מישע לעוו איז געווען דער ערשטער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איך בין געווען — דער לעצטער. איך דערמאָן עס דאָ, כּדי צו אילוסטרירן דערמיט ווי שטאַרק די ייִדישע ליטעראַרישע וועלט איז פֿאַראָרעמט געוואָרן אין משך פֿון דעם רעלאַטיוו קורצן צײַט-אָפּשניט — ווייניקער פֿון דרײַ יאָרצענדליק, זינט 1961 ביז 1988.
אַנדערש, וואָלט מען מיך, אַ מענטשן אָן שום ייִדישער בילדונג און זייער פּראָבלעמאַטישע ליטעראַרישע פֿאַרדינסטן, קיין מאָל ניט געשטעלט אויף דעם זעלבן אָרט, וועלכן עס האָט מיט פֿולע רעכט אַמאָל פֿאַרנומען דער ייִדישער שרײַבער מישע לעוו. פֿאַר מיר בלײַבט ער אַ מוסטער, וועלכן איך וועל קיין מאָל ניט קענען דערגרייכן.
מיר דאַכט זיך, אַז איך האָב געלייענט אַלע ביכער זײַנע, דער עיקר, וועגן לעווס אייגענער מלחמה-דערפֿאַרונג (אין די הענט פֿון די דײַטשן און בײַ די פּאַרטיזאַנער) און וועגן דעם אויפֿשטאַנד אינעם טויט-לאַגער סאָביבאָר. דעם סאָוועטישן לייענער איז מישע לעווס פּראָזע געווען באַקאַנט סײַ אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, סײַ אין די רוסישע איבערזעצונגען. עס פֿרייט מיך, אַז צו זײַנע ווערק האָט אין די לעצטע יאָרן באַקומען אַ צוטריט אויך דער עולם, וואָס לייענט אויף העברעיִש און ענגליש. אַגבֿ, דאָ איז כּדאַי צו זאָגן, אַז די ברייט פֿאַרשפּרייטע מיינונג וועגן אַ טאָטאַלן פֿאַרשווײַגן דעם חורבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז ניט אין גאַנצן אַ ריכטיקע. יעדנפֿאַלס, אַ דאַנק אַזעלכע ייִדישע שרײַבער ווי מישע לעוו, האָט דער סאָוועטישער לייענער געהאַט די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט די געשעענישן פֿון די מלחמה-יאָרן.
זינט 1996 וווינט מישע לעוו אין ישׂראל, וווּ עס גייען אַרויס זײַנע ביכער. הײַיאָר האָט דער ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל אַרויסגעגעבן זײַן בוך "ליטעראַרישע פּאָרטרעטן: שרײַבערס און קינסטלערס פֿון מײַן דור". ס׳איז אַ בוך וואָס איז אויסגערעכנט אויף צוויי מינים לייענער: ערשטנס, נאָרמאַלע לײַט — ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט; צווייטנס, "האַלב-נאָרמאַלע" לײַט — פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. און ביידע מינים לייענער וועלן בלי-ספֿק האָבן גרויס הנאה פֿון לייענען דעם באַנד.
לויטן זשאַנער, דערמאָנט עס ענלעכע ביכער פֿון אַזעלכע שרײַבער, ווי מלך ראַוויטש און אַלכּסנדר פּאָמעראַנץ. באַזונדערע פּאָטרעטן, שילדערונגען, ווי אויך רעצענזיעס און עסייען, לייגן זיך צוזאַמען אין אַ ברייטן לײַוונט פֿון אַ גאַנצער סבֿיבֿה און תּקופֿה. אייניקע קאַפּיטלען האָב איך שוין פֿריִער געלייענט אין "פֿאָרווערטס", די אַנדערע זײַנען געווען אין גאַנצן נײַ פֿאַר מיר.
דעם מחברס אויסערגעוויינטלעכע לײַטישקייט האָב איך דערפֿילט אין דעם בוך. ווי אַזוי קען מען עס דערשפּירן? זייער פּשוט. דער צוגאַנג איז אַזאַ: ס׳איז בעסער אין גאַנצן ניט שרײַבן, איידער צו שרײַבן וועגן די קאָלעגעס, וואָס האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ניט לײַטיש. איך בין זיכער, אַז אַזאַ צוגאַנג אַנטפּלעקט אויך נאָסטאַלגישע געפֿילן — די רייד גייט דאָך וועגן אַ ליטעראַרישער און קינסטלערישער וועלט, וועלכע איז שוין, פֿאַקטיש, אַוועק אין דער אייביקייט. אַ טרויעריקער זיפֿץ הערט זיך מיר אין לעווס ווערטער: "עס גייט אַוועק אַ שעפֿערישער דור, וואָס לאָזט איבער זייער ווייניק יורשים".
איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס בוך איז אַרויס צו מישע לעווס 90סטן יוביליי — ער איז דאָך געבוירן געוואָרן אין דעם יאָר פֿון דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט באַשטימט מיליאָנען לעבנס-טראַיעקטאָריעס, מישע לעווס בתוכם. מיט די דאָזיקע טראַיעקטאָריעס איז פֿאַרבונדן נאָך איין יובֿל, זייער אַ טרויעריקער — זיבעציק יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון די סטאַליניסטישע "רייניקונגען" פֿון 1937. און דער 55סטער יאָרצײַט נאָך דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. בעת דער רייניקונג פֿון יענער צײַט, זײַנען אומגעקומען אייניקע פֿון די מענטשן, וועגן וועלכע עס דערמאָנט זיך דער מחבר, בפֿרט משה ליטוואַקאָוו, דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג "דער אמת". לעוו האָט דאָך זינט 1935 געוווינט אין מאָסקווע, זיך געלערנט, געאַרבעט. אין 1936 זײַנען אַרויס די ערשטע פּובליקאַציעס, אונטערגעשריבן מיט זײַן נאָמען. אַזוי אַז אין 1937 איז ער געווען באַקאַנט מיט דער הויפּטשטאָטיקער ייִדישער סבֿיבֿה.
ס׳איז נאַטירלעך, אַז לעוו, אַ וועטעראַן פֿון דער מלחמה, שרײַבט אַ סך וועגן די פּראָזאַיִקער און דיכטער, וואָס זײַנען, ווי ער, געווען אין דער אַרמיי צי בײַ די פּאַרטיזאַנער. דאָס בוך איז כּולל אַ רשימה פֿון "ייִדישע שרײַבערס פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד אומגעקומענע אין קאַמף קעגן די נאַציס", און קלענערע צי גרעסערע נאָטיצן וועגן אַ סך פֿון זיי.
מיר איז באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן דאָס קאַפּיטל "ייִדישע רעדאַקטאָרן": נחום לעווין, אלי פֿאַלקאָוויטש, אַברהם פֿרומקין, בליומע קאָטיק, און מויני שולמאַן. די דאָזיקע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן זײַנען צווישן די סאַמע געראָטנסטע אין דעם בוך. און עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די סבֿיבֿה פֿון סאָוועטיש-ייִדישע רעדאַקציעס וועט נאָך ניט איין מאָל זײַן באַשריבן אין מישע לעווס נאָטיצן. עס זײַנען דאָך פֿאַרבליבן געציילטע מענטשן, וואָס געדענקען עס נאָך און קענען עס פֿאַראייביקן אויף פּאַפּיר.