טעאַטער
טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע"
טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע"

די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שיינעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם וויידל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זייער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג.

עס פֿאַראייניקט די יונגע מוזיקער, וועלכע שטעלן צוזאַמען דעם טריִאָ — אַריה בורשטיין (טענאָר), חיה ליבֿני (פֿידל) און אייל באַט (קאָמפּאָזיטאָר) — זייער טיפֿע ליבע צו ייִדיש און צו זײַנע ווערטן. אין ישׂראל איז די דאָזיקע נייגונג בכלל נישט קיין זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכע, עס מוז זײַן אַ סיבה דערצו. וווּ נעמט איר הײַנט צו טאָג יונגע מוזיקער, וואָס זייער גרעסטע הנאה איז זיך אָפּצוגעבן מיט באַאַרבעטן, שפּילן און זינגען ייִדישע מוזיק, אַזוי ווי זיי האָבן עס געהערט אין זייער פֿריסטער יוגנט?

אַלע דרײַ אָנטייל נעמער אין דעם טריִאָ "די גאָלדענע פּאַווע" זײַנען אויסגעשולטע באַגאַבטע מוזיקער. דער זינגער־טענאָר און אַקטיאָר אַריה בורשטיין, אַ געבוירענער אין חיפֿה, האָט זײַנע אָפּערע־לעקציעס באַקומען אין מילאַנאָ, איטאַליע, און שוין דאָ אין לאַנד זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע אָפּערע־אויפֿפֿירונגען. אייל באַט, געבוירן אין 1966, האָט געשאַפֿן און באַאַרבעט הונדעטער קאָמפּאָזיציעס, בעיקר, פֿאַר זינגער און כאָרן. זײַנע שאַפֿונגען שפּילן אויך אַנדערע מוזיקער, למשל, דער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער.

די פֿידלערין חיה ליבֿני איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקער ביאָגראַפֿישער קאַפּיטל פֿאַר זיך. "זי פֿאַרמאָגט אַ ייִדיש פֿידעלע, מיט וועלכן זי באַצויבערט דעם עולם", האָט וועגן אירע מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונגען געשריבן דער אײַנפֿלוסרײַכער מוזיק־קריטיקער חנוך רוֹן. פֿון איר לאַנג־יאָריקער פּאָזיציע צווישן די ערשטע פֿידלער אין דעם ישׂראלדיקן קאַמער־אָרקעסטער, האָט חיה ליבֿני, מיט איר אומרויִק־לײַדנשאַפֿטלעכן כאַראַקטער נישט געקאָנט אײַנזיצן רויִק; זי האָט געפֿילט, אַז אויסער שפּילן, מוז זי אויך לערנען דעם פּובליקום, זיך ווענדן צו אים, אויפֿקלערן און אים געבן צו פֿאַרשטיין "וואָס אין פֿידעלע שטעקט", דעם צו מאָל באַהאַלטענעם זין פֿון דער באַזונדערער שאַפֿונג. און אַזוי, ווי נישט ווילנדיק, איז זי געוואָרן די נשמה פֿונעם אַנסאַמבל און די אָנערקענטע אויסטײַטשערין פֿון דעם מוזיקאַלישן ווערק, וואָס נייטיקט זיך אויך אין אַ מינדלעכער אויפֿקלערונג.

לעצטנס איז דער טריִאָ, "די גאָלדענע פּאַווע", אויפֿגעטראָטן אין סאַמע צענטער פֿון באָהעמישן תּל־אָבֿיבֿ, אין קאַפֿע־טעאַטער פֿון "קאַמרי". זייער ייִדיש־מוזיקאַלישער אָוונט טראָגט דעם נאָמען "אַ מאָל איז געשען אין גאָלדענעם לאַנד"; עס זײַנען אויסגעפֿירט געוואָרן לידער פֿון מרדכי געבירטיג, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, יואל ענגעל און אַנדערע. אַ סבֿרה, אַז אויך די באָהעמע קאָן הנאה האָבן פֿון די אייביקע לידער פֿון ייִדישן מוזיק־רעפּערטואַר.