ייִדיש־וועלט

מיר האָבן אַ נטיה צו פֿאַרגלײַכן אַ מענטש צו עפּעס, אָדער עמעצן. אָט, למשל, האָט מיך מײַן מאַמע אַלע מאָל פֿאַרגליכן צו אַ ייִדישן יום־טובֿ, ווען זי האָט מיך גערופֿן "גרינער שבֿועות". אין אָנהייב האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זי מיינט דערמיט. שפּעטער, אָבער, האָט עס מיר געגעבן אַ טיאָכקע אונטערן לעפֿעלע. זי האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז איך בין פֿאַרגרינט, אויסגעדאַרט און זע אויס — אַ שענערן באַגראָבט מען. פֿאַרגלײַכענישן, וואָס שילדערן דאָס אויסזען פֿון אַ מענטש, זײַנען דאָ בײַ אונדז "דאָ קאָלאָרו דאָ וויבאָרו" (צום אָפּקלײַב פֿון אַלע קאָלירן). און אַז איר וועט לייענען ווײַטער, וועט איר ווערן אַזוי קלוג ווי איך. אָט האָט איר זיי.

"משה זעט דאָך אויס ווי אַ בייז יאָר אויף דער לינקער זײַט" — געמיינט צו זאָגן, אַז אַ בייז יאָר איז ביטער און אויף דער לינקער זײַט נאָך דערצו, איז שוין נישטאָ קיין גלײַכן.

"שׂרה־גיטל זעט אויס ווי אַן אָפּגע­ריבענער זעקסער" — געמיינט צו זאָגן, אַז זי איז שוין אַדורכגעגאַנגען קאַלטס און וואַרעמס און מען האָט נישט איין מאָל בײַ איר געביטן די הענטשקעס.

פֿאַרגלײַכענישן קענען וויי טאָן און קענען יענעם אַרײַנזעצן אַ נײַע נשמה. זיי קענען געבן דעם צוהערער אַ בעסער בילד פֿון דעם וואָס מען וויל זאָגן און, פֿאַר­שטייט זיך, אַז זיי באַרײַכערן דאָס לשון. אָט, לשמל, נעמט אַזאַ אויסדרוק ווי:

"זיי קומען אויס ווי מיט אַ בייזער שוויגער" — די שוויגער האָט זיך בײַ אונדז קיין הסב־בעטל נישט פֿאַרדינט. מען האָט זי פֿאַרמישפּט צום אייביקן פֿאָראורטייל. זעט אויס, אַז די געשיכטע האָט באַוויזן, אַז אַ שנור פֿלעגט זיך שטאַרק אָנלײַדן פֿון אַ בייזער שוויגער, וואָס האָט זיך אייביק געמישט אין איר זונס און שנורס געשעפֿטן; אויף אַלץ און אויף אַלעמען געוואָרפֿן אַן אויג, באַרעדט, געפּליאָטקעוועט און נישט געלאָזט לעבן. און אַז מ׳האָט געוואָלט פֿון עמעצן חוזק מאַכן, האָט מען געקאָנט זאָגן, צום בײַשפּיל:

"זי איז איידל ווי אַ קניידל, און גראָב ווי אַ חזיר" — הײַנט, אויב מען וויל אַזוינס ברענגען איבער דעם מויל, מוז עס זײַן דיסקרעט. אַנישט צאָלט מען אָפּ כּפֿל־כּפֿלים.

"ער האָט זיך אָנגעטליקעט (אָנגעפֿרעסן) ווי אַ פּויק" — נו, אַ פּויק איז רונדיק, און ווען מ׳פּויקט אין אים אַרײַן קומען אַרויס הילכיקע זבענקעס. די שטעטל־ייִדן האָבן זיך צוגעאייגנט אַן אייגן לשון, פֿול מיט זאַפֿט און חן.

"דאָס איז אַ מאכל ווי אַ מויד מיט אַ בײַכל" — זעט אויס, אַז די מויד (נישט קיין חתונה־געהאַטע) האָט געטראָגן און גע­געסן פֿאַר צוויי.

"רבי־געלט" און "ער וועט באַצאָלן ווי אַ טאַטעלע" — רבי־געלט צאָלט מען ווען מען הערט זיך נישט צו צו גוטע עצות, ווען מען איז פֿאַרעקשנט און מען וויל דווקא אויספֿירן ס׳אייגענע; און אַז ס׳געלינגט נישט, "בריט מען זיך אָפּ" און מ׳צאָלט דערפֿאַר "רבי־געלט". ס׳הייסט, זיך פֿאָרט עפּעס אָפּגעלערנט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ביז דער רבי האָט געקראָגן באַצאָלט דעם נעבעכדיקן שׂכר־לימוד, איז אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. און אַז אַ חדר־ייִנגל האָט זיך נישט צוגעהערט צום רבינס רייד, האָט ער דערפֿאַר געקראָגן אָדער מיטן קאַנטשיק, אָדער מיט האַרבע רייד. דאָס "צאָלן ווי אַ טאַטעלע", האָט מען געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז ער וועט זיך נישט אַרויסדרייען פֿונעם חובֿ.

"די קאַטשקעס גייען באָרוועס און די גענדזלעך אָן אַ קאַפּעליוש" — מסתּמא האָט דאָס ווערטל געהאַט צו טאָן מיטן פֿויגלשן מלכות, וואָס טוט זיך באַנוגענען מיט קרישקעס, אָבער דער מענטש דאַרף ברויט. אפֿשר האָט דאָס ווערטל געהאַט צו טאָן מיט בעל־מלאָכות, ווי "דער שוסטער גייט אַרום באָרוועס" און דער "היטלמאַכער פֿאַרגינט זיך נישט קיין קאַפּעליוש". בײַ ייִדן איז דאָס פֿאַרגלײַכעניש ממש אַ ספּאָרט געווען; נאָר מען שילדערט, נאָר מ׳וויל אויסמאָלן אַ בילד פֿאַר די אויגן. אָט למשל האָבן מיר:

"ער איז גלײַך ווי אַ קאָטשערע מיט אַ לאָפּעטע" — אַן איראָנישער זאָג וועגן אַ מענטש, וואָס פֿירט קרומע גע­שעפֿטן. מיר שילדערן אויך דורך פֿאַר­גלײַ­כענישן מיט אונדזער געזונט. ווער זשע איז בײַ ייִדן געזונט? מ׳וויל קיין מאָל נישט אויסשטעכן בײַם מלאך־המות די אויגן. טאָר מען דאָך אַזאַ אויסדרוק איבערן מויל נישט ברענגען, ווײַל דער יצר־הרע האָט אויערן. שפּײַט מען אויס דרײַ מאָל און מ׳זאָגט:

"ער איז געזונט ווי אַ טויער, ווי אַ מויער און ווי אַ פּויער".

און אַז ער איז, חלילה, קראַנק, זאָגט מען אויף אים:

"אַזעלכע חלאָים זײַנען געזונט ווי די גויים".

איך בין שטענדיק געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז בײַ ייִדן האָט מען נישט גע­טאָרט זאָגן אַז ער, אָדער זי, איז געזונט אָדער שטאַרק, אָדער שיין. דערמיט זוכט מען זיך צרות, ווײַל דער יצר־הרע שטייט אויף דער וואַך און קען נאָך דערהערן און געבן אַן עין־הרע. אָבער אַז מ׳גלייבט נישט יענעם אַז ער איז אַ חולה מסוכּן, זאָגט מען אויף אים:

"ער האָט אַ האַרץ ווי אַ לאָקשנברעט". — פֿאַר וואָס דווקא אַ לאָקשנברעט? ווײַל אויף אַ לאָקשנברעט רײַבט מען די נאַסע וועש בײַם וואַשן זיי אין פּראַלניק. אָבער דאָס לאָקשנברעט רײַבט זיך קיין מאָל נישט אויס. דעריבער מעג ער זײַן אַ חולה מסוכּן, וועט עס אים טאַקע גאָרנישט שאַטן.

מיין מאַמע פֿלעגט אַלעמאָל זאָגן, אַז "ער איז געזאַלצן ווי ראָפּע" (brine). וואָס האָט זי דערמיט געמיינט צו זאָגן? זעט אויס אַ געזאַלצענער מענטש קען זיס נישט שפּײַען. פֿון זײַן מויל קומען אַרויס בלויז ביטער־געזאַלצענע רייד. כ׳האָב געקאָנט אַזעלכע ייִדן אויך. וועגן דעם קליין וווּק­סיקן מין האָט מען אַזאַ מענטשעלע געגעבן אַזעלכע פֿאַרגלײַכענישן:

"שׂרה־ביילע איז גרויס ווי אַ מינוט".

אַליין איז מײַן מאַמע געווען גרויס ווי אַ מינוט. און איך בין נישט גרעסער. אָבער, ווען פֿרייט זיך דער הויקער? ווען ער זעט אַ צווייטן.

"גרונם איז נישט גרעסער. ער איז גרויס ווי אַ גענעץ".

איך קען איינעם וואָס איז גרויס ווי אַ גענעץ, אָבער צו זײַן מאַיאָנטעק קומט עס נישט. זײַן פֿאַרמעגן קען זיך נישט פֿאַר­שעמען אַנטקעגן דאָנאַלד טראָמפּן. ער איז טאַקע אַ פּיטשימאָנטשיקל. אָבער זײַן ווערט דערגרייכט אין די... כ׳האָב נישט געציילט זײַנע מיליאָנען צי מיליאַסן. זאָל אים ווויל באַקומען.

"זי איז גרויס ווי אַ מפּיל־קינד". — אַ מפּיל־קינד איז אַ קינד וואָס די מוטער האָט פֿאַרלוירן אין דער פֿריִער שוואַנ­גער­שאַפֿט.

צווישן די גאָר אָנגע­נו­מענע פֿאַרגלײַ­כענישן האָבן מיר אַזעלכע שאָנקייטן, ווי:

"גרויס ווי אַן אַרבעס אָדער גרויס ווי דער שור־הבר".

ווער האָט עס נישט געהערט פֿונעם שור־הבר? דער ריזיק־גיגאַנטישער אָקס, וואָס פּאַשעט זיך אויף דער גן־עדן אין לאָנקע און ציטערט ווי אַ פֿיש אַז משיח זאָל, חלילה, זיך נישט באַווײַזן. ווײַל ווען משיח וועט קומען, וועט מען אים שעכטן און מאַכן אַ סעודהניו. צדיקים וועלן עסן דעם בעסטן חלק, און דער המון־עם וועט זיך פּאָסמאַקעווען מיט גאַלע (פּטשאַ — פֿוסנאָגע) וואָס מ׳וועט פֿאַרגרייטן פֿונעם שור־הברס פֿיס. משה רבינו וועט פֿאַר אונדז תּורה זאָגן, דוד המלך וועט פֿאַר אונדז שפּילן, שלמה המלך וועט פֿאַר אונדז חכמה זאָגן, מרים הנבֿיאה וועט פֿאַר אונדז טאַנצן אויף דער סעודהניו.

דאָס פֿאָלק האָט אויך נישט אָפּגעלאָזט דעם הויכן דראָנג און דעם קורצן פֿרײַטיק פֿון דער בוכהאַלטעריע. אויף אַזאַ איינעם האָט מען געזאָגט:

"הויך ווי עוג־מלך־הבשן"!

שטייט אין חומש, אַז אָט דער הויכער, שטאַרקער גיגאַנטישער ריז, איז נישט געווען קיין אַנדערער ווי דער מלך פֿון בשן. עס ווערט דערציילט, אַז ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אין מדבר, איז אָט דער ריז אַרויס האַלטן מלחמה קעגן זיי. אָבער וואָס דען? די ייִדן האָבן באַזיגט דעם עוג־מלך־הבשן, ווײַל זיי זײַנען געווען שטאַרקער. איז אונדז פֿון יענעם צופֿאַל פֿאַרבליבן דאָס שיינע ווערטל.

און וואָס איז מכּוח האַלטן זיך? דאָס לידל גייט, אַז מיר זײַנען אַלע ברידער, און מיר האַלטן זיך אין איינעם. אָבער אין דער אמתן זײַנען מיר אַ סך מאָל ווי שטיף־ברידער איינער צום אַנדערן, ווי קוזינען און גליד־קוזינען. און ווען עס קומט צום רעכטן געדעכטן, זאָגט מען:

"די גאַנצע זאַך האַלט זיך ווי אויף שפּינוועבס", און אויך:

"עס האַלט זיך ווי מיט ניכטערן שפּײַעכץ צוגעקלעפּט".

וואָס זשע קומט אונדז אַרויס דערפֿון, אַז די וועלט־פּאָליטיק האַלט זיך ווי אויף שפּינוועבס, ווי שפּינגע־דע־גינגע, און אַז פֿון אַלע צוזאָגן אין דער "יו־ען" דרייט מען זיך דאָרט ווי אויף אַ קאָרעק, ווען עס קומט צו מאַכן אַ באַשלוס לטובֿת דער לײַדנ­דיקער באַפֿעלקערונג; הײַנט — דאַר­פֿור, נעכטן — רואַנדאַ, אייערנעכטן אין אוגאַנדאַ און אַזוי ציט זיך די פּאָליטיק ווי "מיט ניכטערן שפּײַעכץ צוגעקלעפּט".

און ווי קומט עס וואָס מיר שפּאַרן זיך ווען עס קומט צו יענעמס טעם. אויף העברעיִש זאָגט מען: "על טעם וריח, אין מה להתּווכּח", וואָס דאָס מיינט: ווען עס קומט צום גוסט אָדער טעם, איז נישטאָ זיך וואָס צו שפּאַרן. אָבער בײַ אונדז אין אַשכּנז האָט מען געזאָגט:

"עס האָט אַ טעם ווי אַ מויד אַן אַם".

איז אַזוי... אַ הייבאַם (midwife) איז אַ פֿרוי וואָס נעמט אָפּ דאָס קינד בײַם געבורט. אַן אַם (wetnurse) איז אַ פֿרוי וואָס זייגט דאָס קינד, ווײַל די מאַמע האָט נישט גענוג מילך. האָט מען צו דער הייבאַם גאָרנישט געהאַט. אָבער די אַם, זעט אויס, האָט נישט גוט אָפּגעשניטן. פֿאַר וואָס? ווייס איך נישט.

ווען עס קומט צום ליגן אויף אַ געלעגער האָט מען זיך געקאָנט פֿאַרגינען אויסצוציִען אין בעט "ווי גראַף פּאָטאָצקי" אָדער ווי אַ "מאָנאַך". און אַ קליידל קען ליגן אויף איר ווי אויסגעגאָסן. און ווען עס קומט צום מזל, איז דאָך בײַ אונדז פֿאַראַן אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון פֿאַרגלײַכענישן. מיר געפֿעלט דווקא:

"אַ מזל ווי אַ דראָנג".

אַ דראָנג האָט מײַן מאַמע גערופֿן זייער אַ הויכן פּאַרשוין. אָבער אין דעם, וואָלט איך געזאָגט, איז עס פֿאַרקערט. אויב אַ דראָנג איז נישט מער ווי אַ גרויסער שטעקן, האָט אים דאָך דאָס מזל נישט צוגעשפּילט, נאָר פֿאַרקערט — אים געוויזן אַ פֿײַג.

"המבֿדיל בין קודש לחול — ווער עס האָט מזל איז אים טאַקע ווויל".

אינטערעסאַנט זענען די פֿאַרגלײַכענישן וואָס האָבן צו טאָן מיט קערפּער־טיילן, ווי למשל:

"פֿול ווי אַן אויג".

"טויב ווי אין אַן אויער".

"פֿעפֿער אין דער נאָז".

דאָ וועל איך זיך אָפּשטעלן, ווײַל עס איז נישטאָ קיין מאָס צו די פֿאַרגלײַכענישן. אויב אָבער עס איז אײַך צום האַרצן די עקספּעדיציע, טוט אַ ייִדענע אַ טובֿה און שיקט צו אַ בריוול אין רעדאַקציע און לאָזט וויסן צי איך בין נישט פֿאַרקראָכן אין די הרי־חושך.