טעאַטער

יעקבֿ באָדאָ (רעכטס), גדי יגיל (לינקס) און די מאָדעלקע פֿון קליידער־געשעפֿט, רונית אַשרי
יעקבֿ באָדאָ (רעכטס), גדי יגיל (לינקס) און די מאָדעלקע פֿון קליידער־געשעפֿט, רונית אַשרי
נאָך אַ לענגערער צײַט פֿון דערווײַטערונג האָב איך זיך צוריקגעקערט צום "ייִדישפּיל"־טעאַטער. ער איז טאַקע נישט געבליבן שטיין אויף אַן אָרט, דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל. אמת, נישט קיין שאַרפֿע ענדערונגען זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען, אַלנפֿאַלס נישט אין דער באַציִונג צו דער טעאַטער־קונסט; אָבער דאָך, קאָן מען זען אַ ממשותדיקן רוק פֿאָרויס, בעיקר, וואָס שייך דעם פּראָפֿעסיאָנעלן צוגאַנג צו דער אַרבעט וואָס הייסט טעאַטער.

בײַגעווען בין איך איצט אויף דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "ייִדישע געשעפֿטן com.", אַ קאָמעדיע, באַאַרבעט און איבערגעזעצט ספּעציעל פֿאַר "ייִדישפּיל" דורך יאַנקעלע אַלפּערין און שמואל עצמון. דער מחבר מאָנטעגיו גלאַס, איז אין די 30ער יאָרן געווען אַ זשורנאַליסט, וועלכער האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט שרײַבן פֿאַרביקע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ניו־יאָרק און שפּעטער זיי אַליין פֿאַרוואַנדלט אין — צו מאָל געלונגענע, צו מאָל נישט — טעאַטער־שאַפֿונגען.

איז וועגן וואָס שרײַבט ער פֿאַרן טעאַטער, דער ייִדיש־אַמעריקאַנער זשורנאַליסט גלאַס? וואָס פֿאַר אַ טעמעס, פֿאַרבונדן מיטן לעבן פֿון די ייִדן אין אַמעריקע, ברענגט ער אַרויס אויף דער בינע? אין "ייִדישע געשעפֿטן" איז דער הויפּט־העלד פֿון דער פּיעסע דער אַלט־באַקאַנטער ייִדישער ניו־יאָרק גופֿא, וווּ מען טרעפֿט סוחרים, וואָס אַרבעטן שווער צו מאַכן פּרנסה, צוזאַמען מיט אַ ווייניק יושרדיקן אַדוואָקאַט, וואָס איז גרייט אָפּצוטאָן מיאוסע שטיק פֿון אַלע סאָרטן, אַבי צו באַקומען פֿעטע פֿאַרדינסטן, (גוט אויפֿגעפֿירט דורך קאַראָל מאַרקאָביטש); פֿאַרשיידענע קאָמיוואָיאַזשאָרן, (ישׂראל טרייסטמאַן, געראַ סאַנדלער, אמיתי קידער), יעדער איינער מיט זײַנע אייגנאַרטיקע שטריכן; אויך אַ מיליאָנער מיט אַ גוט האַרץ (אורי קאָוואַלסקי), און אַפֿילו אַן ערשט־אָנגעקומענער רוסישער אימיגראַנט, אַן אויסערגעוויינטלעכער פּיאַניסט, וועלכער איז גורם גלײַכצײַטיק נישט קיין גאָר איבערצײַגנדיקן דראַמאַטישן קאָנפֿליקט (אַנדריי קאַשקער).

נאָך נישט דערמאָנט די פֿרויען־געשטאַלטן; ס’קאָן דאָך נישט געמאָלט זײַן אַ קאָמעדיע אָן דעם שיינעם מין און אייניקע פֿון זיי פֿירן אויך דאָ אויס וויכטיקע ראָלעס אין דער אינטריגע. מען מוז בלויז באַצייכענען, אַז אין דער קאָמעדיע לײַכטן זיי נישט מיט קיין אייגענער ליכט, די פֿרויען געפֿינען זיך דאָרט ווי אַן אָפּשײַן פֿון דעם ווילן פֿון די מענער. אַפֿילו די ראָלע פֿון דער טאַלאַנטירטער מאָדע־שאַפֿערין רות גאָלדשמידט, וואָס די אַקטריסע מאָניקאַ וואַרדימאָן פֿירט אויס מיט איר באַזונדערן חן, איז אויך נישט דער פּראָטאָטיפּ פֿון דער פֿעמיניסטקע. זי איז טאַקע די גוטע נשמה פֿון דער פּיעסע, וואָס ברענגט הצלחה דער פֿירמע, אָבער איר אָנוועזנהייט באַווירקט נישט די געשעענישן וואָס קומען דאַרט פֿאָר.

אין די אַנדערע פֿרויען־ראָלעס — אַנאַבעלאַ, איבערצײַגנט אין דער ראָלע פֿון דער לײַכטזיניקער ראָזי פּאָטאַזש, די פֿרוי פֿון איינעם פֿון די שותּפֿים; העלענאַ יאַראַלאָוואַ, אין דער ראָלע פֿון דער טאָכטער, וועלכע פֿירט אויס ריכטיק דאָס וואָס מען דערוואַרט פֿון איר. אירמאַ סטעפּאַנאָוואַ — די סעקרעטאַרין, און די מאָדעלקעס.

די קאָמעדיע האַלט זיך אָבער אויף די צוויי דערפֿאָלגרײַכע און דערפֿאַרענע קאָמיקערס, יעקבֿ באָדאָ און גדי יגיל, מערקווערדיק צוגעפּאַסט איינער צום אַנדערן און זיי טוען אַלץ וואָס מעגלעך צו פֿאַרווײַלן דעם פּובליקום מיט דעם בלאַסן מאַטעריאַל, וואָס זיי האָבן. זיי זײַנען עס טאַקע, די צוויי שותּפֿים פֿון דער פֿירמע פֿאַר פֿרויען־קליידער "פּאָטאַזש און פּערלמוטער", וועלכע ווייסן פֿון גוטע צײַטן און אויך פֿון שלעכטע, אָבער נאָך אַ סך קאָפּדרייענישן קומט אַלץ צו אַ גוטן סוף.

רעזשיסירט האָט די "ייִדישע געשעפֿטן" יאָן לוטשיאַן, דער באַקאַנטער גאַסט־רעזשיסאָר פֿון רומעניע, באַקאַנט פֿון אַנדערע פֿאָרשטעלונגען אינעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער — "די גאָלדענע יאַטן" און "טבֿיה דער מילכיקער".