‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטגלידער פֿון דער עקספּעדיציע כאַפּן אַ שמועס מיט די מאָלעווער ייִדן נאָכן "מעריבֿ"
מיטגלידער פֿון דער עקספּעדיציע כאַפּן אַ שמועס מיט די מאָלעווער ייִדן נאָכן "מעריבֿ"

די שטאָט מאָהילעוו־פּאָדאָלסק, אויף ייִדיש מאָלעוו, איז מן־הסתּם הײַנט די סאַמע "ייִדישע" שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ מאָל זײַנען די ייִדן געווען דאָרט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעל­קערונג. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געלעבט אין מאָלעוו ביז סוף 1980ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות האָבן זיי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער אַפֿילו הײַנט פֿאַרמאָגט מאָלעוו אַרום 500 ייִדישע נפֿשות, וואָס פֿאַר אַ שטאָט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון בערך זעקס און דרײַסיק טויזנט איז אַ רעלאַטיוו היפּשע צאָל.

פֿאַר אַן אַנטראָפּאָלאָג, וואָס וויל שטודירן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן "אין דער היים", איז מאָלעוו אַ געבענטשט אָרט. כּמעט אַלע ייִדן שטאַמען דאָ פֿון דער שטאָט גופֿא אָדער פֿון די אַרומיקע שטעטלעך אויף ביידע ברעגן פֿונעם טײַך דנעסטער, וואָס צעטיילט אוקראַיִנע און מאָלדאָווע. זיי אַליין אָדער זייערע משפּחות האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין די געטאָס און לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע, דער געגנט אויף דעם לינקן ברעג דנעסטער, וואָס איז געווען אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע פֿון 1941 ביז 1944. דער אָנדענק נאָך יענער צײַט איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין דעם מאָנומענט מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף אוקראַיִניש און ייִדיש, וואָס שטייט אויף דער הויפּט־גאַס פֿון דער שטאָט. ס׳איז דאָ אַ שיל מיט אַ טעגלעכן מנין אויף מינחה און מערבֿ, וואָס מען זאָגט אויף רוסיש, און אַ בית־עולם, וואָס ווערט אונטערגעהאַלטן אין אַ מוסטערהאַפֿטיקער ציכטיקייט. אָבער דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אין מאָלעוו זײַנען די ייִדישע תּושבֿים.

ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין מאָלעוו סוף 17טן יאָרהונדערט, און בהדרגה האָבן זיי גענומען שפּילן אַ חשובֿע ראָלע אין דער שטאָטישער עקאָנאָמיע. פֿאַר דער אָק­טאָבער־רעוואָלוציע איז מאָלעוו געווען אַ וויכטיקער טײַך־פּאָרט מיט אַן אַקטיוון האַנדל. מען האָט פֿאַרקויפֿט די תּבֿואה פֿון פּאָדאָליע און בעסאַראַביע קיין אָדעס און באַקומען צוריק כּלערליי אימפּאָרטירטע סחורות. ווען בעסאַראַביע איז אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון רומעניע נאָכן בירגער־קריג, האָט מען אָפּגעשטעלט די נאַוויגאַציע און אויפֿגעבויט אַ פֿאַרפֿעסטיקטע גרענעץ צווישן דעם מלכות פֿון סאָציאַליזם און דער "באָיאַרישער" רומעניע. בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע האָט די סאָוועטישע מאַכט אויפֿגעשטעלט אין מאָלעוו אַ גרויסן זאַוואָד פֿון מכשירים פֿאַר מעכאַנישע מילן, און אַ סך ייִדן זײַנען געוואָרן אַרבעטער און אינזשענערן. ווען די רומענישע אַרמיי איז געקומען קיין מאָלעוו אין יולי פֿון 1941, זײַנען דאָרט געווען בערך פֿיר טויזנט ייִדן, וועלכע זײַנען צונויפֿגעטריבן גע­וואָרן אין דעם געטאָ אין דעם צענטראַלן טייל פֿון דער שטאָט. דערצו האָט מען פֿאַר­שפּאַרט אין מאָלעווער געטאָ אַרום פֿופֿצן טויזנט ייִדן פֿון בעסאַראַביע און בו­קאָווינע. די רומענער האָבן גענוצט די ייִדן אויף סאַמע שווערע אַרבעטן, און אַ סך מענטשן זײַנען אומגעקומען פֿון הונגער, קעלט און קראַנקייטן, אָדער דרהרגעט גע­וואָרן דורך דעם רומענישן מיליטער און זייערע אָרטיקע באַהעלפֿער. אָבער אַ רע­לאַטיוו גרויסע צאָל ייִדן איז פֿאַרבליבן לעבעדיק, און די דאָזיקע זײַנען געווען בכּוח אויפֿצובויען זייער לעבן נאָך דער באַפֿרײַונג. דער באַפֿרײַונגס־טאָג, מערץ 19, איז אַ גרויסער יום־טובֿ בײַ אַלע מאָלעווער ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט. אַן ענלעכער מינהג עקזיסטירט אויך אין אַנדערע שטעט פֿון אוקראַיִנע.

די סאָוועטישע מאַכט האָט שטאַרק גע­ענדערט דעם אַלטן אופֿן פֿון לעבן, אָבער אין מאָלעוו און אין די אַרומיקע שטעטלעך האָבן אַ סך ייִדן אָפּגעהיט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער. איינער אַן עלטערער תּושבֿ האָט אונדז דערציילט, אַז פֿאַר דער מלחמה זײַנען אין מאָלעוו געווען דרײַ ייִדישע טאָגשולן און פֿיר שילן. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ סטאָליאַר און אַ פֿרומער ייִד. דער פֿאָטער האָט גע­דונגען פֿאַר זײַן זון, דעם סאָוועטישן פּיאָנער, אַ ספּעציעלן מלמד, כּדי אים צוצוגרייטן צו דער בר־מיצווה, וואָס מען האָט געפּראַוועט אין 1937, אין סאַמע ברען פֿון די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס. אָבער די הויכע פּאָליטיק האָט ווייניק געאַרט די מאָלעווער בעל־מלאָכות.

דער געטאָ־מאָנומענט אויף דער סטאַוויסקע־גאַס אין מאָלעוו מיטן אויפֿשריפֿט׃ "מיר געדענקען די אומשולדיקע ייִדישע קרבנות פֿון פֿאַשיזם"
דער געטאָ־מאָנומענט אויף דער סטאַוויסקע־גאַס אין מאָלעוו מיטן אויפֿשריפֿט׃ "מיר געדענקען די אומשולדיקע ייִדישע קרבנות פֿון פֿאַשיזם"

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אונדזער אינפֿאָרמאַנט איז אַן אַקטיווער לייענער פֿון ייִדישער פּרעסע אויף רוסיש, אוקראַיִניש און ייִדיש. ער האָט געטענהט, הלמאי מען שרײַבט אויף ייִדיש אַזוי שווערלעך, אַזוי ווי מען וואָלט איבערגעזעצט פֿון רוסיש אָדער אוקראַיִניש — און ווי אַ מוסטער האָט ער מיר געוויזן מײַנעם אַן אַרטיקל פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס איז איבערגעדרוקט גע­וואָרן אין אַן אוקראַיִנער ייִדישער צײַ­טונג. די דאָזיקע באַרעכטיקטע קריטיק פֿון אַ לייענער באַווײַזט, אַז אין מאָלעוו לייענט מען דעם "פֿאָרווערטס" מיט קאָפּ. די פֿרישע נומערן פֿון אונדזער צײַטונג ליגן לעבן דער אָרטיקער פּרעסע אין דער ביבליאָטעק פֿון דער קהילה.

הגם דאָס רובֿ ייִדן אין מאָלעוו פֿאַר­שטייען ייִדיש גאַנץ גוט, און אַ סך פֿון זיי זײַנען בכּוח צו רעדן אַ שיינעם און זאַפֿטיקן פּאָדאָליש־בעסאַראַבישן דיאַלעקט, איז די צאָל פֿון די לייענער גאַנץ קנאַפּ. די ייִדישע שולן זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן אין 1937—1938, און שפּעטער האָבן די ייִדישע קינדער ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו לערנען דעם אלף־בית, סײַדן בײַ די עלטערן אָדער אין אַ געהיימען פּריוואַטן חדר, וועלכער האָט עקזיסטירט אין מאָלעוו נאָך דער מלחמה. אָפֿיציעל האָט מאָלעוו דעמאָלט שוין ניט געהאַט קיין שיל, אָבער מען געדענקט גאַנץ גוט, ווי הונדערטער מענטשן פֿלעגן זיך זאַמלען אַרום דעם "ניט־אָפֿיציעלן" מנין סוף פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור, כּדי צו הערן דעם שופֿר.

ווי אַזוי האָבן די ייִדן געפּראַוועט די "אומלעגאַלע" אַקטיוויטעטן אין דער סאָ­וועטישער צײַט׃ דאַווענען בציבור, שחיטה, שדחנות? דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט דער סאָציאַלער, עקאָנאָמישער, און געאָגראַפֿישער סטרוקטור פֿון דער שטאָט. אין מאָלעוו האָבן די ייִדן טראַדיציאָנעל געוווינט ניט ווײַט פֿונעם מאַרק, און עס זײַנען געווען צוויי פֿאַרשידענע ייִדישע געגנטן. די בעל־מלאָכות און הענדלער האָבן געוווינט צווישן דעם מאַרק און דעם טײַך, נאָענט צו די פּאָטענציעלע קונים, וועלכע פֿלעגן גיין צום מאַרק איבער דער בריק. הינטערן מאַרק ליגט "קבצניווקע", דאָס וווינאָרט פֿון די אָרעמעלײַט, וועלכע ציִען זייער יניקה פֿונעם מאַרק. דער נאָמען "קבצניווקע" איז באַקאַנט פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן. די הויפּט־גאַס פֿון דער געגנט טראָגט הײַנט דעם נאָמען פֿון שלום־עליכם. אַגבֿ, שלום־עליכמס ווערק לערנט מען הײַנט אין די אוקראַיִנישע שולן ווי אַ לימוד.

מאָלעווער ייִדן טראָגן אין זייער זכּרון אַ גאַנצע וועלט פֿון וויכטיקער אינפֿאָר­מאַציע, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין ניט נאָר דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן, אָבער אויך די ייִדישע קולטור. דאָס איז איינער פֿון די סאַמע לעצטע אינדזלען פֿון דער אַלטער ייִדישער ציוויליזאַציע, וווּ מען קאָן נאָך הערן לעבעדיקערהייט מעשׂיות וועגן הערשעלע אָסטראָפּאָלער, לעגענדעס וועגן צדיקים און ייִדישע פֿאָלקס־לידער. אַ סך פֿון די דאָזיקע מאַטעריאַלן זײַנען פֿאַרפֿיקסירט געוואָרן דורך דער עטנאָגראַפֿישער עקס­פּעדיציע פֿונעם פּעטערבורגער אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט, אין וועלכער איך האָב זוכה געווען זיך צו באַטייליקן.