קינאָ
אַ פּויער אין ווײַסרוסלאַנד פֿונעם פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי"
אַ פּויער אין ווײַסרוסלאַנד פֿונעם פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי"
Courtesy of The Cinema Guild

די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרע­מיערע פֿון אַן איטאַליענישן דאָקומענטאַר־פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי" (Primo Levi‘s Journey); אַ פֿילם פֿאַרענדיקט אין 2006, וואָס מע האָט שוין געוויזן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, אָבער נאָך נישט, זעט אויס, אין אַמעריקע.

דעם 27סטן יאַנואַר, 1945, נאָך דעם ווי דער איטאַליעניש־ייִדישער שרײַבער לוי איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אוישוויץ, האָט ער אָנגעהויבן אַ פֿאַרשלענגלטע טויזנט־מײַלנדיקע נסיעה ביז ער איז אָנגעקומען צו זײַן היימשטאָט, טורין, איטאַליע. די פֿאַרכאַפּנדיקע נסיעה האָט לוי באַשריבן אין זײַן ווערק "דער וואָפֿן־שטילשטאַנד". דער טיטל האָט סימבאָליזירט פֿאַרן מחבר די צײַט נאָכן חורבן, ווען איין מלחמה האָט זיך געענדיקט, אָבער אַ צווייטע, "די קאַלטע מלחמה" האָט זיך אַנטוויקלט.

זעכציק יאָר שפּעטער, אין 2005, האָט דער איטאַליענישער רעזשיסאָר דאַוויד פֿעראַריאָ דורכגעמאַכט דעם זעלביקן וועג ווי לוי; אַ וועג, וואָס האָט געפֿירט דורך פּוילן, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע, רומעניע, אונגערן, סלאָוואַקיע און עסטרײַך. צווישן די אינטערוויוען מיט דער הײַנטיקער אָרטיקער באַפֿעלקערונג אין די לענדער, שטאָטישע און דערפֿישע סצענעס, הערט מען אויסצוגן פֿון פּרימאָ לויס טעקסט, וועלכע באַשרײַבן זײַן רעאַקציע אויף די מענטשן, דעם פּייסאַזש און זײַן מצבֿ אין 1945.

די נײַע נסיעה הייבט זיך אָן אין אוישוויץ. דער רעזשיסאָר ברענגט אַרויס די אַרומנעמיקע השפּעה פֿונעם נײַעם "באַהערשער" פֿון דער וועלט — קאַפּיטאַליזם און די מולטי־נאַציאָנאַלע פֿירמעס. ער ווײַזט וואָס מע פֿאַרקויפֿט אין די סוּוועניר־געשעפֿטן און וואָס פֿאַר אַ קליידער די אוישוויץ־באַזוכער טראָגן. ווי אַ קאָנטראַסט צו לויס שרעקלעכער לאַגער־איבערלעבונג, זעט מען, צום באַדויערן, ווי אוישוויץ איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טוריסטן־אָרט, נישט אַנדערש ווי אַנדערע טוריסטן־ערטער.

עטלעכע טשיקאַווע מאָמענטן פֿאַרגע­דענקען זיך אין דעם פֿילם. ווען דער רעזשיסאָר האָט אָנגעהויבן אַ שמועס מיט אַ פּויער אין ווײַסרוסלאַנד, איז אָנגעקומען אַ גרופּע פֿון דער געהיים־פּאָליציי און דעם אידעאָלאָגיע־מיניסטעריום און אָפּגעשטעלט דאָס פֿילמירן. דערנאָך האָט די רעגירונג־אינסטאַנץ באַשלאָסן צו "העלפֿן" דעם פֿילממאַכער פּראָדוצירן אַ "פּאַסיקן" פֿילם וועגן דעם הײַנטיקן ווײַס­רוסלאַנד. האָט מען אויסגעפֿרעגט אַ פֿאַרמער וועגן די מעלות פֿון אַ קאָלכאָז (קאָלעקטיווער פֿאַרם) און די חסרונות פֿון פּריוואַטער פֿאַר­מערײַ. דער רעפּרעזענטאַנט פֿון דער רעגירונג איז געזעסן דערבײַ אינעם זעלביקן צימער און האָט קודם אויסגעלערנט דעם פֿאַרמער ווי ער דאַרף ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע פֿונעם פֿילממאַכער. פֿאַרן מערבֿדיקן עולם קומט אויס, אַז די סצענע איז אַ קאָמישע פּאַראָדיע פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן לעבן, אָבער פֿאַרן הײַנטיקן ווײַסרוסלענדער איז דאָס די טרויעריקע ווירקלעכקייט.

אין לעמבעריק, האָט דאַוויד פֿעראַריאָ אויס­געפֿרעגט מענטשן וועגן דעם מאָרד פֿונעם אוקראַיִנישן זינגער איגאָר בילאָזיר.

אין מינכן האָט פֿעראַריאָ פֿילמירט אַ נעאָ־נאַצישע זיצונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אַ שעה פֿאַר אַ גאַסן־דעמאָנסטראַציע. אַ יונגע דײַטשע חבֿרה שמועסט ווי מע פֿאַרשפּרייט "ליגנס" וועגן דײַטשלאַנד און ווי אַזוי מע דאַרף קעמפֿן פֿאַרן "אמת". ווען דער נאַראַטאָר לייענט פּרימאָ לויס טעקסט וועגן די נאָך־מלחמהדיקע דײַטשן, וועלכע האָבן זיך נישט געביטן, קלינגען זײַנע ווערטער נבֿיאיש.

כאָטש דער פֿילם איז אינטערעסאַנט ווי אַ "רײַזע־פֿילם", איז ער ווייניקער געראָטן ווי אַ פֿילם וואָס אַנטפּלעקט נײַע אַספּעקטן פֿון פּרימאָ לויס ווערק, דערזען מיט הײַנטיקע אויגן. ס׳איז קלאָר, אַז פֿעראַריאָ האָט דאָס געוואָלט באַווײַזן, אָבער די צעוואָרפֿענע ציטאַטן פֿון לויס בוך גיבן ווייניק צו, און מע פֿאַרגעסט אין זיי אין גאַנצן ווען די געשעענישן אויפֿן עקראַן ווערן לעבעדיק.

אָבער איין דערמאָנונג פֿון פּרימאָ לוי גע­דענקט זיך יאָ. ווי באַקאַנט, האָט דער איטאַ­ליעניש־ייִדישער שרײַבער זיך אויסגע­לערנט צו פֿאַרשטיין ייִדיש אין אוישוויץ, אָבער נישט גוט רעדן. אויפֿן וועג ערגעץ אין אוקראַיִנע האָט ער געהערט ווי צוויי מיידלעך רעדן אויף מאַמע־לשון, און ער האָט זיי געזאָגט, אַז ער איז אויך אַ ייִד. זיי האָבן געשמייכלט און אים געזאָגט, אַז זיי גלייבן אים נישט, ווײַל נאָר די וואָס רעדן אויף ייִדיש קענען זײַן ייִדן".