מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
איימי קאָבאָיאַשי
איימי קאָבאָיאַשי

יעדער טאַטע און יעדע מאַמע, האַלט, אַז זייער קינד פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינטלעכן טאַלאַנט — איינער אויף דער וועלט. אָבער עלענאַ ראָסמאַן, אַ געוועזענע לערערין פֿון קלאַסישער מוזיק אין אַלמאַ־אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, זוכט טאַקע יונגע מוזיקער, וועלכע זענען, ווי זי האַלט, נישט בלויז טאַלאַנטירט, נאָר ממש געניאַל.

אין 1993 האָט ראָסמאַן, געגרינדעט אַן אָרגאַניזאַציע "די אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון פֿעיִקע און טאַלאַנטירטע" (AADGT), כּדי צו געפֿינען יונגע מוזיקאַלישע טאַלאַנטן, צו אַנטוויקלען זייערע פֿעיִקייטן, און זיי צו ברענגען פֿאַר אַ גרעסערן עולם. די עובֿדה האָט זי אָנגעהויבן נאָך אין אַלמאַ־אַטאַ, אין אַ דאָרטיקער קאָנסערוואַטאָריע, ווען זי האָט געזען, אַז די יונגע מוזיקער ווערן פֿאַרלוירן, און נאָך מער — די וווּנדערלעכע שיינקייט וואָס זיי דריקן אויס דורך זייער מוזיק, ווערט נישט דערהערט פֿון גענוג מענטשן.

ראָסמאַן האָט אַריבערגעפֿירט איר וויזיע אַהער קיין אַמעריקע און גיט זיך אָפּ הײַנט מיט דעם מיט לײַב און לעבן. זי געפֿינט די בעסטע לערער פֿאַר די מוזיקער, זיי זאָלן קענען דערגרייכן נאָך אַ העכערער מדרגה אין זייער מוזיקאַלישער דערציִונג, און דער עיקר, זוכט אויס אַ געלעגנהייט פֿאַר זיי צו שפּילן אין די חשובֿסטע זאַלן אָדער אין מוזיק־פֿעסטיוואַלן. אַזוי ווי די קאָנקורענץ צווישן די יונגע קלאַסישע מוזיקער איז טאַקע אַ גוואַדלדיקע און די געלעגנהייטן זיי פֿאָרצושטעלן זענען באַגרענעצט, ווערט ראָסמאַן געלויבט פֿאַר איר אַרבעט פֿון די באַקאַנטסטע קינסטלער. איינער פֿון די הויכפּונקטן פֿון איר אַרבעט איז פֿאַרבונדן מיטן קאָנצערט — "די לײַדנשאַפֿט פֿון מוזיק" — אין דעם חשובֿן "קאַרנעגי האָל" אין מאַנהעטן, זונטיק, דעם 29סטן אָקטאָבער, 3:00 בײַ טאָג, אין וועלכן זעקס פֿון די טאַלאַנטן וועלן אויפֿטרעטן.

דערווײַל, האָט ראָסמאַן געהאָלפֿן מער ווי 30 אַזוינע יונגע געניאַלע מוזיקער. זי זוכט זיי אויס איבער דער וועלט. אָדער זי פֿאָרט אַליין אין זייער לאַנד, אָדער זי באַקומט ווידעאָ־טאַשמעס פֿון זייערע קאָנצערטן. זי ווײַזט די ווידעאָס צו איינעם פֿון די וועלט־באַקאַנטע מוזיקער אויף איר פֿאַרוואַלטונג — יעווגעני קיסין, אָדער מאַקסים ווענגעראָוו, גאַרי גראַפֿמאַן, צווישן אַנדערע — און זיי געבן איר אָפּ זייער מבֿינות. נישט איין מאָל האָבן זיי איר באַלד געקלונגען מיט גרויסן ענטוזיאַזם — "וווּ האָסטו זי געפֿינען! אַזאַ טאַלאַנט, ס׳איז דאָך שווער צו גלייבן!" רעדנדיק מיט דער פֿרוי ראָסמאַן, פֿילט מען איר ליבשאַפֿט צו די מוזיקער און איר שטאַרקן גלויבן אינעם בײַשטײַער וואָס די מוזיקער קענען בײַטראָגן צו דער וועלט.

די מוזיקער שטאַמען פֿון אַלע לענדער און שטעלן מיט זיך פֿאָר ממש אַ קליינע "יו־ען". אין נאָרוועגיע האָט זי געפֿונען אַ שוועסטער און ברודער, מאַרי און האַקאָן סאַמועלסאָן. זי איז אַ 19־יאָריקע פֿידלערין; ער אַ 23־יאָריקער טשעליסט. פֿאַר אַ יאָרן האָבן זיי געשפּילט אינעם "קאַרנעגי־האָל" און די פּרעסע אין נאָרוועגיע האָט שוין געהאַט וועגן וואָס צו שרײַבן. אַנדערע יונגע מוזיקער וווינען אין פּוילן, ישׂראל, יאַפּאַן, אַמעריקע, ענגלאַנד, אוזבעקיסטאַן, כאַרקאָוו און איטאַליע. די אָרגאַניזאַציע איז געווען אָפֿט דער ערטשער ספּאָנסער, פֿון די מוזיקער מחוץ זייער היימלאַנד.

צווישן די אַלע יונגע מוזיקער איז פֿאַראַן איין יונג מיידל פֿון יאַפּאַן, וואָס צייכנט זיך אויס צווישן די אַלע אויסגעצייכנטע. די פּיאַניסטקע, איימי קאָבאָיאַשי איז נאָר 10 יאָר אַלט אָבער ראָסמאַן שטיצט איר טאַלאַנט שוין פֿינעף יאָר. זי וועט אויך אויפֿטרעטן אין "קאַרנעגי האָל". אָנגעהויבן צו שפּילן האָט איימי ווען זי איז געווען 3 יאָר אַלט, און זי איז נאָך אַלץ צו קליין צו דערגרייכן מיט די פֿיס צו די פּעדאַלן אויף דער פּיאַנע, און דאַרף אַ קעסטעלע אונטערצושטעלן. איימי איז אַ קליינטשיקע, אָבער ווען זי זעצט זיך אַוועק צו דער פּיאַנע, שפּילט זי מיט איר גאַנצן האַרצן און מיט גרויס עמאָציע. איר קאָנצערנטראַציע איז קלאָר פֿאַר יעדן איינעם, און יעדעס מאָל, איידער זי הייבט אָן צו שפּילן האָט זי אַ טבֿע אָפּצוּווישן די קלאַווישן פֿון איר אינסטרומענט. זי זאָגט אַליין, אַז בײַ געוויסע ווערק ווילט זיך איר וויינען, ווײַל סע ווערט איר אַזוי אומעטיק.

נאָך אַ מוזיקערין, וועלכע מע וועט קענען הערן אין "קאַרנעגי־האָל" איז סאַנדראַ קאַמעראָן, אַן אַמעריקאַנער פֿידלערין. כאָטש זי איז געווען אַ סטודענטקע אין דער דזשוליאַרד־קאָנסערוואַטאָריע, און הײַנט אין האַרוואַרד, איז איר נאָמען נישט באַקאַנט, פּשוט צוליב דער פּראָבלעם פֿון צופֿיל גוטע סאָליסטן, און צו ווייניק געלעגנהייטן פֿאַר זיי צו שפּילן.

אַדאַנק ראָסמאַן, און איר אָרגאַניזאַציע קענען טאַקע די יונגע, פֿעיִקע מוזיקער געפֿינען אַ מער בכּבֿודיק אָרט אין דער מוזיק־וועלט.