‫פֿון רעדאַקציע

דער איצטיקער מצבֿ אַרום סיריע און ישׂראל דערמאָנט אַן עפּיזאָד פֿון אַ האָלי­וווּד־פֿילם, וווּ צוויי פּערסאָנאַזשן שטייען איינער אַנט­קעגן דעם אַנדערן, יעדער שטעלט צו זײַן רעוואָלווער צום קאָפּ פֿון זײַן שׂונא און מע וואַרט, בײַ וועמען ס׳וועלן די נערוון נאָכלאָזן פֿריִער. דע­מאָלט וועט ער אָדער אַראָפּלאָזן זײַן רעוואָלווער, אָדער אויסשיסן. גיי אָבער זײַ אַ חכם און טרעף, וואָס דער שׂונא דײַנער האָט בדעה צו טאָן?!

לעצטנס, האָט די הויפּט־פֿירערשאַפֿט פֿון ישׂראל — פּרעמיער אָלמערט, דער שוץ־מיניסטער ברק און דער שעף פֿונעם גענע­ראַל־שטאַב אַשכּנזי — באַקומען אַ מילי­טערישן באַריכט פֿון צפֿון, וווּ עס ווערט אָפּגעשאַצט, צי די סירישע אַרמיי איז טאַקע גרייט אָנצוהייבן אַ מלחמה אויף די גולן־הייכן און דער גרענעץ מיט לבֿנון. לויט דעם באַריכט באַקומט זיך, אַז סיריע פֿירט דאָרט אירע אַקטיוויטעטן פֿאַר אַ צוגרייטונג צו אַ פֿאַרטיידיקונג־מלחמה, אויפֿן פֿאַל, אויב ישׂראל וועט אַטאַקירן דמשׂק. דערבײַ וואָרענען די מיליטער־לײַט, אַז סיריע טראַכט אויך וועגן ענדערן איר סטראַטעגיע.

סײַ אָלמערט און סײַ ברק האַלטן אין איין טענהן, אַז סיריע קלײַבט זיך נישט צו פֿירן קיין מלחמות מיט ישׂראל. אויב אַזוי, דאַרף ישׂראל אַרויסווײַזן, אַז איר כּוונה איז אָנצוגיין ווײַטער, ווי ביז אַהער. צוליב דעם, האָט אָלמערט, פֿון זײַן זײַט, געלאָזט אין גאַנג זײַן גאַנצן דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס, לעגאַלע און אומלעגאַלע קאַנאַלן צו דערטראָגן דעם סירישן פּרעזידענט, אַז ישׂראל איז גרייט "אַראָפּצולאָזן איר רעוואָלווער".

ברק, פֿון זײַן זײַט, האַלט זיך אָפּ פֿון צעטיילן און באַנײַען די גאַז־מאַסקעס אין די צפֿון־שטעט, כּדי דמשׂק זאָל, חלילה, נישט מיינען, אַז ישׂראל גרייט זיך אָנצופֿאַלן אויף סיריע.

וואָס זשע מיינט מען טאַקע איצט אין דמשׂק? פֿון דמשׂק קומען אָן ידיעות, אַז אין דער שטאָט איז פֿאַרווערט צו פֿאָטאָגראַפֿירן און פֿאַרשפּרייטן פֿאָטאָגראַפֿיעס, וווּ מע קאָן זען פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער שטאָט. עס ווערן דאָרט און אַרום דער הויפּטשטאָט אײַנגעפֿירט שטרענגע זיכערהייט־מיטלען אויף אַן אומבאַגרענעצטן טערמין; מע רעקאָמענדירט די אײַנוווינער נישט צו באַזוכן געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. "אויב צווישן ישׂראל און סיריע וועט אויסברעכן אַ מלחמה, — ווײַזט אָן אַ הויכראַנגיקער טשינאָווניק פֿון לבֿנון, — וועט געלאָזט ווערן אין גאַנג דער פּלאַן פֿון גענעראַל אַסעף שואַקאַט."

ווער איז גענעראַל שואַקאַט? ער איז דער הויפּט פֿון דער סירישער מיליטערישער אויסשפּיר־אַגענטור; ער איז דער יעניקער, וואָס האָט צוגעלאָזט צו דער סירישער אַרמיי די איראַנישע עקספּערטן. ער האָט אַ גרויסע השפּעה אויף פּרעזידענט אסאַד, וואָס האָט נישט קיין פֿעסטע מיינונג און ווייסט נישט וווּ און מיט וועמען צו גיין — אָדער מיט איראַן קעגן ישׂראל, אָדער צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש מיט ישׂראל.

די סטראַטעגיע פֿון שואַקאַט איז פּרימיטיוו און פּראָסט: אָלמערט איז אין זײַ לאַנד נישט פּאָפּולער. ברק האָט שוין איין מאָל פֿאַרלאָזט לבֿנון. די לעצטע מלחמה האָבן די ישׂראלים פֿאַרשפּילט. די ראַקעטן פֿון "כעזבאַלאַ" האָבן דעמאָראַליזירט דעם גאַנצן צפֿון פֿון ישׂראל. אויב אַזוי, האַלט דער גענעראַל, וועלן די סירישע ראַקעטן, בעת דער נײַער מלחמה, צווינגען אָלמערטן און ברקן אָנהייב שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט סיריע, אָבער שוין לויט די תּנאָים וואָס סיריע וועט אַרויסשטעלן.

סיריע קויפֿט באמת אײַן שפּאָגל־נײַ געווער בײַ רוסלאַנד און, קודם־כּל, סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטן "ערד־לופֿט", האָבנדיק אין זינען, אַז ישׂראל וועט פֿירן איר מלחמה פֿון דער לופֿטן, נישט פֿון דער יבשה, ווי זי האָט עס געטאָן אין דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון. פֿריִער אָדער שפּעטער קאָן "דער רעוואָלווער" אויסשיסן. צי וועט ער טאַקע אויסשיסן אין די הענט פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט?

אין דמשׂק, ווי געזאָגט, אַקטיוויזירן זיך די פּראָ־איראַנישע כּוחות, בראָש מיטן זעלבן גענעראַל שואַקאַט. עס איז נישט אויסגעשלאָסן אַ מיליטערישע איבערקערעניש, געשטיצט פֿון טעהעראַן. נישט אומזיסט איז דאָך אָפּגערוקט געוואָרן אין אַ זײַט דער געוועזענער אויסערן־מיניסטער פֿון סיריע און דער וויצע־פּרעזידענט, וואָס לייגן פֿאָר זיך צוצוהערן צו די מיינונגען, וואָס קומען אָן פֿון ירושלים...

שוין די נאָענטע חדשים וועלן ווײַזן, בײַ וועמען די נערוון זײַנען שוואַכער.