טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג ״קײטן״ פֿון ה. לײװיק
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג ״קײטן״ פֿון ה. לײװיק
ה. לײװיק איז געװען סײַ אַ גרױסער דיכטער, סײַ אַ באַדײַטנדיקער און אָריגינעלער דראַמאַטורג. אין דער װעלט־ליטעראַטור זענען געװען אַזעלכע שרײַבער, װעלכע האָבן זיך אױסגעצײכנט פּאַראַלעל אױפֿן געביט פֿון פּאָעזיע און דראַמאַטורגיע: װיליאַם שעקספּיר, װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקי, פֿעדעריקאָ גאַרסיאָ לאָרקאַ. פֿאַראַן אױך אַזעלכע דראַמאַטורגן, װאָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט בלױז מיט שרײַבן דראַמאַטורגישע װערק. לײװיק האָט זיך אױסגעצײכנט אױף בײדע געביטן — פּאָעזיע און ליטעראַרישע דראַמאַטורגיע.

ה. לײװיק איז געבױרן געװאָרן אין איהומען (מינסקער גובערניע) אין יאָר 1888. ביזן עלטער פֿון 15 יאָר האָט ער געלערנט אין אַ ישיבֿה. אונטער דער השפּעה פֿון דער משׂכּילישער באַװעגונג און אין רעזולטאַט פֿון דער רעװאָלוציע פֿון יאָר 1905 שליסט ער זיך אָן צו דער ייִדישער סאַציאַליסטישער פּאַרטײ "בונד". פֿאַר זײַן פּאָליטישער טעטיקײט קעגן דער צאַרישער מאַכט װערט ער אַרעסטירט אין יאָר 1906 און פֿאַרשיקט קײן סיביר. נאָך 6 יאָר שװערער קאַטאָרגע אין סיביר געלינגט אים פֿון דאָרט צו אַנטלױפֿן און אין יאָר 1913 קומט ער אָן קײן ניו־יאָרק. זײַנע ערשטע ליטעראַרישע שאַפֿונגען שרײַבט ער אין תּפֿיסה און אױף פֿאַרשיקונג. ער שרײַבט לירישע לידער און די ערשטע דראַמאַטישע װערק װעגן אַ פֿרײַער און גליקלעכער מענטשהײט. אין ניו־יאָרק שליסט זיך לײװיק אָן צו דער ליטעראַרישער גרופּע "די יונגע". לײװיק פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַמעריקע זײַנע ערשטע לירישע לידער "הינטערן שלאָס" אין יאָר 1918 און די זאַמלונג "אין קײנעמס לאַנד". אין יאָר 1926 באַװײַזט זיך זײַנס אַ זאַמלונג א״נ "דורך זיבן טױטן".

די קרױן און אפֿשר די װיכטיקסטע דערגרײכונג פֿון לײװיקן איז געװען זײַן גרױסע דראַמע "דער גולם", װאָס איז דערשינען אין יאָר 1921. "דער גולם" איז מכּלומרשט אָנגעשריבן געװאָרן אונטער דער השפּעה פֿון דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. אַזױ מײנען די טעאַטער־קריטיקער פֿון יענער תּקופֿה — װ. נאַטאַנזאָן, י. גלאַנץ, ש. ניגער. איך מײן, אַז דאָס איז נישט פּינקטלעך. מיר װײסן, אַז אַ געװיסע צײַט איז לײװיק געװען "פֿאַרכאַפּט" פֿון דער באָלשעװיסטישער אידײ, פֿון די "דערגרײכונגען" פֿון קאָמוניסטישן רעזשים אין ראַטן־פֿאַרבאַנד... אָבער דאָס איז, לױט מײַן מײנונג, נישט געװען די סיבה און דאָס איז נישט געװען די אינספּיראַציע פֿאַרן שרײַבן די דראַמע "דער גולם". דער לעגענדאַרער "גולם" איז בײַ לײװיקן פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ סימבאָל פֿון פֿיזישן כּוח, װאָס שטרעבט צו דערפֿירן צו דער אױסלײזונג פֿון דער װעלט אָן משיחס הילף. איך װאָלט צוגעגעבן נאָך עפּעס: "דער גולם" איז אפֿשר אַן אָנזאָג פֿון דער אַפּאָקאַליפּסע, װאָס דערװאַרט די מענטשהײט — די נוקלעאַרע באָמבע, װאָס קאָן פֿאַרניכטן די װעלט.

גענױ װי דער מהר״ל פֿון פּראָג האָט נישט געטראַכט, באַשאַפֿנדיק דעם גולם, אַז דער גולם װעט אױפֿשטײן קעגן זײַן באַשאַפֿער, אַזױ האָבן די פֿיזיקער, װאָס האָבן געבױט די אַטאָמישע באָמבע, נישט געטראַכט װעגן פֿאַרניכטן די װעלט... זײ זענען דאָך אױסער גרױסע פֿיזיקער אױך געװען גרױסע הומאַניסטן...

די פֿאָרשטעלונג "דער גולם" איז איבערגעזעצט געװאָרן אין אַ גאַנצער רײ שפּראַכן און איז געװאָרן אַ װיכטיקער באַשטאַנד־טײל פֿון ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר. ער איז צום ערשטן מאָל אױפֿגעפֿירט געװאָרן דורכן טעאַטער "הבימה" אין מאָסקװע אין יאָר 1925.

אין פּױלן איז די פֿאָרשטעלונג געשפּילט געװאָרן אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט דורך דעם באַרימטן אַקטיאָר אײַזיק סאַמבערג. טראָץ דעם װאָס די פּיעסע איז נישט קײן לײַכטע, אױף אַ הױכן ליטעראַרישן ניװאָ, האָט זי געהאַט דעם גרעסטן דערפֿאָלג אױף דער ייִדישער בינע. איך שטעל זיך נישט פֿאָר, אַז הײַנט־צו־טאָג זאָל אַ װעלכער עס איז ייִדישער טעאַטער װאַגן צו שפּילן די פֿאָרשטעלונג "דער גולם", װאָס איז אַקטועל עד־היום...

אין אַמעריקע האָט לײװיק אױך אָנגעשריבן אַ דראַמע װעגן דעם העלדישן טאַט פֿון אַ װילנער יונגן בחור, אַן אַרבעטער, אַ בונדיסט, װעלכער האָט אױסגעפֿירט אַן אַטענטאַט אױפֿן װילנער גובערנאַטאָר פֿאָן װאַהל. דער אַטענטאַט איז נישט געלונגען אָבער דעם רעװאָלוציאָנער האָט מען אױפֿגעהאַנגען. ער האָט געהײסן הירשקע לעקערט. די קאַנװע פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג איז געװען: צי מעג אַ רעװאָלוציאָנערע באַװעגונג זיך באַניצן מיט טעראָר און אױב יאָ, אין װאָס פֿאַר אַ באַדינגונגען. די פּיעסע איז גאַנץ װײניק געשפּילט געװאָרן.

אױך אַ צװײטע פּיעסע "קײטן" װעגן די שװערע לײדן פֿון די פּױלישע אַרעסטירטע אין די צאַרישע תּפֿיסות און פֿאַרשיקונגס־לאַגערן, האָט נישט געהאַט קײן צו גרױסן דערפֿאָלג און איז בדרך־כּלל געשפּילט געװאָרן דורך דראַמאַטישע קרײַזן.

אין יאָר 1946 פֿאָרט לײװיק אַרױס אױף אַ באַזוך אין די אַזױ־גערופֿענע D .P.־לאַגערן אין דײַטשלאַנד אין דער אַמעריקאַנער זאָנע. ער װערט פֿאַרבעטן װי אַן ערן־גאַסט אױף אַ חתונה פֿון אַ יונג פּאָרל ניצול־געװאָרענע פֿון דער שואה. פֿון דעם באַזוך װערט געבױרן זײַן דראַמע "אַ חתונה אין פֿערנװאַלד". עס איז מער נישט באַקאַנט צי די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג איז אױפֿגעפֿירט געװאָרן דורך אַ װעלכן עס איז פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער.

די װיכטיקסטע דראַמע, װאָס לײװיק האָט אָנגעשריבן שױן נאָכן חורבן, איז "דער מהר״ם פֿון רוטענבערג". אין דער דראַמע שילדערט לײװיק דאָס געשטאַלט פֿון גרױסן ייִדישן געלערנטן ר׳ מאיר בן־ברוך, װאָס האָט זיך נישט געלאָזט שאַנטאַזשירן פֿון די דעמאָלטיקע הערשער. ער האָט פֿאַרבאָטן דורך אַ חרם אים אױסצולײזן, אַפֿילו זײַן קערפּער אױסצולײזן, כּדי צו ברענגען אים צו קבֿר־ישׂראל.

דאָס איז אַ דראַמע װעגן װידערשטאַנד, װעגן װירדיקער האַלטונג אין יענער אוממענטשלעכער צײַט. לײװיק װאַרפֿט אַריבער אַ בריק צװישן דאַכאַו און דער שטאָט מאַינץ אין מיטל־עלטער. אַזאַ בריק האָט לײװיק געבױט כּמעט אין אַלע זײַנע גאולה־װערק.

אין דער דראַמאַטישער פּאָעמע פֿירט אונדז לײװיק אַריבער צו דער שטאָט מאַינץ אין 13טן יאָרהונדערט, צום קריסטלעכן מיטל־עלטער. זײ, די מושלים פֿון יענער צײַט איז נישט געלונגען אָפּצושמדן אַלע ייִדן און דערמיט פֿאַרצײכענען אַ טאָטאַלן נצחון פֿון ישו, גאָטס זון. די קריסטלעכע שׂינאה צו ייִדן איז אַ גװאַלדיקע. מען ברענט ייִדן אױף די שײַטער־הױפֿנס. אַ טײל נעמען אָן דעם קריסטלעכן גלױבן און די גזירות פֿון דער קירך, אָבער אין געהײם היטן זײ אָפּ די דינים פֿון דער תּורה. עס איז אַ תּקופֿה פֿון רױב, מאָרד און עלילת־דם.

אין דער צװײטער העלפֿט פֿון 13טן י״ה איז ר׳ מאיר בן־ברוך — די גרעסטע ייִדישע פּערזענלעכקײט אין מערבֿ־אײראָפּע.

לײװיק האָט אין דער דראַמיאַטישער פּאָעמע פֿאַרבונדן דעם געראַנגל פֿון מהר״ם מיטן געראַנגל פֿון די ייִדן אין דער נאַציסטישער תּקופֿה. און דער מהר״ם רופֿט אױס אין דער דראַמע: "װידער אַ גזירה, װײניק נאָך געפּלינדערט אונדז! װײ צו אונדז, װײ צו אונדז! מען דאַרף פֿאַרלאָזן מאַינץ, אַרױס פֿון גלות! משיח קדשנו רופֿט אונדז!"

דער גרױסער רבי, ר׳ מאיר, גלײבט נישט אין קײן משיח־שליחים. ער אַלײן גײט אין די גרעסטע סכּנות. צוריקקומענדיק פֿון הערצאָג אַ פֿאַרביטערטער, טענהט ער זיך אױס מיט גאָט װי דער באַרדיטשעװער מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער: "אָ בורא־עולם, װאָס איז דײַן כּװנה? דעם טױט פֿון מײַנע זין און פֿון מײַן װײַב ע״ה באַװיליקט האָסטו, װי דעם טױט פֿון הונדערטער. מײַנע אױגן האָבן צוגעזען װי הענט פֿון רוצחים װאַרפֿן דײַנע ספֿרי־תּורה אין שײַטער־פֿלאַם אַרײַן. איך בין געשטאַנען, געריסן קריעה. אין פֿײַער בין איך נישט געשפּרונגען. לײגן זיך מיט הכנעה צו די פֿיס פֿון הערצאָג, קאָן איך נישט".

הכנעה? אַזאַ באַגריף איז געװען פֿרעמד דעם דיכטער־רעװאָלוציאָנער ה. לײװיק. ער איז שטענדיק געװען דער אַקטיװער קעמפֿער פֿאַר מענטשלעכער פֿרײַהײט. די הײליקײט פֿון מענטש איז געװען זײַן קאַטעגאָרישער אימפּעראַטיװ.

אַחוץ דעם מהר״ם און דער טראַגישער פֿיגור פֿון משומד קנופּ, זענען אין דער דראַמע פֿאַראַן נאָך צװײ װיכטיקע געשטאַלטן — דער יונגער דניאל, װעלכער ראַנגלט זיך אין די שױדערלעכסטע באַדינגונגען אין אַ נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער און אַהאַספֿער, דער סימבאָלישער אײביקער ייִד. ער, אַהאַספֿער, פֿירט דעם יונגן דניאל פֿון דאַכאַו קײן מאַינץ און צוריק, ער פֿירט אים צו גאולה...

זעענדיק די פֿאָרשטעלונג "מהר״ם פֿון רוטענבערג" אין דער אױספֿירונג פֿון דראַמאַטישן אַנסאַמבל בײַם "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט דער שרײַבער און אַקטיאָר פֿײַװל זיגלבױם געשריבן: "כּדי אַרױפֿצופֿירן די לײװיק־געשטאַלטן אױף דער בינע דאַרף אַ טעאַטער זיך גוט אונטערגאַרטלען. מען דאַרף די פּיעסע גוט אײַנשטודירן, פֿאַרבינדן די פּאָעטישע שורה מיטן רמז, מיטן אינהאַלט, מיט דער מיליע פֿון צװײ באַזונדערע תּקופֿות.

שטעלן אַזאַ דראַמע איז אַ גרױסע אַחריות, אָבער דראַמאַטישע נישט־פּראָפֿעסיאָנעלע אַנסאַמבלען האָבן שטענדיק געװאַגט".

העברעיִשער טעאַטער האָט יאָ געװאַגט! אמת נישט "מהר״ם פֿון רוטענבערג", נאָר די פּיעסע "געטאָ" פֿון יהושע סאָבאָל, װאָס רופֿט זיך גוט איבער מיט לײװיקס דראַמע "מהר״ם פֿון רוטענבערג".

אױך די גלענצנדיקע פֿאָרשטעלונג "געטאָ" איז נישט געשפּילט געװאָרן דורך קײן שום ייִדישן טעאַטער. אױף דײַטש — יאָ! אױך אױף ענגליש און פּױליש... ייִדישער טעאַטער, װאָס עקזיסטירט הײַנט־צו־טאָג, שפּילט נישט אַזעלכע "שװערע" פּיעסעס, װי "מהר״ם פֿון רוטענבערג" אָדער "געטאָ"...

לײװיק האָט דרײַ מאָל באַזוכט ארץ־ישׂראל: צום ערשטן מאָל אין יאָר 1937, שפּעטער — אין יאָר 1950 און דאָס לעצטע מאָל אין יאָר 1957. ער איז אױפֿגעטראָטן אין אײנעם פֿון די גרעסטע טעאַטער־זאַלן אין תּל־אָבֿיבֿ מיט אַ װיזיאָנעריש־נבֿיאישער רעדע, װאָס האָט געמאַכט אַ גרױסן רושם אױפֿן 2,000־קעפּיקן עולם.

לײװיק איז אײנער פֿון די באַליבטסטע פּאָעטן און דראַמאַטורגן אױך אין ישׂראל. זײַנע װערק זענען איבערזעצט געװאָרן דורך דעם העברעיִשן דיכטער אַבֿרהם שלאָנסקי. זײַן דראַמע "הירש לעקערט" — דורך מ. באַסאָק און "משיחס קײטן" דורך א״ז בן־ישי און אַ. שלאָנסקי.

ה. לײװיק איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, אין יאָר 1962.