ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד אַלבאַהאַרי

דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור.

טעאַטער
מרים־לאה דראָז (רעכטס) מיט גבֿריאלה אָרכאַ גרייטן צו די פֿאָרשטעלונג פֿון דעם פֿרויען־טעאַטער

אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל.

פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו.

ליטעראַטור

(‫אָנהייב אין פֿריִערדיקן נומער)

4

אָט, זאָגט מען: זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ... די חנעוודיקע פֿרוי עדיטע האָט איר דערציילט, אַז אַזוי פֿאָרן זיי כּמעט יעדן טאָג אַרום איבער ישׂראל און מענטשן, אַזעלכע ווי שׂרוניע, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, דערציילן זייערע נישט־פֿאַרשניטענע געשיכטעס. און אַזוי קומט פֿאָר אויך מיט אַלע ניצול געוואָרענע, וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן — סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער גאָרער וועלט.

טעאַטער
דער אַמאַטאָרן־אַנסאַמבל פֿון די בעלי־מלאָכה

אַלץ איינס — "אַ חלום אין אַ זומער־נאַכט", צי אַ "זומער־נאַכט־חלום", די קאָמעדיע פֿון וויליאַם שעקספּיר ווערט נאָך אַ מאָל אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז אין ישׂראל, דאָס מאָל אונטער דער רעזשי פֿון רינה ירושלמי. "אַ זומער־נאַכט־חלום", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט העכער 400 יאָר צוריק, איז נישט ווי אַלע קאָמעדיעס, אויב מען באַציט זיך צו דעם אָן חכמות, און מען טראַכט זיך נישט צו פֿיל אַרײַן אין אירע פֿאַרבאָרגענע מיינען. אין אַזאַ פֿאַל איז דער "חלום..." אַזאַ שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין צוויי באַזונדערע רוימען — דער פּאַלאַץ,

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Vladimir Jabotinsky. The Five: A Novel of Jewish Life in Turn-of-the-century Odessa. Translated from the Russian by Michael R. Katz. Cornell University Press, 2005.

דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט.

ליטעראַטור

3

זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"1), אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן".

טעאַטער
פֿון רבֿקה שילער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעבעקאַ דזשוי-פֿלעטשער

ביז לעצטנס האָב איך זייער ווייניק געוווּסט וועגן ייִדיש־שפּראַכיקן קאַבאַרעט — דאָס וואָס מען האָט אַ מאָל גערופֿן "קליינקונסט־טעאַטער". אַוודאי בין איך, ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, שוין געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן טעאַטער — באַזונדערס, מיט די פֿאָרשטעלוגנען וואָס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף "סעקאָנד עוועניו" אין ניו־יאָרק, אָדער אַפֿילו אויף די בינעס פֿון די פֿאַרשיידענע זומער־קאָלאָניעס אַרום ניו־יאָרק, ווי למשל, "גראָסזינגערס", "קוטשערס" און דער "קאָנקאָרד". פֿונדעסטוועגן, איז קליינקונסט־טעאַטער עפּעס אַנדערש, צוליב דעם וואָס זײַן עסטעטישער קאָנטעקסט איז אינעם שניט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, כאָטש מיטן טעם פֿון ייִדישן הומאָר און סאַטירע.

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ און שׂרה אַדלער

מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אין אַמעריקע אַן אינטענסיוו ייִדיש קולטור־לעבן — ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער.

די משפּחה אַדלער זענען געווען די בויער און גרונטלייגער פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט אין אַמעריקע און באַזונדערס, אין ניו־יאָרק, שוין עקזיסטירט אַ גרויסע צאָל טעאַטער־אַנסאַמבלען פֿון פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער. קיין ערנסטער, קינסטלערישער טעאַטער איז נאָך דעמאָלט אין אַמעריקע נישט געווען. עס זענען נאָך נישט געווען קיין אַקטיאָרן, וועלכע זאָלן קאָנען שאַפֿן און בויען אַזאַ מין טעאַטער.

קינאָ
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־דזשוירזי)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אולריך מיִע אינעם פֿילם

אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור;

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז לעצטנס דערשינען דער צווייטער נומער פֿון דעם נײַעם זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית, אַרויסגעגעבן פֿון דעם "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ.

אַזוי ווי דער ערשטער, איז אויך דער צווייטער נומער פֿון דעם זשורנאַל אינטערעסאַנט און זייער אײַנדרוקספֿול, ממש אַ שעדעווער, אַן אויסנאַם. ווי מען זאָגט דאָ אין דער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך, "זה ממש משהו, משהו", וואָס מיינט אין אונדזער מאַמע־לשון "עס איז ממש אַזוינס און אַזעלכעס"...

ליטעראַטור

2

ערגעץ מיט אַ צוויי וואָכן צוריק איז עס געווען, באַלד נאָך סוכּות, האָט איר אָנגעקלונגען אַ פֿרוי, און געפֿרעגט, צי זי, שׂרוניע, האָט געהערט וועגן ווידעאָ־אינטערוויוען, וואָס ווערן דורכגעפֿירט פֿון דעם שפּילבערג־פֿאָנד מיט די מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. "איר זײַט דאָך געווען אין געטאָ?", — האָט געפֿרעגט די פֿרוי, ווי זי וואָלט נאָך אין דעם געצווייפֿלט.

מוזיק
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייבו לעווין

לייבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין קימפּולונג, דרום־בוקאָווינע, בײַ אַ משפּחה פֿון באָיאַנער חסידים. ווען ער איז אַלט געווען 5 יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקאָווינע.

אין יענע יאָרן איז טשערנאָוויץ נישט געווען קיין גרויסער ייִדיש־צענטער, הגם עס האָבן דאָרט געלעבט בײַ 50.000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. בוקאָווינע האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע און אַזוי ווי די ייִדן האָבן פֿאַרערט דעם קיסר פֿראַנץ־יוזעף, וועלכן זיי האָבן אויף אַ היימישן אופֿן אָנגערופֿן פֿרוים־יאָסל, האָט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור געהאַט אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די בוקאָווינער ייִדן.