» קולטור
אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ פֿײַן ביסל סטאַנציאָנאַרע און וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטערס. אָבער אַ ייִדישער טעאַטער פֿאַר קינדער איז געווען בלויז אין קיִעוו. די פֿירנדיקע אַקטריסע, די פּרימאַדאָנע אין אָט דעם טעאַטער, איז געווען סאָניע ליימאַן.
נישט נאָר קינדער, נאָר אויך דערוואַקסענע מענטשן זײַנען געגאַנגען זען איר שפּילן. און ס׳איז געווען ווערט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי זאָל נישט געווען אויספֿירן — און געשפּילט האָט זי מערסטנטייל קינדער־ראָלעס — איז זי געווען אין זיי מלא־טעם.
אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימבערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויסטראַליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרעבונגען פֿון די אַנדערע טעריטאָריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען.
לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרעמע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס.
די טעאַטער־קריטיקער פֿון דער פֿרעמדער פּרעסע אין ישׂראל באַגעגענען זיך גאַנץ אָפֿט. מ'טרעפֿט זיך, אָבער קיין חבֿרים זײַנען מיר נישט. גאַנץ זעלטן מאַכט מען אַ קאָמענטאַר נאָך אַ געוויסן ספּעקטאַקל, און אויב יאָ, איז עס אויך אויבערפֿלעכלעך, קיינער זאָל, חלילה, נישט צוגנבֿענען בײַם אַנדערן די טיפֿזיניקע אידעע, וואָס ער האָט נישט ווילנדיק אַרויסגעזאָגט. פֿון אַזוי פֿיל מאָל טרעפֿן זיך, פֿון אַזוי פֿיל פֿאָרן צוזאַמען אויף ווײַטע שטרעקעס, שאַפֿט זיך דאָך אַן אָנגעהעריקייט, קיין פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאָרט נישט.
די קינאָס פֿון מאַנהעטן זענען די וואָך אָפּגעגעבן געוואָרן דעם גרויסן "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל", וואָס דער אַקטיאָר און ניו־יאָרקער תּושבֿ ראָבערט דע ניראָ האָט אײַנגעפֿירט אין 2002, נאָך דער טראַגעדיע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. זײַן ציל איז געווען צו העלפֿן אויפֿצולעבן די דערשלאָגענע קולטורוועלט אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן און ווײַזן אַזוינע פֿילמען, וואָס וואָלטן, געוויינטלעך, נישט דערגרייכט צום ברייטן עולם. דערצו האָט ער געהאָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט שטיצן ניו־יאָרק, ווי אַ צענטער פֿון פֿילם־מאַכערײַ.
שמואל עצמון-ווירצער (אַצמאָן) איז אַ מערקווערדיקע און זעלטענע דערשײַנונג אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע. זײַן אַרטיסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן ווי אַ העברעיִשער אַקטיאָר, טעאַטער־דירעקטאָר און רעזשיסאָר. מיט אַ צוויי־דרײַ צענלדיק יאָר צוריק איז בײַ אים פֿאָרגעקומען אַ דראַסטישע ענדערונג, אויף עבֿרית באַצייכנט מען דאָס מיטן וואָרט "מהפּך", דאָס הייסט, אַן איבערקערעניש אין גאַנצן קולטור־באַנעם, אינעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור, צום ייִדישן טעאַטער.
דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היסטאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַלענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג.
פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנדער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַבאַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד.
ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען.
חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן איינעם פֿון זיי איז געווידמעט, חוץ די צוויי פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָרטרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנטער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטיין, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות.
רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק.
די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שיינעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם וויידל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זייער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג.
|