ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז לעצטנס דערשינען דער צווייטער נומער פֿון דעם נײַעם זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית, אַרויסגעגעבן פֿון דעם "בית שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ.

אַזוי ווי דער ערשטער, איז אויך דער צווייטער נומער פֿון דעם זשורנאַל אינטערעסאַנט און זייער אײַנדרוקספֿול, ממש אַ שעדעווער, אַן אויסנאַם. ווי מען זאָגט דאָ אין דער פֿאָלקסטימלעכער שפּראַך, "זה ממש משהו, משהו", וואָס מיינט אין אונדזער מאַמע־לשון "עס איז ממש אַזוינס און אַזעלכעס"...

די רעדאַקציע פֿון דעם זשורנאַל האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל: יעדער נומער וועט ניט פּובליקירן אַרבעטן פֿון פֿאַרשיידענער טעמאַטיק, נאָר עס וועט האָבן אַ צענטראַלע טעמע, וואָס וועט באַהאַנדלען און אָפּשפּיגלען אַ געוויסן אַספּעקט אין געביט פֿון אונדזער לעבן.

דער ערשטער נומער פֿון "דווקא" איז דערשינען אין יולי חודש, 2006, און זײַן צענטראַלע טעמע איז געווען "מסעות", רײַזעס. איז טאַקע שוין בײַם ערשטן אַרויספֿאָר אין דער עפֿנטלעכקייט, פֿון אַ זשורנאַל אין דער העברעיִשער שפּראַך, וואָס איז געווידמעט אין גאַנצן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, איז געווען אַ נײַעס, אַ "נאָווינע", אין ישׂראל און אין די באַדינגונגען פֿון דער ייִדיש־מערכה הײַנט צו טאָג. דער געלונגענער אויסוואַל פֿון דעם מאַטעריאַל, די מאָדערנע גראַפֿישע אַראַנזשירונג און די קאָלירפֿולע אילוסטראַציעס, וואָס באַגלייטן דעם טעקסט, מאַכן אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף דעם לייענער.

אין אַ לענגערן שמועס מיט פּראָפּ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן, דער דירעקטאָר פֿון "בית שלום־עליכם", האָט ער מיר דערציילט, אַז נאָך דעם ווי דער ערשטער נומער איז דערשינען, האָט ער באַקומען צאָלרײַכע וואַרעמע אָפּרופֿן פֿון די העברעיִשע קרײַזן אין ישׂראל, וואָס שייך דעם ניוואָ און אינהאַלט פֿון דעם זשורנאַל. ער האָט מיר אָנגעוויזן די פּאָזיטיווע, פֿרײַנדלעכע נאָטיץ אין "מעריבֿ" פֿון דעם 28סטן יולי 2006, געשריבן פֿון דעם העברעיִשן שרײַבער מנחם בן, וווּ ער לויבט שטאַרק דעם יונגן רעדאַקטאָר בני מר, פֿאַר זײַן נײַעם מאָדערנעם צוגאַנג אין רעדאַקטירן דעם דאָזיקן זשורנאַל. ער שטרײַכט באַזונדערס אונטער דעם אוממיטלבאַרן און דירעקטן כאַראַקטער פֿון דעם סטיל און אינהאַלט פֿון דעם זשורנאַל, וואָס הייבט אים אַרויס קוואַליטאַטיוו איבער די מערסטע אַנדערע קאָמפּאַקטע, שווערע, העברעיִשע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן אין ישׂראל.

אויך די פּרעסטיזשפֿולע וועכנטלעכע ליטעראַרישע בײַלאַגע פֿון "האָרץ" — "ספֿרים" (ביכער), האָט געפֿונען פֿאַר פּאַסיק איבערצודרוקן פֿון "דווקא" נומ’ 2 די אינטערעסאַנטע באַשרײַבונג אונטערן קאָפּ "קינדערלעך", אין וועלכער מרים טרין, די ייִדיש־לערערין אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און אין די ייִדיש־קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע אין "בית שלום־עליכם", שילדערט, צוזאַמען מיט איר מאַן אליעזר ניבאָרסקי (זון פֿון פּראָפֿ’ פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין פּאַריז יצחק ניבאָרסקי), ווי אַזוי זיי, סעקולערע עלטערן, דערציִען זייערע דרײַ קליינע קינדערלעך אין אַ ניט־ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין ירושלים, אין דער ייִדישער שפּראַך.

דער צווייטער נומער "דווקא" איז געווידמעט דער צענטראַלער טעמע "ילדות" — קינדהייט. סײַ דער אינהאַלט און סײַ די פּאַסיקע אילוסטראַציעס און גראַפֿיק, זענען ממש אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיק, זיי רופֿן אַרויס בײַ דעם לייענער אַנטציקונג און רעגן בײַם אים אַפֿילו אויף אַ נשמה־ציטער און בענקשאַפֿט נאָך זײַנע אייגענע קינדער־ און יוגנט־יאָרן.

יעדער אַרטיקל איעם נײַעם נומער (אין גאַנצן 26) באַהאַנדלט די טעמע "ילדות" — קינדהייט — און פֿאַרשיידענע פֿאַזעס און אַספּעקטן פֿון קינדער־יאָרן און יוגנט. איר קענט דאָרטן געפֿינען אַן אינטערוויו מיט דער באַקאַנטער פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי, וואָס האָט מיט אַ קורצער צײַט צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט איר מאָנומענטאַלע פֿאָרשאַרבעט וועגן "גליקל"; "סודות פֿון חדר" פֿון פּראָפֿ’ דוד אָסף, וועלכער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פֿאָרשונגען וועגן חסידות. זײַן לעצט בוך פֿאַרנעמט זיך מיט די קינדער און אייניקלעך פֿון חסידישע רביים, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייער רעליגיעזע סבֿיבֿה. עס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס בײַ דעם ברייטן עולם, ספּעציעל בײַ די חרדישע קרײַזן; אַ גאָר אינטערעסאַנטע אַרבעט פֿון דער באַוווּסטער זינגערין חוה אַלבערשטיין וועגן ייִדישע וויגלידער. זי ווידמעט די דאָזיקע אַרבעט אירע נאָענטע פֿרײַנד — דער ייִדישער דיכטערין ברכה קאָפּשטיין און איר מאַן, דעם דיכטער בנימין כּץ, וועלכע האָבן מיט יאָרן צוריק אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון ייִדישע וויגלידער. אַ באַשרײַבונג וועגן די צייכענונגען פֿון ייִדישע קינדער אין די יאָרן פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿון דעם באַוווּסטן מאָלער יאָסל בערגנער, דער זון פֿון דעם דיכטער מלך ראַוויטש, וועלכער וווינט איצט אין ישׂראל.

פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס, וועלכער לערנט ייִדישע ליטעראַטור אין דעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" אין ניו־יאָרק, איז פֿאַרטראָטן אין דעם זשורנאַל מיט אַ גאָר־פּיקאַנטער באַשרײַבונג, ווי אַזוי ער האָט געשפּילט אין זײַן קינדהייט אין קאָרטן, וואָס האָבן געהאַט אויף זיך בילדער פֿון ייִדישע שרײַבער, מיט די דאַטעס פֿון זייער געבורט, זייער געבורטס־אָרט און אַ קורצע ציטאַט פֿון זייער שאַפֿונג, אָדער די נעמען פֿון זייערע ווערק. אַ גאָר זעלטענע אַרבעט, וואָס ער רופֿט אָן אין עבֿרית "סוליטר נגד ההיסטוריה" — סאָליטער קעגן דער געשיכטע.

אונדזער גוט־באַקאַנטער יצחק לודען טיילט זיך מיט זײַנע זכרונות וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, וואָס איז געווען אונטער דער לייטונג פֿון יאַנוש קאָרטשאַק. אין זײַן ברייטער, אינטערעסאַנטער אַרבעט דערקלערט ער, אַז "עס האָט מיר צוגעשפּילט דאָס מזל, וואָס איך בין דאָרטן געווען פֿון צײַט צו צײַט, פֿון אַ חודש ביז צוויי חדשים. מײַנע לערער אין דער ציש״אָ־שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט, האָבן עס רעקאָמענדירט. אָפֿט מאָל פֿרעג איך זיך אַליין: ווי אַזוי די דאָזיקע אינסטיטוציע האָט באַוויזן מיך צו פֿאַרכּישופֿן און מיך צו פֿאַרבינדן מיט איר, ווי אַזוי קורצע צײַט־אָפּשניטן האָבן באַוויזן צו ווירקן אויף מיר אויף שטענדיק, וואָס באַגלייט מיך מײַן גאַנץ לעבן".

דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער איז פֿאַרטראָטן אויף צוויי זײַטן מיט זײַן באַרימט, רירנדיק ליד "די לערערין מירע" אין ייִדישן מקור און אין דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון דעם טאַלאַנטירטן יונגן רעדאַקטאָר אַליין בני מר.

דאָס דאָזיקע ליד האָט אַבֿרהם סוצקעווער געשאַפֿן אין ווילנער געטאָ, דעם 10טן מײַ 1943. אין דעם זשורנאַל איז עס באַגלייט מיט אַ זעלטן בילד, אין וועלכן עס שטייט די לערערין מירע הערנשטיין און הינטער איר זיצן יעקבֿ גערשטיין, ברוך און דוד לובאַצקי. יעקבֿ גערשטיין איז געווען איינער פֿון די פּיאָנערן פֿון ייִדישער דערציִונג אין ווילנע. ער האָט ממשיך געווען זײַן דערציִערישע טעטיקייט אויך אין ווילנער געטאָ; דאָרטן אויך דיריגירט איבער דעם כאָר אין ייִדיש. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1943.

גאָר אינטערעסאַנט זענען די "שפּיל־לידער" אין ייִדיש, מיט וועלכע עס האָבן זיך געשפּילט אַמאָל, פֿאַרן חורבן, די משהלעך און שלמהלעך. דער דיכטער און פֿאָלקלאָריסט יצחק גנוז, רעדאַקטאָר פֿון דער פּעריאָדישער פֿאָלקלאָר־אויסגאַבע "ידע־עם", גיט אָן די ווערטער פֿון זעקס לידער מיט פּרטימדיקע דערקלערונגען, ווי אַזוי און ווען די קינדערלעך האָבן זיך געשפּילט.

גאָר אינטערעסאַנט איז צו לייענען די אַרבעט פֿון עפֿרה עמיחי, וועלכע מאַכט איצט איר מאַגיסטער־טיטל אין ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. איר טעמע הייסט "דער חורבן ווי עס שפּיגלט זיך אָפּ אין די שאַפֿונגען פֿון מאָריס סענדאַק". אין "דווקא" איז זי פֿאַרטראָטן מיט אַן אילוסטרירטער הומאָריסטישער שילדערונג וועגן קינדער אין "שטעטל ברוקלין", ווי אַזוי עס באַשרײַבט זיי דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער מאָריס סענדאַק אין זײַן בוך "Where the Wild Things are".

לילה האָלצמאַן־סווירסקי וווינט אין רמת־גן. זי איז געבוירן אין סווענציאַן לעבן ווילנע. זי דערציילט אינטערעסאַנטע זכרונות פֿון די יאָרן ווען זי האָט זיך געלערנט אין דער דאָרטיקער פֿאָלקסשולע פֿון "ציש"אָ". זי שרײַבט, צוו״אַנד:

"... מיר האָבן זי שטאַרק ליב געהאַט, די שול האָט אָנגעפֿילט אונדזער לעבן". "מיר האָבן געהערט וועגן יציאת־מצרים, אָבער ניט וועגן עומר, און דערפֿאַר האָבן מיר געמיינט, אַז מען רופֿט ל"ג־בעומר — "לעק די בוימער", העברעיִש האָבן מיר ניט געלערנט..."

דער שפּראַך־פֿאָרשער ד״ר יוסף גורי שרײַבט וועגן "מילה בסלע" — אַ רענדל אַ וואָרט, אונטערן קעפּל "עלטערן קענען אַלץ געבן, חוץ מזל". ער ברענגט פֿאַר די לייענער פֿון "דווקא" אַ לאַנגע רשימה פֿון ייִדישע שפּריכווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות צו קינדער און עלטערן.

אַ באַטעמטע באַשרײַבונג פֿון דער געהילף־רעדאַקטאָרין פֿון זשורנאַל חנה עמית וועגן דער געשיכטע פֿון דעם ייִדיש־אַמעריקאַנער מאכל בייגל, קעז און לאַקס. זי האָט באַטיטלט איר פּיקאַנטע שילדערונג, אײַנשליסנדיק דעם "רעצעפּט", ווי אַזוי צוצוגרייטן און באַקן בייגל מיט אַ ייִדישן טעם "געקאָכטע בייגל".

הכּלל, פֿון אָנהייב ביזן סוף איז אַ גענוס צו לייענען דעם צווייטן נומער "דווקא". עס איז דווקא אַ מחיה־נפֿשותדיקע אויסגאַבע, סײַ גײַסטיק און סײַ גשמיותדיק... עס קומט אַ יישר־כּוח דער רעדאַקציע־קאָלעגיע, די חשובֿע פּראָפֿעסאָרן דוד אָסף, חיים באַר, אַבֿנר האָלצמאַן און אַבֿרהם נאָווערשטערן, און באַזונדערס, דעם יונגן טאַלאַנטירטן רעדאַקטאָר בני מר, און זײַן געהילף חנה עמית. ועל־כּולם, אַ האַרציקן דאַנק דעם בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַר דעם שיינעם דערפֿרישנדיקן זשורנאַל, וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור פֿאַרן העברעיִש־רעדנדיקן אומעטום.