מוזיק
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייבו לעווין
לייבו לעווין

לייבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין קימפּולונג, דרום־בוקאָווינע, בײַ אַ משפּחה פֿון באָיאַנער חסידים. ווען ער איז אַלט געווען 5 יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקאָווינע.

אין יענע יאָרן איז טשערנאָוויץ נישט געווען קיין גרויסער ייִדיש־צענטער, הגם עס האָבן דאָרט געלעבט בײַ 50.000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. בוקאָווינע האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע און אַזוי ווי די ייִדן האָבן פֿאַרערט דעם קיסר פֿראַנץ־יוזעף, וועלכן זיי האָבן אויף אַ היימישן אופֿן אָנגערופֿן פֿרוים־יאָסל, האָט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור געהאַט אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די בוקאָווינער ייִדן. די עסטרײַכישע רעגירונג האָט געהאַט פֿאַר אַ ציל צו גערמאַניזירן אירע פּראָווינצן און דער קולט פֿאַר דער דײַטשער שפּראַך און קולטור איז בײַ די ייִדן געווען דאָמינירנדיק, ספּעציעל, בײַם אַסימילירטן טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. פּאָליטישע פֿאַרזאַמלונגען, ציוניסטישע באַוועגונגען און קינסטלערישע אימפּרעזעס, ווי אויך די ייִדישע פּרעסע — אַלץ איז געפֿירט געוואָרן אויף דײַטש.

אין יאָר 1908 איז אין טשערנאָוויץ פֿאָרגעקומען "די ייִדישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ" מיט דער באַטייליקונג פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי שלום אַש און י. ל. פּרץ. די ייִדן האָבן זיך דאַן באַקענט מיט דעם הויכן ניוואָ פֿון שאַפֿונג אין ייִדישער שפּראַך און מיט די גײַסטיקע פּערזענלעכקייטן ווי ד״ר נתן בירנבאַום, דער טעאָרעטיקער פֿון דער ייִדישער שפּראַך־באַוועגונג. צום ערשטן מאָל האָבן די טיילן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס זייער שפּראַך איז געווען ייִדיש, אָנטייל גענומען אין גײַסטיקן און קולטורעלן לעבן פֿונעם פֿאָלק. דעם ייִדישן אַרבעטער זענען פֿון איצט אָן צוגענגלעך געוואָרן די קולטורעלע אוצרות אין אַ שפּראַך, וואָס איז אים געווען פֿאַרשטענדלעך. די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון דער תּקופֿה האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער פּרעסע. אַ גרופּע סטודענטן מיטן נאָמען "די ייִדישע קולטור" האָט זיך מאָביליזירט אין אַ ביטערן קאַמף קעגן דער דײַטשישער טאָג־טעגלעכער שפּראַך.

בוקאָווינע און ספּעציעל טשערנאָוויץ איז געוואָרן אַ ייִדיש־צענטער ערשט צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אין דער צײַט פֿון דער רומענישער הערשאַפֿט. פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען צו ביסלעך צוגעקומען קיין טשערנאָוויץ פּערזענלעכקייטן אויפֿן געביט פֿון ליטעראַטור, טעאַטער, קונסט, דענקער. "פֿאַר אַלעמען", שרײַבט שלמה ביקל, "איז טשערנאָוויץ געווען דער ייִדיש־צענטער, ווײַל דאָרט האָט געלעבט די צענטראַלע און השפּעדיקע שעפֿערישע פּערזענלעכקייט פֿון דער ייִדישער רומעניע צווישן ביידע וועלט־מלחמות — אליעזר שטיינבאַרג".

אליעזר שטיינבאַרג, דער ייִדישער משלים־דיכטער, האָט געשטאַמט פֿון ליפּקאַן, בעסאַראַביע און ערשט אין יאָר 1919, באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געקומען קיין טשערנאָוויץ, ווען בעסאַראַביע איז דעמאָלט שוין געווען, פּונקט ווי בוקאָווינע, אַ רומענישע פּראָווינץ.

יעקבֿ שטערנבערג, דער דיכטער און טעאַטער־קינסטלער, איז אויך געקומען פֿון בעסאַראַביע מיט אַ רײַכן קולטור־באַגאַזש. און שפּעטער זענען צוגעקומען ייִנגערע ייִדישע שרײַבער. אַרום אליעזר שטיינבאַרג האָט זיך געשאַפֿן אַ צענטער פֿון ייִדיש־אַקטיוויטעט.

איציק מאַנגער, אַ געבוירענער אין טשערנאָוויץ, איז אין יאָר 1929 אַוועק קיין וואַרשע און דאָרט געלעבט און אַרויסגעגעבן דעם גרעסטן טייל פֿון זײַנע ווערק אין משך פֿון 10 יאָר. אָבער זײַן ערשטע זאַמלונג "שטערן אויפֿן דאַך" איז דערשינען אין 1929 אין רומעניע.

באַלד נאָך דעם ווי רומעניע האָט איבערגענומען די מאַכט, איז דײַטש אָפּגעשוואַכט געוואָרן בײַ ייִדן און דער גרעסטער טייל פֿון די ייִדישע פּאַרטייען האָבן אָנגעהויבן אַרויסגעבן זשורנאַלן און צײַטשריפֿטן אין ייִדיש. די צענטראַלע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געזאָרגט פֿאַר דערציִונג אין ייִדיש צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז געווען דער "ייִדישער שול־פֿאַראיין", וועלכער האָט אָרגאַניזירט קורסן אין ייִדיש פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער, קולטור־אָוונטן פֿאַרן ברייטן עולם, פֿאַרעפֿנטלעכט ביכער און זשורנאַלן, טעאַטער־קרײַזן און פֿאָרש־סעמינאַרן פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי אויך זומער־קעמפּס פֿאַר נויט־באַדערפֿטיקע קינדער, אַדאַנק פּריוואַטע בײַשטײַערונגען. הגם דער שול־פֿאַראיין האָט געהאַט פֿאַר אַ ציל צו דערגיין צו די פֿאָלקסטימלעכע מאַסן, זענען די אָנפֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע געווען אַקאַדעמיקער, וועלכע האָבן אויך צוזאַמענגעאַרבעט מיטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "ייִוואָ" אין ווילנע.

איינע פֿון די צענטראַלע פּערזענלעכקייטן אין טשערנאָוויצער קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן איז געווען שמואל־אַבא סופֿר, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן "די טשערנאָוויצער בלעטער". די צײַטשריפֿט איז אַרויס אין משך פֿון 9 יאָר ביז די רומענישע פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט זי אָפּגעשטעלט אין יאָר 1938. דער ליטעראַרישער טייל פֿון "די טשערנאָוויצער בלעטער" איז געווען אַן אַכסניה פֿאַר יונגע ייִדישע שרײַבער, ווי יעקבֿ פֿרידמאַן, פֿריד וויינינגער, יוסף בורג, מאיר חרץ און אַנדערע, — פּאָעטן און פּראָזאַיִקער, וועלכע זענען באַלד באַקאַנט געוואָרן אין דער גאָרער וועלט.

אין אָט דער דאָזיקער סבֿיבֿה איז לייבו לעווין אויפֿגעוואַקסן. זײַן פֿאָטער, ר׳ יוסף האָט ליב געהאַט צו זינגען ייִדישע ניגונים. זײַן מאַמע פֿייגע, פֿון דער היים מײַזעלעס, איז געווען אַ ליבהאָבערין פֿון פּאָעיזע און אַ קוואַל פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער. ווי אַ קינד איז לייבו געווען אַ משורר אין דער טשערנאָוויצער גרויסער שיל. שפּעטער האָט ער געזונגען אין דער כאָראַל־שיל, אין כאָר פֿון באַרימטן חזן פּיניע ספּעקטאָר.

ער איז געווען אַ מיטגליד אין דער ציוניסטישער באַוועגונג "גורדוניה", אין דער גרופּע "נשר", וואָס אַ סך פֿון זײַנע חבֿרים האָבן שפּעטער עולה געווען קיין ישׂראל און געגרינדעט דעם קיבוץ "מסדה" בײַם כּנרת. אין סעמינאַר פֿון שול־פֿאַראיין אין טשערנאָוויץ האָט לייבו לעווין געלערנט ייִדישע ליטעראַטור און איז אויפֿגעטראָטן מיט רעציטאַציעס אויף ליטעראַרישע אָוונטן. ער האָט געשפּילט אין טעאַטער "קאַמעלעאָן" און גלײַכצײַטיק געאַרבעט אין אַ טעקסטיל־פֿאַבריק.

ד״ר דוד שערי שרײַבט וועגן לייבו לעווין אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט "די בוקאָווינער ייִדן צווישן ביידע וועלט־מלחמות": "דער באַקאַנטסטער און רעפּרעזענטאַטיווסטער צווישן די דאָזיקע קינסטלער אין בוקאָווינע איז געווען לייבו לעווין, וועלכער האָט אָנגעהויבן אַרויסטרעטן אויף ליטעראַרישע קונסט־אָוונטן שוין אין עלטער פֿון 20 יאָר. אויך ער האָט געלייגט אַ באַזונדערן טראָפּ אויף די שאַפֿונגען פֿון איציק מאַנגער און אליעזר שטיינבאַרג און אין די שפּעטע 30ער יאָרן — אויף די לידער פֿון זעליג באַרדיטשעווער. לעווין האָט אויך געשאַפֿן מעלאָדיעס צו ייִדישע לידער אין סטיל פֿון דײַטשן ליד. אויך אין סיביר האָט ער ממשיך געווען מיט זײַן מוזיקאַלישער טעטיקייט".

איך וועל דאָ ציטירן פֿון אַן אַרטיקל, וואָס חיים גינינגער, איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון שול־פֿאַראיין אין טשערנאָוויץ, האָט געשריבן אין דער צײַטשריפֿט "די וואָך" אין בוקאַרעשט אין 1935:

"...דאָ האָט זיך פֿאַר אונדז אַנטפּלעקט נישט נאָר אַן אויסגעצייכנטער אויסטײַטשער פֿונעם ייִדישן דיכטערישן וואָרט, נאָר ממש אַן אַנטפּלעקער. און דאָס נישט נאָר דערמיט, וואָס ער האָט דער ערשטער אונדז אויפֿגעדעקט דעם אייגנטלעכן פּרצוף פֿון דיכטער, וואָס מיר האָבן געהאַט פֿון זיי בלויז בלייכע קאָנטורן, ווי אַ שטייגער קלמן הייזלער, נאָר די זעלטענע שאַרפֿקייט זײַנע צו פֿאַרשטיין און איבערצולעבן ליטעראַטור האָט פֿאַר אונדז אַרויסגעגראָבן פֿאַרבאָרגענע זײַטן און קענטענישן אויך פֿון דעם טייל ליטעראַטור וואָס מיר קענען שוין יאָ, ווי אליעזר שטיינבאַרג, משה־לייב האַלפּערן, משה נאַדיר, שׂימחה שוואַרץ און פֿאַר אַלעמען — איציק מאַנגער... לייבו לעווין איז אפֿשר דער ערשטער מאַנגער־פֿאָרלייענער. מיר מעגן דאָס זאָגן מיטן פֿולן מויל: נאָך קיין מאָל זענען מיר נישט פֿאַרשיכּורט געוואָרן אַזוי שטאַרק פֿון מאַנגערס ספּעציפֿישער לאַנדשאַפֿט און איר אַראָמאַט, ווי בעת לעווין האָט געלייענט די 'סטעפּ־באַלאַדע’, צי די קאָסמישע אידענטיפֿיקאַציע פֿונעם 'פֿאַרלוירענעם שעפֿעלע’. צי גאָר דאָס 'טרויעריק ליד’, וווּ ס׳איז אַרויסגעקומען אַזוי בולט און ריין דער אייביקער לירישער טרויער וועגן די פֿאַרשלאָסענע טויערן צום קיניגרײַך פֿון דיכטונג, וווּהין עס לאָזן נישט אַרײַן די שטענדיק אומפֿאַרמײַדלעכע זעלנערלעך פֿון בלײַ"...

שרײַבט וועגן לייבו לעווין ד״ר מאיר עבֿנר אין יאָר 1935:

"ד״ר לאַנדאַו האָט דעם עולם פֿאָרגעשטעלט אַ יונגן בחור, וועמענס נאָמען מען זאָל נישט פֿאַרגעסן. מען וועט נאָך מסתּם אַ סך הערן וועגן דעם נאָמען... דער סוד פֿון זײַן קונסט איז אַז ער אַנטפּלעקט דאָס וואָס עס ליגט צווישן די שורות פֿאַרבאָרגן. ער פֿירט דעם דיכטער אַרויס צו שלמות. ער הייבט אַרויס פֿון דעם דיכטערס נשמה אוצרות, וועלכע זענען דעם פּאָעט אַליין אומבאַוווּסט, זענען אין זײַן אונטערבאַוווּסטזײַן געלעגן. לייבו לוינס קונסט מוז נישט נאָר געהערט ווערן, נאָר אויך געזען ווערן. אים אַליין מוז מען הערן און זען ווי ער אָטעמט אַרײַן אין פֿאַרטונקלטן זאַל, אין די פֿרעמדע פּערל פֿון דיכטונג.

"לייבו לעווינס טיפֿער אינטעלעקט האָט די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג און די באַלאַדעס פֿון איציק מאַנגער אויסגעשעפּט ביז צום דנאָ. פֿון צײַט צו צײַט ווערט דער רעציטירנדיקער אַ זינגער, און ווען איך האָב לייבו לעווינס קונסט געזען און געהערט, האָב איך ערשט פֿאַרשטאַנען דעם אוראַלטן אויסדרוק פֿון 'זינגען און זאָגן’ פֿון די טרובאַדורן און מינעזינגערס. לייבו לעווין איז אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן אין אַלע רומענישע שטעט און שטעטלעך.

אין בעלץ, בעסאַראַביע, האָט לייבו זיך באַקענט מיטן ייִדיש־לערער, דעם פֿאָלקסזיגער זעליג באַרדיטשעווער. אַדאַנק לייבו לוינען און הערש סעגאַלן, זענען אין 1939 דערשינען אין טשערנאָוויץ 9 לידער פֿון באַרדיטשעווער. אין דעם זעלבן יאָר האָט הערש סעגאַל אויך אַרויסגעגעבן אַן אַלבאָם "6 וויגלידער" מיט קאָמפּאָזיציעס פֿון לייבו לעווין צו טעקסטן פֿון איציק מאַנגער, ה. לייוויק, משה־לייב האַלפּערן, אַבֿרהם רייזען און נחום יוד, מיט צייכענונגען פֿון איזיו שערף, וועלכער איז שפּעטער באַרימט געוואָרן מיט זײַנע דעקאָראַציעס פֿאַרן ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין יאַס".

אין 1940 איז דער צפֿון־טייל פֿון בוקאָווינע אַנעקסירט געוואָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין אַ יאָר אַרום האָבן אָנגעפֿאַלן אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד די נאַצי־דײַטשן. לייבו לעווין איז מאָביליזירט געוואָרן אין דער רויטער אַרמיי. אין עלטער פֿון 27 יאָר איז ער אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שפּיאָנאַזש, לטובֿת רומעניע, וועלכע איז געווען אַ פֿאַרבינדעטע פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. ער איז פֿאַרשיקט געוואָרן אין די סאָוועטישע לאַגערן אין ווײַטן צפֿון. זײַנע עלטערן און 2 שוועסטער זענען אומגעקומען אין די פֿאַשיסטישע לאַגערן.

לייבו איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די "גולאַגן" אין יאָר 1956, אין עלטער פֿון 42 יאָר. ער פֿאָרט קיין מאָסקווע, כּדי צו ווערן רעהאַביליטירט. ער שטייט אײַן בײַ אַ דאָקטערין, טשערניאַ ענטין־גוטערמאַן, וועלכע האָט אים געראַטעוועט דאָס לעבן אין יאָר 1942 אין די לאַגערן. ער האָט חתונה מיט איר טאָכטער שוראַ. ער קויפֿט 2 דיקע העפֿטן און פֿאַרשרײַבט פֿון זכּרון אַלע טעקסטן, וואָס ער האָט פֿאַרגעדעקנט אין די שווערע לאַגער־יאָרן — לידער פֿון ייִדישע דיכטער און פֿאָלקסלידער.

ערשט אין יאָר 1962 קומט ער צוריק קיין טשערנאָוויץ צו דער 30סטער יאָרצײַט פֿון אליעזר שטיינבאַרג. בײַ זײַן אַרויסטריט אויף דער בינע איז דער עולם אויפֿגעשטאַנען און אַפּלאָדירט אין משך פֿון אַ פֿערטל שעה. די זינגערין און רעציטאַטאָרין נחמה ליפֿשיץ, וועלכע האָט זיך באַקענט מיט לייבו לעווין אין מאָסקווע, זאָגט וועגן אים אויף אַן אַזכּרה אין תּל־אַבֿיבֿ אין יאָר 1984:

"פֿון דער באַגעגעניש בין איך אַרויס באַרײַכערט מיט ייִדישע לידער, וואָס איך האָב ביז דאַן נישט געהערט. אויך דער סאָוועטישער צוהערער פֿון יענע טעג האָט נישט געהערט די נעמען פֿון ה. לייוויק, איציק מאַנגער און איבערהויפּט פֿונעם פֿאָלקס־זינגער זעליג באַרדיטשעווער. לייבו האָט זיי אינטערפּרעטירט אייגנאַרטיק, אויסדריקספֿול אין זײַן סטיל... ער איז געווען דורך און דורך ייִדיש...

לייבוס צוגאַנג צו ייִדיש־שאַפֿן איז עבודת־קודש. יעדעס וואָרט און יעדער אות איז פֿאַר אים געווען הייליק. ער האָט געטראָגן אין זיך דעם פּײַן און צאָרן פֿון פֿאָלק. געזוכט אין ליד אַ תּשובֿה און טרייסט... זײַנע מעלאָדיעס און לידער, פֿאַרפֿאַסט אויף טעקסטן פֿון אונדזערע בעסטע פּאָעטן, צייכענען זיך אויס מיט האַרציקער מעלאָדישקייט, אויסדרוק, אינטערעסאַנטן בוי פֿון מוזיקאַלישער פֿאָרעם, פֿאַרהיטנדיק מיט יעדן טאָן דעם טעקסט און געדאַנק פֿון דיכטער..."

אין מאָסקווע איז געבוירן געוואָרן לייבוס און שוראַס טאָכטער רות. רות איז אויפֿגעוואַקסן אין צוויי פֿאַרשידענע וועלטן. פֿון איין זײַט, זיך געלערנט אין אַ סאָוועטישער שול און אין דער היים האָט זי אײַנגעזאַפּט בײַ איר טאַטן די מיסטעריעזע אַטמאָספֿער פֿון די פֿיר־קאַנטיקע אותיות, די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אומגעקומענע סאָוועטישע ייִדישע קינסטלער און אינטעלעקטואַלן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורכן סטאַליניסטישן רעזשים. אָבער בעיקר, זענען עס געווען די לידער וואָס ס׳האָבן געשטאַלטיקט רותס קינדהייט און באַאײַנפֿלוסט איר ווײַטערדיקן לעבנס־גאַנג.

אין יאָר 1972 האָט די משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל. דאָ האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט לייבו לעווין, אַ נאָמען וואָס האָט פֿאַר מיר, אַ געוועזענער טשערנאָוויצער, מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ לעגענדע. איך האָב דעמאָלט געאַרבעט אין "קול־ישׂראל" אין דער ייִדיש־אוידיציע, און איך האָב געהאַט די זכיה צו אינטערוויויִרן אים און ספּעציעל צו פֿאַרשרײַבן און פֿאַראייביקן די שעפֿערישקייט פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן וואָרט־קינסטלער.

דאָ אין לאַנד האָט לייבו זיך באַקענט מיט די לידער פֿון דער יונג־אומגעקומענער אין טראַנסניסטריע טשערנאָוויצער דיכטערין זעלמאַ מערבוים־אײַזינגער, וועלכע איז געווען זײַן שילערין אין טשערנאָוויץ. זי האָט געשריבן אויף דײַטש. אין עלטער פֿון 18 יאָר איז זי אומגעקומען אין לאַגער אין מיכאַלאָווקאַ. אין 1976 האָט הערש סעגאַל, דער געוועזענער מאַטעמטיק־לערער, פֿאַרעפֿנטלעכט אירע לידער. ער האָט איבערגעזעצט 5 פֿון זיי אויף ייִדיש און געשאַפֿן צו זיי מוזיק. לייבו לעווין האָט געאַרבעט אַ גאַנץ יאָר אויף אַן איבערזעצונג אין ייִדיש און אין 1978 דערשײַנט די פֿולע איבערזעצונג פֿון זעלמאַס שאַפֿונג. אין 1980 גייט אַרויס לייבו לעווינס זאַמלונג "אין דער וועלט פֿון געזאַנגען", וואָס אַנטהאַלט 36 ניגונים אָן באַגלייטונג, צווישן זיי נאָך אַ קאָמפּאָזיציע אויף אַ ליד פֿון זעלמאַ מערבוים־אײַזינגער, 4 העברעיִשע לידער און 4 מלחמה־ און לאַגער־לידער פֿון לייבו לעווין. אַ העלפֿט פֿון זײַנע ווערק האָט לייבו לעווין געשאַפֿן אין די 10 יאָר, וואָס ער האָט געלעבט אין ישׂראל. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 7טן פֿעברואַר 1983.