פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מען געזונגען קלמן ליסעס ליד "איז געפֿאַלן אַ דעמב" אויף דער לוויה פֿון אַ בונדישן פֿירער, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם. דאָס ליד האָט ליס געשריבן נאָכן טויט פֿון בונ­דישן פֿירער בייניש מיכאַלעוויטש, וואָס איז גשטאָרבן אין וואַרשע, אין 1928. די ווערטער זײַנען:

איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
מיט אַ קאָפּ פֿון אַרומיקע דעכער,
ס׳האָט אַ הודזשע געטאָן אויף אַרומעט דער קראַך,
ס׳האָט צעספּאַזמעט דער וואַלד, צעוויינט און צעלאַכט
און אַנטשוויגן געוואָרן אַ בלייכער.

איז געפֿאַלן אַ דעמב, איז געפֿאַלן אַ דעמב,
שטייען יונגע אַרומעט פֿאַראומערט —
ווער וועט וואַכן פֿאַר אונדז אין דער פֿינצטערער נאַכט,
ווער וועט וועקן צום קאַמף מיט דער פֿינצטערער מאַכט
אַז די צײַט האָט דעם עלטסטן פֿאַרנומען?

איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
ביז דעם וואָרצל, דעם טיפֿן פֿאַרשניטן,
האָט דער אָפּהילך פֿון קראַך זיך צעטראָגן ווײַט, ווײַט...
האָט אַליין פֿאַר איר טאַט זיך דערשראָקן די צײַט
און פֿאַרשעמט ווי דעם וואַלד אויסגעמיטן.

קלמן ליס איז געווען אַ יונגער דיכטער, וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט ווי אַ לערער פֿון דעפֿעקטיווע קינדער פֿון 1937 ביז 1942, ווען ער איז דערמאָרדעט געוואָרן פֿון די נאַציס. ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿון אַן אַנשטאַלט פֿאַר דעפֿעקטיווע קינדער אין אָטוואָצק. ער האָט געשריבן לידער און זיי געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען אין וואָלין, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין 1903, אין דער שטאָט קאָוועל (קאָוולע). שפּעטער האָט ער געדרוקט זײַנע לידער אין די ליטעראַרישע זשורנאַלן אין וואַרשע. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער לידער און פּאָעמעס און איז אין יאָר 1939, ערבֿ דעם אויסברוך פֿון דער מלחמה, אויסגעצייכנט געוואָרן פֿון וואַרשעווער ייִדישן פּען־קלוב מיט דער פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון י.ל. פּרץ.

קלמן ליס איז געווען פֿון די ערשטע קרבנות פֿון די נאַצישע באָמבאַרדירונגען. גלײַך דעם ערשטן טאָג פֿון דער מלחמה, דעם 1טן סעפּטעמבער 1939, האָבן די נאַציס באָמבאַרדירט דעם הייל־אַנשטאַלט פֿאַר קינדער אין אָטוואָצק און ער איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. נאָך דעם ווי ער האָט זיך אויסגע­היילט אין אַ וואַרשעווער שפּיטאָל, איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין אָטוואָצק, וווּ ער האָט ווײַטער אָנגעפֿירט מיט דעם קינדער־אַנ­שטאַלט. אין אויגוסט 1942 זײַנען די דײַטשן באַפֿאַלן דעם אַנשטאַלט און דערשאָסן די קינדער. ליסן האָט זיך אײַנגעגעבן צו ראַטע­ווען בײַ אַ פּויער, אָבער נישט אויף לאַנג. דרײַ טעג שפּעטער, דעם 19טן אויגוסט, האָבן די דײַטשן אים געכאַפּט און דערשאָסן.

נישט אַלץ וואָס קלמן ליס האָט געשריבן האָט זיך אָפּגעראַטעוועט. אין זײַן זאַמלונג "וואָלינער שליאַכן" האָט ער געשריבן אַ סך לידער מיט בענקשאַפֿט און ליבשאַפֿט צו די שליאַכן אין וואָלין.

"היי איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן, שליאַכן לאַנגע, ברייט וואָלינער // אייביק רעדט איר צו מײַן האַרצן, אייביק ליגט איר אין מײַן זינען // היי איר שליאַכן, מײַנע שליאַכן, ווי טישטעכער באַפֿרענדזלט // אײַער שיינקייט צו באַמאָלן, נישט געפֿונען אַזאַ פּענדזל".

מיט ליבשאַפֿט צייכנט ער זײַן היימ­שטאָט קאָוולע, דערמאָנענדיק די גאַסן, דעם טײַך:

כ׳וועל עס יעדערן דערציילן
כ׳וועל פֿאַר קיינעם זיך נישט שעמען,
עפּעס ריידן צו מײַן האַרצן
אַלץ די אַלטע ליבע נעמען.

פֿון מײַן קאָוולע — שטאָט וואָלינער
מיט די געסלעך די שמאָלע,
וווּ געבליט האָט מיר מײַן קינדהייט,
פֿריש ווי צוויט, ווי אין פֿרילינג־טאָלן...

לוצקער גאַס פֿון מײַן געבוירן,
ליבע האַרצעדיקע סטענגע,
מיט אַ ריידל קורץ באַהײַזלט,
צי דערמאָנסטו זיך, געדענקסטו?!

דײַנע נידעריקע כאַטקעס
מיט די בודקעס אויף די ראָגן,
ווי חלומות און פֿאַרנאַכטן,
ווי די טרוימען אין פֿאַרטאָגן...

אָט ווי נעכטן, דאַכט זיך נעכטן
זאָל עס האָבן ווי געוועזן,
דרײַ, צוויי שטיבלעך אויף דער "לוצקער"
און די ערשטע קליאָנען, בעזן.

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

און דער בריק דער אַלטער באַליבטער,
מיט די הילצערנע פּאָרענטשן,
וויפֿל טרוימען אויסגעטרוימט דאָרט
אָנגעשפּאַרט אין אים באַלענטשן?!

עך, דו טוריע, ליבע טוריע,
ווי אַ שלענגעלע געצויגן,
דײַנע וועלעכלעך די קלאָרע
שפּיגלען מיר נאָך אין די אויגן!

דײַנע ברעגעס סאַמעט ווייכע,
אײַנגעשניטענע אין לאַנען,
האַלטן זיך נאָר אין איין צייכענען
אין איין חלומען, דערמאַנען...

אין זײַן פּשוטן וואָלין, שרײַבט ער, וואַקסן אויס צאַרטע בלומען און שיינע טעכטער:

אין מײַן קאַנט אין פּשוטן אָנקונציקן וואָלין
וואַקסן צאַרטע בלימעלעך צוזאַמען מיט פּאָלין,
וואַקסן צאַרטע בלימעלעך צוזאַמען מיט פּאָלין
אין מײַן קאַנט אין פּשוטן, אין האַרציקן וואָלין.

אין מײַן קאַנט אין פּשוטן און תּמימישן וואָלין
וואַקסן ווײַסע לאַנדישן מיט מיידל־קלאָרן חן,
וואַקסן ווײַסע לאַנדישן מיט מיידל־קלאָרן חן
אין מײַן קאַנט אין פּשוטן, אין תּמימישן וואָלין.

אין מײַן קאַנט אין פּשוטן, אין האַרציקן וואָלין
וואַקסן שיינע טעכטער אויס, ווי שטראַלן פֿון דער זון,
וואַקסן שיינע טעכטער אויס, ווי שטראַלן פֿון דער זון
בײַ עלטערן גאַנץ פּשוטע, אין האַרציקן וואָלין.

אין זײַנע לענגערע פּאָעמעס גיט אונדז קלמן ליס בילדער פֿונעם שטעטלשן לעבן און פֿון די אַרבעטער. אָט איז אַ טייל פֿון זײַן פּאָעמע "טאַטעס און קינדער", אין וועלכן ער דערציילט ווי די אַרבעטער קומען אַהיים פֿון דער אַרבעט און פּראַווען שבת:

ייִדן מיטעלע און עלטערע באַבערדעטע, באַברעמטע,
מיט פּנימער געקאָרטשעטע אין קנייטשן, ווי אין באָראָזדעס,
מיט האָר, געזונטע וואָרצל האָר, נאָר קיין מאָל נישט געקעמטע
און אפֿשר יאָ, ווען ס׳איז ווער געווען אַ מאָל פֿון זיי אַ סטאַראָסטע.

די הענט, געזונטע רויטע הענט מיט קישקעס־בלויע אָדערן
הייבן אויף אַ מעטער זאַק, אַ קעלבל, איינס און צוויי.
די פּלייצעס ברייטע, קײַלעכדיקע און פֿולע, ווי די יאָדערן,
די פֿיס געזונטע, קרעפּקע פֿיס, ווי שטאַרקע דעמבעס צוויי.

מ׳איז סטאָלערעס, מ׳איז טעסלערעס, אַ גאַנצע וואָך פֿאַרוואָרפֿן
אַרבעט מען בײַ פּויערן פֿון פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט;
אַ שטיקל שאַראַבאַנע ברויט, אַ קאַרטאָפֿלע, נאָך וואָס דאַרף מען?
אַבי פֿון דער וואָך דער ייִדענע אַ ביסל געלט געבראַכט.

רוקט זיך ערבֿ־שבת אָן, זעט מען, ווי זיי קומען
איינעם פֿירט אַ פּויער אָפּ — אַ צווייטער שפּאַנט צו פֿיס,
ברענגט ווער אין אַ ברויט־זעקל נאָך מייערן אויף צימעס,
אַ צווייטער אַ מתּנה: אַ פֿול זעקעלע מיט ניס.

פּאָרעט מען זיך פֿרײַטיק אויס, ווי ס׳פּאַסט טאַקע אויף שבת,
קערט מען פֿון דער באָד אַהיים, ווי פּיפּער­נאָטערס, רויט;
בענטשן ליכט שוין ייִנגע ווײַבלעך, מיטעלע און באָבעס,
גלאַנצן קעפּלעך מיידלשע, ווי פֿריש־באַנעצטע ברויט...

כאַפּט מען פֿרי דאָס דאַוונען אָפּ, מען אײַלט זיך צו דער סעודה,
אָפּגעבאָמבלט כּל־מקדש — דרימלט מען זיך צו;
אָנגעשנאָלט זיך מיטן טיש, גייט מען שלאָפֿן מידע,
און יונגוואַרג זוכט דעם לערער אויס, מען לאָזט אים נישט צו רו.

אין זײַנע לידער באַווײַזט קלמן ליס די רײַכקייט פֿון דער וואָלינער שפּראַך, מיט וועלכער ער באַניצט זיך אין זײַן שרײַבן. זײַן שפּראַך איז רײַך און קערנדיק, זײַנע באַשרײַבונגען זײַנען מאָלעריש און רירעוודיק, און אינטערעסאַנט צו לייענען. אין זײַן פֿרי־פֿאַרשניטענעם לעבן האָט ער באַוויזן צו פֿאַרצייכענען פֿײַנע פּאָעטישע אויסדרוקן וואָס מיר רעקאָרדירן מיט כּבֿוד. נאָך זײַן טויט האָט דער דיכטער קהת קליגער אים געווידמעט אַ ליד, אין וועלכן ער שרײַבט צווישן אַנדערן:

אָ, קלמן, טויטער ברודער מײַנער,
איך לייג מײַנע וואָלינער שורות, ווי בלויע קאָרנבלימלעך,
אויפֿן פֿרישן בערגל ערד פֿון דײַן אומבאַקאַנטן קבֿר
ערגעץ אין דער אימהדיקער מאָרד־נאַכט פֿון ברוינעם גזלן,
וואָס האָט דערשטיקט די פֿרילינגדיקע סאָלאָווייען אין דײַן בלוט,
און דער טרויער, ווי אַן אַלטע ווערבע, כליפּעט אין מיר
דורך די אומרויִקע שעהען פֿון מײַן איבערימיקן מקום־מקלט
מיטן זעלבן האַרץ און מיט די זעלבע אויגן פֿון דײַן מאַמען,
וואָס האָט דיך אויסגעכאָוועט אויף די אָרעמס פֿון דער בידנער דאָליע
צום שרויטיקן סך־הכּל פֿון דײַן יונגן לײַב־און־לעבן.