָסקווע, אַזוי אַז די בלוט־ימען אויף די גאַסן פֿון וואַרשע אין אויגוסט־סעפּטעמבער 1944, זײַען פֿאַרגאָסן געוואָרן אומזיסט.