- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַזאַ פּאַראָדיע פֿון אַן ענגלישער גילבערט און סאָליוואַן־אָפּערעטע האָט דער "נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — פֿאָלקסבינע" באַשלאָסן צו עפֿענען דעם טעאַטער־סעזאָן.
דאָס שטעטל וווּ עטל קאָווענסקי איז געבוירן געוואָרן, אַ ייִדיש שטעטל מיטן נאָמען זשעטל, איז אַריבער צו די סאָוועטן. סוף 1939 איז געקומען צו עטלען אַ פֿעטער פֿון מאָסקווע און איר געזאָגט: "דײַן פּלאַץ דאַרף זײַן אין מאָסקווע. דו וועסט דאָרט מאַכן אַן אַרטיסטישע קאַריערע".
פֿאַראַן געניאַלע אַקטיאָרן (זײער װײניק!), פֿאַראַן גוטע אַקטיאָרן, פֿאַראַן אױך מיטלמעסיקע אַקטיאָרן... שלעכטע אַקטיאָרן װיל איך גאָרנישט דערמאָנען... עס איז אָבער פֿאַראַן נאָך אַ קאַטעגאָריע אַקטיאָרן — אינטערעסאַנטע אַקטיאָרן, אינטעליגענטע מענטשן. דאָס זעלבע קאָן מען זאָגן װעגן שרײַבער, מוזיקער, מאָלער, װיסנשאַפֿטלער, װעגן שנײַדער און שוסטער...
הונדערטער ישׂראלים קומען הערן אַ "גוטן סיפּור", ניט פֿון פֿראָפֿעסיאָנעלע דערצײלער, נאָר פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע שיכטן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, װעלכע קענען, און האָבן ליב, איבערצוגעבן "אַ מעשׂה־שהיה", אַ װירקלעכע געשעעניש, אַ שילדערונג, אַן עפּיזאָד פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, מיט חן און טאַלאַנט.
יעדער טאַטע און יעדע מאַמע, האַלט, אַז זייער קינד פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינטלעכן טאַלאַנט — איינער אויף דער וועלט. אָבער עלענאַ ראָסמאַן, אַ געוועזענע לערערין פֿון קלאַסישער מוזיק אין אַלמאַ־אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, זוכט טאַקע יונגע מוזיקער, וועלכע זענען, ווי זי האַלט, נישט בלויז טאַלאַנטירט, נאָר ממש געניאַל. אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס). דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט". עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה. דאָניע איז אַ פֿרוי מיט דרײַ נעמען. אין קיִעוו האָט מען זי גערופֿן דאַשאַ. אין ניו-יאָרק איז זי געוואָרן דעבי. רופֿט זי זיך אָפּ אויף אַלע דרײַ נעמען: דאָניע איז זי געבליבן פֿאַר די גאָר אייגענע, דאַשאַ איז זי פֿאַר אַלטע פֿרײַנד, און דעבי — פֿאַר די מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר. וועגן דעם, אַז זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ דעבי, האָב איך נאָר געהערט. אין ניו-יאָרק האָב איך זי געזען, ווען זי האָט דעם דריטן נאָמען נאָך ניט געהאַט. |