דער ערשטער נומער פֿונעם זשורנאַל "אַזימאָווס" |
זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר
מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַבער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק, ראָדזשער זשעלאַזני, פּאָל אַנדערסאָן, דען סימאָנס, אורסולאַ לע גווין, וויליאַם גיבסאָן און אַנדערע. אַ סך באַקאַנטע "סײַ־פֿײַ"-נאָוועלעס און דערציילונגען זענען צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן אין "אַזימאָווס". דער ערשטער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל איז געווען דער שרײַבער דזשאָרדזש סקיטערס; אײַזיק אַזימאָוו האָט געענטפֿערט אויף די בריוו פֿון די לייענער, כּסדר געשריבן עדיטאָריאַלן און אָנגעפֿירט מיט דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל, הגם ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו רעדאַקטירן די מאַטעריאַלן.
דער עלטסטער פֿאַנטאַסטישער זשורנאַל אין דער וועלט, וואָס גייט נאָך אַלץ אַרויס, איז "אַנאַלאָג", געגרינדעט אין 1930 אונטערן נאָמען "Astounding Stories" ("פּלעפֿנדיקע מעשׂיות"). הגם "אַנאַלאָג" האָט אַמאָל אָנגעהויבן זײַן לאַנגע געשיכטע ווי אַ שונד־זשורנאַל, האָט ער אין משך פֿון צײַט אַנטוויקלט זייער אַ "שטרענגן" סטיל, וווּ פּינקטלעכע און רעאַליסטישע באַשרײַבונגען פֿון טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס שפּילן אָפֿט אַ גרעסערע ראָלע, ווי דער סוזשעט. די אַנדערע פּאָפּולערע אַמעריקאַנער אויסגאַבע, "דער זשורנאַל פֿון פֿאַנטאַזיע און וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק" ("The Magazine of Fantasy & Science Fiction" אָדער "F&SF"), גיט זיך אָפּ מיט שוידערלעכע און מיסטישע מעשׂיות מיט געשפּענסטן, וואַמפּירן, כּישופֿים און אַנדערע נישט-וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַנטאַזיעס.
"אַזימאָווס", די דריטע פּאָפּולערסטע "סײַ-פֿײַ"-אויסגאַבע אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט, שטעלט דעם טראָפּ סײַ אויף "וויסנשאַפֿטלעכקייט", סײַ אויף סאָציאַלע און פּסיכאָלאָגישע ענינים, סײַ אויף חידושדיקע סוזשעטן, סײַ אויף דער הויכער ליטעראַרישער קוואַליטעט — דערפֿאַר האָט ער כּשר פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון זייער אַן ערנסטן, אינטעלעקטועלן זשורנאַל; אַ גרויסער טייל ליבהאָבער פֿון פֿאַנטאַסטישער ליטעראַטור, לכל-הפּחות אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט, האַלטן, אַז "אַזימאָווס" איז דער בעסטער "סײַ-פֿײַ"-זשורנאַל אין דער געשיכטע.
אין צוויי וואָכן אַרום, פֿון 30סטן אויגוסט ביז דעם 3טן סעפּטעמבער, וועט אין יאָקאַהאַמאַ, יאַפּאַן, דורכגעפֿירט ווערן די 65סטע יערלעכע "וועלט-קאָנווענץ פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק" (Worldcon). דער וויכטיקסטער טייל פֿון דער קאָנווענץ איז די יערלעכע צערעמאָניע, בעת וועלכער די בעסטע פֿאַנטאַסטישע ווערק וועלן באַלוינט ווערן מיטן "היוגאָ"-פּריז — איינער פֿון די סאַמע פּרעסטיזשפֿולע פּריזן אין דער "סײַ-פֿײַ"-וועלט. ס׳רובֿ פֿון די 20 שרײַבער, נאָמינירט צום "היוגאָ"־פּריז — אַחוץ די, וואָס האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע ווערק אין אַ בוך-פֿאָרם — האָבן פּובליקירט זייערע נאָוועלעס און דערציילונגען דווקא אינעם זשורנאַל "אַזימאָווס".
איצט, זינט דעם יאָר 2004, ווערט דער זשורנאַל רעדאַקטירט דורך שילאַ וויליאַמס — אַ טאַלאַנטירטע רעדאַקטאָרין פֿון מאַסאַטשוסעטס, וועלכע האָט געאַרבעט צוזאַמען מיט אײַזיק אַזימאָוון במשך פֿון צען יאָר. צוליב דעם גוטן הויכן ליטעראַרישן ניוואָ און דעם לײַכטן סטיל, בלײַבט "אַזימאָווס" אַ יחיד־במינו — אין אַ סך אַספּעקטן, דער בעסטער וויסנשאַפֿטלעך־פֿאַנטאַסטישער זשורנאַל אין דער וועלט, בפֿרט צוליב די חידושדיקע קורצע דערציילונגען. אַזימאָווס גייט אַרויס 10 מאָל אַ יאָר, מיט צוויי טאָפּלטע נומערן יעדן אַפּריל-מײַ און אָקטאָבער-נאָוועמבער. הײַיאָר גרייט די רעדאַקציע אַ ספּעציעלן טאָפּלטן יוביליי-נומער, וואָס וועט אַרויס דעם קומענדיקן אָקטאָבער-נאָוועמבער; מיט אַ חודש צוריק האָבן די רעדאַקטאָרן אויך צוגעגרייט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון די בעסטע דערציילונגען, פּובליקירט במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר.
געשיכטע פֿון פֿאַנטאַסטיק
דער מאָדערנער פֿאַנטאַסטישער זשאַנער שטאַמט, דער עיקר, פֿון צוויי עלטערע ליטעראַטור-זשאַנערס: מיטאָס און אוטאָפּיע. די מיטאָלאָגיע פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער איז פֿול מיט כּלערליי מיסטישע און וווּנדערלעכע דערשײַנונגען, וואָס קלינגען אָפֿט זייער פֿאַנטאַסטיש. למשל, אין די אוראַלטע אינדישע עפּישע פּאָעמעס "ראַמאַיאַנאַ" און "מאַהאַבהאַראַטאַ" ווערן באַשריבן פֿליִענדיקע מאַשינען, "ווימאַנאַס", אויסגעשטאַט מיט מעכטיק געווער (וואָס דערמאָנט די אַטאָם-באָמבעס), מיט וועלכע די אוראַלטע העלדן האָבן, כּלומרשט, געפֿירט מלחמות. די אינדישע ליטעראַטור איז אויך פֿול מיט דערציילונגען וועגן די אײַנוווינער פֿון אַנדערע פּלאַנעטן און אוניווערסן, און מיט אַנדערע טעמעס, וואָס זענען זייער פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטצײַטיקער פֿאַנטאַסטישער ליטעראַטור.
אין אונטערשייד פֿון די לעגענדעס, וואָס דערציילן וועגן דעם ווײַטן עבֿר, האָבן די אוטאָפּיעס אַן אַנדער צוועק: צו ווײַזן, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ בעסערע געזעלשאַפֿט. דער פֿאַרקערטער זשאַנער, אַנטי-אוטאָפּיעס, שטעלט אויך דעם זעלבן ציל, אָבער אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן — אָנצוּווײַזן די פּאָטענציעלע סכּנות פֿון סאָציאַלע און טעכנאָלאָגישע ענדערונגען, כּדי די קומענדיקע בויער פֿון דער בעסערער געזעלשאַפֿט זאָלן זיי אויסמײַדן. די ערשטע אוטאָפּישע ווערק זענען באַגרינדעט געוואָרן אויף פּלאַטאָנס בוך "רעפּובליק", וווּ דער באַרימטער גריכישער פֿילאָסאָף באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע מעגלעכע פֿאָרמען פֿון פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע. דאָס וואָרט "אוטאָפּיע" שטאַמט פֿון אַ בוך מיטן זעלבן נאָמען, פֿונעם ענגלישן רעגירונג-ראַטגעבער און שרײַבער טאָמאַס מאָר, געדרוקט אינעם יאָר 1516.
דער ערשטער עטאַפּ אין דער אַנטוויקלונג פֿון "סײַ-פֿײַ" איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע אין אייראָפּע, אינעם 16סטן יאָרהונדערט, הגם די פֿריִיִקע מוסטערן פֿונעם זשאַנער קלינגען הײַנט אַ ביסל קאָמיש, צוליב די באַגרענעצטע און גרײַזיקע קענטענישן פֿון דעמאָלטיקער וויסנשאַפֿט, אָבער זיי נוצט שוין אויס אַ סך באַקאַנטע פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן.
מאַרגאַרעט קאַווענדישס בוך "די שפּאָגל-נײַע וועלט" |
למשל, אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט מאַרגאַרעט קאַווענדיש, אַ געבילדענע ענגלישע גראַפֿיניע, פּובליקירט דאָס בוך "די שפּאָגל־נײַע וועלט" ("The Blazing-World"), וווּ עס ווערט באַשריבן אַ "פּאָרטאַל" בײַם צפֿונדיקן פּאָלוס, דורך וועלכן מע קען דערגרייכן צו אַן אַנדער פּלאַנעט, וווּ עס בליט אַן אוטאָפּישע געזעלשאַפֿט, באַוווינט מיט פֿאַרשיידענע פֿאַרנונפֿטיקע באַשעפֿענישן, אַרײַנגערעכנט שווימענדיקע "ים-מענטשן" און פֿליִענדיקע "פֿייגל-מענטשן"; אַ יונגע פֿרוי האָט באַזוכט יענע פּלאַנעט, וווּ זי איז געוואָרן אַ קיניגין, און האָט אַטאַקירט אונדזער ערד דורך סובמאַרינען און לופֿט-אַטאַקן. הגם זשול ווערן, דער באַרימטער פֿראַנצויזישער שרײַבער-פֿאַנטאַסט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט באַשריבן אַ מער רעאַליסטישע אונטערוואַסער-שיף, "נאַוטילוס", האָט קאַווענדישס ווערק אַ סך מעלות, ענלעך אויף די הײַנטצײַטיקע פּאָסטמאָדערנע ראָמאַנען.
אַ צאָל זייער אָריגינעלע פֿריִיִקע "סײַ-פֿײַ"-ווערק זענען געשאַפֿן געוואָרן אין אינדיע. די אויבן-דערמאָנטע "ווימאַנאַס" פֿונעם אוראַלטן אינדישן עפּאָס האָבן געקענט, לויט די לעגענדעס, פֿליִען אין קאָסמאָס, ווי אויך שווימען אונטערן וואַסער; דערפֿאַר, אפֿשר, האָבן די אינדישע שרײַבער אָנגעהויבן שרײַבן וועגן קאָסמאָס און אַנדערע גאַנץ "מאָדערנע" פֿאַנטאַסטישע טעמעס מיט אַ צענדליק יאָר פֿאַר הערבערט וועלס און אַנדערע מערבֿדיקע שרײַבער. אינעם יאָר 1857 האָט דער בענגאַלישער שרײַבער דזשאָגאַדאַנאַנדאַ רוי אָנגעשריבן דאָס בוך "רײַזע צו יופּיטער", וווּ ער האָט דערציילט וועגן אַ קאָסמאָס-פֿלי איבער דער זון־סיסטעם, און די ווילדע ציוויליזאַציע פֿון דער פּלאַנעט אוראַן, וווּ עס וווינען נאַקעטע האָריקע באַשעפֿענישן, וואָס דערמאָנען גרויסע מאַלפּעס.
הײַנט האָט די פֿאַנטאַסטישע ליטעראַטור זיך זייער אַנטוויקלט, און טיילט זיך אײַן אויף צענדליקער סובזשאַנערס — פֿונעם "קלאַסישן", שטרענג-וויסנשאַפֿטלעכן סטיל, ביז פֿאַרשיידענע מינים "פֿענטעזי", אוטאָפּיעס און אַנטי־אוטאָפּיעס, און "אַלטערנאַטיווע היסטאָריעס".
אַ טייל ליטעראַטור-פֿײַנשמעקער האַלטן "סײַ-פֿײַ" נאָך אַלץ פֿאַר אַ "צווייט-סאָרטיקן" ליטעראַרישן זשאַנער, הגם אַ סך וועלט-אָנערקענטע וואָרט-קינסטלער האָבן געשאַפֿן פֿאַנטאַסטישע ווערק — פֿון וויליאַם שעקספּיר, אין זײַן פּיעסע "שטורעם" ("The Tempest"), ביז קורט וואָנעגוט און גאַבריעל גאַרסיאַ מאַרקעז. אַדרבה, די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַנטאַסטיק און "פֿענטעזי" האָט אַ צאָל אוניקאַלע מעלות, וואָס גיבן דעם שרײַבער אַ מעגלעכקייט אויסצודריקן די אידעע אויף אַ שאַרפֿערן, בעסערן און פֿרײַערן אופֿן.
צוליב דעם, וואָס דער סיפּור-המעשׂה אין די פֿאַנטאַסטישע ווערק קומט אָפֿטמאָל פֿאָר אין אַן אַנדער וועלט אָדער אין דער צוקונפֿט, קען דער שרײַבער זיך אינגאַנצן אַבסטראַגירן פֿון די געוויינטלעכע סטערעאָטיפּן, און צו קאָנצענטרירן זיך בעסער אויף דעם תּמצית פֿונעם ווערק. דערפֿאַר זענען אַזויפֿיל ביכער, וואָס האָבן צו טאָן מיט שאַרפֿער פּאָליטישער סאַטירע, מיט טיפֿע און עקסטרעמע זײַטן פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן און אויפֿפֿירונג, מיט דרייסטע וויסנשאַפֿטלעכע, געזעלשאַפֿטלעכע אָדער פֿילאָסאָפֿישע מחשבֿות, אָנגעשריבן געוואָרן אין פֿאַנטאַסטישע טענער. דורך די פֿאַנטאַסטישע מיטלעך קען מען גרינגער פֿאַרשפּרייטן אַן אידעע, וואָס וואָלט געקלונגען צו שאַרף, ראַדיקאָל און אומגעוויינטלעך, ווען דער מחבר וואָלט זי געשילדערט אויף אַ מער רעאַליסטישן אופֿן.
למשל, אינעם קלאַסישן אַמעריקאַנער "קאָסמישן עפּאָס" "Star Trek", געשפּילט אויף דער טעלעוויזיע זינט דעם יאָר 1966, ווערט געוויזן אַ צוקונפֿטיקע "פֿאַראייניקטע פֿעדעראַציע פֿון פּלאַנעטן", אָרגאַניזירט אויף אַ מין סאָציאַליסטישן שטייגער. די פֿרעמדע קאַפּיטאַליסטישע ציוויליזאַציעס אינעם "Star Trek" זענען געוויזן ווי פֿײַנטלעכע און קאַריקאַטוריש-פֿאַרקריפּלטע. נישט געקוקט אויף אַזעלכע טענדענצן, איז "Star Trek" אויפֿגענומען געוואָרן אין גאַנץ אַמעריקע דווקא ווי אַן "עכט-אַמעריקאַנער" טרוים פֿון אַ בעסערער געזעלשאַפֿט. צוליב דעם, וואָס דער אידעאַליסטישער ליבעראַלער סאָציאַליזם פֿון דער "פּלאַנעטן-פֿעדעראַציע" איז "אָפּגערוקט" אויף היפּשע 500 יאָר אין דער צוקונפֿט, און זעט אויס זייער פּאָזיטיוו און פֿוטוריסטיש, האָבן אַפֿילו די קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער כּמעט קיינמאָל נישט אַסאָציִיִרט "Star Trek" מיט "לינקער פּראָפּאַגאַנדע".
ייִדן און ייִדיש אין "סײַ־פֿײַ"
יצחק-יהודה אָזימאָוו, באַקאַנט אין דער וועלט מיטן ענגלישן נאָמען אײַזיק אַזימאָוו, איז געבוירן געוואָרן אין 1920, אינעם שטעטל פּעטראָוויטשי (אַמאָל — ווײַסרוסלאַנד, איצט — רוסלאַנד). אינעם עלטער פֿון 3 יאָר האָט ער עמיגרירט קיין ניו־יאָרק, דערפֿאַר האָט ער געהאַט צוויי "מאַמע-לשונות" — ייִדיש און ענגליש. ער האָט געדינט ווי אַ מיליטערישער כעמיקער בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, און שפּעטער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ביאָכעמיע אינעם באָסטאָן־אוניווערסיטעט; אינעם יאָר 1958 האָט ער, אָבער, פֿאַרלאָזט זײַן פּראָפֿעסאָר-קאַריערע און באַשלאָסן צו ווערן אַ שרײַבער.
אַחוץ צענדליקער פֿאַנטאַסטישע ווערק, האָט אַזימאָוו אָנגעשריבן און רעדאַגירט איבער 500 פּאָפּולער-וויסנשאַפֿטלעכע, היסטאָרישע און אַנדערע ביכער. אײַזיק אַזימאָוו האָט געהאַלטן, אַז דווקא דער פֿאַנטאַסטישער זשאַנער גיט דעם שרײַבער די בעסטע מיטלען צו באַפֿרײַען זיך פֿון געוויינטלעכע ראַמען און סטערעאָטיפּן. אַ טייל לייענער קריטיקירט אַזימאָווס ראָמאַנען פֿאַר נודנעקייט און "צו פֿלאַכע" סוזשעטן; ס׳איז טאַקע אמת, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע, מער שפּאַנענדיקע מינים פֿאַנטאַסטיק, וווּ די העלדן האַלטן אין איין פֿירן מלחמות, ליבע־אַוואַנטורן און געשלעגן, קלינגען אַזימאָווס ווערק אַ ביסל "פֿלאַכלעך". ס׳איז אָבער כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דווקא צוליב זײַן טעטיקייט, אַרײַנגערעכנט דעם זשורנאַל "אַזימאָווס", האָבן אַ סך פֿאַנטאַסטן דערגרייכט אַ העכערן ליטעראַרישן ניוואָ און האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון שונד-סטיל, אומקערנדיק זיך צו אינטעלעקטועלע, אַקטועלע טעמעס.
אַ סך ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק: דער פּוילישער שרײַבער סטאַניסלאַוו לעם, באַקאַנט פֿאַר זײַן באַזונדערער פֿילאָסאָפֿישער און פּסיכאָלאָגישער טיפֿקייט; דער אַמעריקאַנער שרײַבער ראָבערט שעקלי, וועלכער האָט געשאַפֿן אַן אָריגינעלן סטיל פֿון הומאָריסטישער פֿאַנטאַסטיק, באַפֿאַרבט מיט פּסיכאָדעלישע טענער; מײַקל מורקאָק, אַ באַקאַנטער ענגלישער שרײַבער, אַנאַרכיסט און ראָק-פּאָעט, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ צאָל לידער פֿאַר דער גרופּע "Hawkwind". אַ סך פּאָפּולערע פֿאַנסטאַסטישע פֿילמען זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך ייִדישע רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן; די ברידער סטרוגאַצקי, וואָס זייערע ווערק ווערן שטודירט אין די הײַנטיקע רוסלענדישע שולן ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר מוסטערן פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אין דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, זענען אַ סך קלאַסישע פֿאַנטאַסטישע ביכער, אַרײַנגערעכנט כּמעט אַלע ווערק פֿון זשול ווערן און הערבערט וועלס, איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש. אַ צאָל ייִדישע שרײַבער האָבן אויך געשריבן אייגענע פֿאַנטאַסטישע ווערק. למשל, דער רוסלענדישער שרײַבער לאַזאַר באָראָדולין, וועלכער פֿלעגט פֿירן אַ וויסנשאַפֿט־רובריק אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "דער טאָג", האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1929 דעם בוך "אויף יענער זײַט סמבטיון" — אַ מעשׂה וועגן אַ זשורנאַליסט, וועלכער האָט זיך דערקליבן ביזן לאַנד פֿון פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים, זוכנדיק אַ וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט דערפֿונדן אַ סכּנותדיק שטראַל-געווער; שלמה באָגין, אַ פֿרומער שרײַבער פֿון אַ ליטווישן שטעטל, האָט אינעם זעלבן יאָר פּובליקירט אַן אוטאָפּישע נאָוועלע "דער פֿערטער אינטערנאַציאָנאַל אויפֿן שטערן מאַרס"; דער שרײַבער וועלוול טשערנאָוועצקי האָט אינעם יאָר 1959 "פֿאַרוואַנדלט" דעם זעלבן "שטערן", מאַרס, אינעם צענטער פֿון אַן אַגרעסיווער אימפּעריע, אין זײַן ראָמאַן "ערבֿ דער פֿערטער וועלט-מלחמה: הינעס — די קעניגין פֿון מאַרס".
צום באַדויערן, טראַכטן אַ טייל מענטשן, אַז ייִדיש טויג נאָר צו שרײַבן וועגן שטעטלעך און חורבן; אין דער אמתן, אָבער, באַשטייט די ייִדישע ליטעראַטור פֿון אַלע מאָדערנע זשאַנערס, בתוכם "סײַ־פֿײַ". אינעם אַפּריל־נומער פֿונעם יאָר 1984 האָט דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" געווידמעט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון קאָסמאָס; אינעם נומער זענען פּובליקירט געוואָרן פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען פֿון באָריס סאַנדלער, שמואל גאָרדאָן, טעוויע גען, חיים גורעוויטש, ברכה און אַהרן בורשטיין, ווי אויך פֿאַנטאַסטישע לידער פֿון לעוו בערינסקי, מישע מאָגילעוויטש און משה לעמסטער. דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, האָט געמאָלדן, אַז דער קאָסמאָס "שטעלט זײַנע ערשטע טריט אין דער ייִדישער ליטעראַטור"; דער דאָזיקער נומער פֿונעם זשורנאַל האָט זיך באַקומען זייער פֿאַרכאַפּנדיק, ווי אַ מין ייִדישער "אַזימאָווס".
הגם אַזאַ רוף קלינגט הײַנט, אַפֿשר, אַ ביסל מאָדנע, וואָלט כּדאַי געווען און וויכטיק, אויב דער יונגער דור הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער וואָלט ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון אַזימאָוו, שעקלי, לעם, מורקאָק און אַנדערע ייִדישע פֿאַנטסאַסטן — אָבער דווקא אויף מאַמע-לשון, כּדי "אָפּצופֿרישן" אונדזער שפּראַך און קולטור. ווי דער פּאָעט משה לעמסטער האָט געשריבן אינעם "קאָסמאָס־נומער" פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד":
ס׳וועט קומען די צײַט, בין איך זיכער,
ווען אינאיינעם מיט קאָסמישע העלדן,
אַ צאַרטער, אַ לירישער דיכטער,
וועט פֿליִען צו אַנדערע וועלטן.