װילי װײַנער |
אײן פֿאָרשטײער פֿון דעם אַרמענער ייִדנטום האָט זיך לעצטנס קונה־שם געװען מיט זײַנע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס, װעלכע שמעלצן צונױף די ייִדישע און אַרמענישע טראַדיציעס. דער קאָמפּאָזיטאָר װילי װײַנער איז געװאָרן באַרימט נאָך דעם קאָנצערט לכּבֿוד דעם 14טן יובֿל פֿון אַרמעניעס אומאָפּהענגיקײט, װאָס די רעגירונג האָט אָרגאַניזירט אינעם גרעסטן קאָנצערט־זאַל פֿון ערעװאַן אין דעצעמבער 2005. דער מלוכישער סימפֿאָנישער און דזשעז־אָרקעסטער האָט פֿאָרגעשפּילט װײַנערס װערק אױף ייִדישע טעמעס פֿאַר אַן עולם, װאָס איז באַשטאַנען פֿון די פּני פֿון דער רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכקײט, אױסלענדישע דיפּלאָמאַטן, חשובֿע שרײַבער און טוער פֿון אַרמענישער קולטור. אַ ספּעציעל ביכעלע האָט פֿאַרטײַטשט דעם היסטאָרישן און סימבאָלישן מײן פֿון די ייִדישע באַגריפֿן און דערקלערט די פּרינציפּן פֿון קלעזמער־מוזיק. צום ערשטן מאָל האָט דער אַרמענישער עולם באַקומען אַ מעגלעכקײט צו הערן די קלאַנגען פֿונעם שופֿר. װײַנערס ערשטער קאָמפּאַקט־דיסק, באַטיטלט "עקסאָדוס", איז שױן אױספֿאַרקױפֿט. דער קאָמפּאָזיטאָר גרײט צו צװײ נײַע דיסקן, װאָס טראָגטן די טיטלען "חלום" און "עמי".
דער 51־יאָריקער װילי װײַנער איז אױפֿגעװאַקסן אין ערעװאַן און האָט פֿאַרענדיקט די אָרטיקע קאָנסערװאַטאָריע. דערנאָך האָט ער מער װי צװאַנציק יאָר געשפּילט פֿידל אין פֿאַרשידענע אָרקעסטערס פֿון סאָװעטישער אַרמעניע, און ערשט דערנאָך אָנגעהױבן צו שאַפֿן זײַן אײגענע מוזיק. סוף 1990ער האָט ער מיט זײַן משפּחה עולה געװען קײן ישׂראל, אָבער אין אַ פּאָר יאָר אַרום זיך אומגעקערט קײן ערעװאַן. "איך האָב באַקומען אַ גרױסע אינספּיראַציע פֿון ישׂראל, אָבער איך האָב דאָרט ניט געקאָנט שרײַבן מוזיק" — אַזױ דערקלערט ער זײַן באַשלוס. "כּל־זמן איך בין געװען אין ישׂראל, האָב איך ניט אָנגעשריבן קײן אײן נאָטע. באַלד נאָך דעם װי איך בין געקומען צוריק אין אַרמעניע, האָט די מוזיק גענומען שפּרודלען פֿון מיר." װײַנער װיצלט זיך, אַז ער איז אַ "ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם אַרמענישן פֿאָלק". אין אַן אינטערװיו פֿאַר דער ייִדישער טעלעגראַפֿן־אַגענטור דערקלערט ער, אַז ער האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן ספּעציעלע כּװנה צו שאַפֿן "ייִדישע" מוזיק: "עס איז געשען פֿון זיך אַלײן. פֿון קינדװײַז אָן האָבן מײַנע עלטערן מיך געלערנט אָפּצושאַצן די קולטור, די טראַדיציעס און די מוזיק פֿון מײַן פֿאָלק. ייִדישע מוזיק פֿלעגט תּמיד קלינגען בײַ אונדז אין דער הײם. נאַטירלעך, האָט זיך דאָס אָפּגעשפּיגלט אין מײַנע װערק."
דער גרױסער דערפֿאָלג פֿונעם פֿאַראַיאָריקן קאָנצערט האָט געמאַכט װײַנערן באַרימט אין אַרמעניע און באַזונדערס, צװישן די רוסיש־ייִדישע מוזיקאַנטן. זײַנע קאָמפּאָזיציעס הערט מען אױפֿן אַרמענישן ראַדיאָ און טעלעװיזיע; דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער זינגער יוסף קאָבזאָן האָט געלױבט װײַנערס װערק פֿאַר זײער "רײן־קלאַסישער אױסטײַטשונג פֿון נאַציאָנאַלע מוזיקאַלישע אינטאָנאַציעס, װאָס איז אַבסאָלוט פֿרײַ פֿון װאָסער־ניט־איז פּאָפּולערן שמאַלץ". אמת, די שבֿחים פֿון קאָבזאָנס מױל קאָנען קלינגען אַ ביסל צװײדײַטיק, װײַל ער אַלײן האָט דװקא אַ שם װי אַ "שמאַלץ"-זינגער. װײַנער זאָגט׃ "מײַן מוזיק איז ניט קיין אַבסטראַקטע. יעדער זאַך איז אײַנגעװאָרצלט אין אַ קאָנקרעטער סצענע אָדער סיטואַציע, און די קלאַנגען קומען אַרױס פּונקט פֿון יענע אומשטאַנדן." נעמט, למשל, די פּיעסע "אַ שטעטל": "יעדער סקריפּ, יעדער טריט פֿון רבינס אַלטן פֿערד, דעם רבינס הוסט, די שמועסן קאַיאָר אױף די שטעטלדיקע געסלעך — דאָס אַלץ האָט געפֿונען אַן אָפּקלאַנג אין מײַן מוזיק."
דער אימפּרעסאַריאָ פֿון װײַנערס קאָנצערט אין ערעװאַן, אַרמען אַרנאַוטאָװ, האַלט, אַז דאָס דאָזיקע געשעעניש װעט "אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון אַרמעניע." אמת, ניט אַלע חסידים פֿון דער אַרמענישער פֿאָלק־מוזיק זײַנען מסכּים מיט אַרנאַוטאָװ. עס הערן זיך אױך שטימען, װאָס זאָגן׃ "מיר האָבן גענוג אײגענע באַגאַבטע מוזיקער, װאָס שאַפֿן אמתדיקע אַרמענישע מוזיק. פֿאַר װאָס דאַרף מען שפּילן דװקא די ייִדישע מוזיק?" אָבער פֿאַר דער קלײנער ייִדישער קהילה אין אַרמעניע האָט װײַנערס דערפֿאָלג אַ גרױסן סימבאָלישן באַטײַט. די קהילה, בשותּפֿות מיט דער אַרמענישער ראַדיאָ־סטאַנציע "װאַן" און דער רעקאָרדירונג־פֿירמע "נאַרעק", האָט געשטיצט די אױסגאַבע פֿון װײַנערס דיסקן. מען האָט אויסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט, כּדי צו לאָזן װיסן דער װעלט, אַז אין אַרמעניע איז טאַקע יאָ פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה, װאָס לעבט אין שלום מיט אירע שכנים און פֿאַרמאָגט גרױסע טאַלאַנטן.