סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ האַלטן זיך בײַ אַ גוטער טראַדיציע אַרויסצולאָזן די פֿאָרגעשטעלטע רעפֿעראַטן צו דער צײַט, ניט שפּעטער ווי אין צוויי יאָר אַרום נאָך יעדער קאָנפֿערענץ. הײַיאָר איז אין דער ייִדישער סעריע פֿונעם אָקספֿאָרדער "לעגענדאַ"־פֿאַרלאַג אַרויס אַ נײַער באַנד וועגן דוד בערגעלסאָן, וואָס וועט פּרטימדיק רעצענזירט ווערן אין איינעם פֿון די קומעדיקע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס".
די טעמע פֿון דער איצטיקער קאָנפֿערענץ איז געווען "ייִדיש אין די 1920ער יאָרן". די דאָזיקע תּקופֿה איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערניסטישער שעפֿערישקייט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט, און דערפֿאַר איז אַ היפּשע צאָל רעפֿעראַטן געווען געווידמעט דער דאָזיקער טעמע. פֿיר רעפֿערענטן האָבן אויסגעקליבן אינדיווידועלע דיכטערישע פֿיגורן׃ דזשאָרדאַן פֿינקין (אָקספֿאָרד) האָט פֿאָרגעלייגט אַן אָריגינעלע קריטישע אינטערפּרעטאַציע פֿון פּרץ מאַרקישס פּאָעטישן ציקל "שטאָט" (1921) אינעם קאָנטעקסט פֿון דער אורבאַניסטישער פּאָעטיק פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם; אַסטריד שטאַרק (מילהויז, פֿראַנקרײַך) האָט באַטראַכט די שעפֿערישע גילגולים פֿון משה קולבאַק אויף זײַן לעבנסוועג פֿון סמאָרגאָן ביז מינסק, דורך בערלין און ווילנע. די קבליסטישע און חסידישע מאָטיוון אין אבֿרהם־נחום שטענצלס לידער פֿון דער בערלינער תּקופֿה איז געווען די טעמע פֿונעם רעפֿעראַט פֿון חייקע־ברוריה וויגאַנד (לאָנדאָן). גאָר אַנדערש ווי שטענצל, האָבן געקוקט אויף דער וועלט זײַנע מיטצײַטלער פֿון דער אַמעריקאַנער גרופּע "פּראָלעטפּען". ווי עס האָט דעמאָנסטרירט אַמעליאַ גלעזער (סאַן־דיעגאָ), איז די אַמעריקאַנער פּראָלעטאַרישע דיכטונג געווען דורכגעזאַפּט מיט שטאַרקער ערדישער עראָטישקייט.
אַ צאָל רעפֿעראַטן האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַהאַנדלט דעם ענין פֿון פֿרויען אין ליטעראַטור און לעבן. העטהער וואַלענסיאַ (גלאַזגאָ, שאָטלאַנד) האָט באַטראַכט דעם אָנהייב פֿון רחל קאָרנס פּאָעטישער קאַריערע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער פֿעמיניסטישער קריטיק, בעת גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק) האָט אַנאַליזירט די לידער פֿון דער סאָוועטישער דיכטערין חנה לעווין ווי אַ פּאָעטישער אָפּרוף אויף די ריזיקע ענדערונגען אינעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער פֿרוי, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן. די פּוילישע פֿאָרשערין יאָהאַנאַ ליסעק (ווראָצלאַוו, פּוילן) האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער פּעריאָדיק פֿאַר פֿרויען אין פּוילן, פֿון דער ערשטער קראָקעווער צײַטשריפֿט "ייִדישער פֿרויענוועלט" (1902) ביז צו דער וואַרשעווער מאָנאַטשריפֿט "פֿרויען־שטים" און דער אַלפּוילישער וואָכנשריפֿט "די פֿרוי", וועלכע זײַנען אַרויס אין די 1920ער יאָרן. רחל ראָזשאַנסקי (חיפֿה) האָט אויסגעקליבן פֿאַר איר טעמע די עוואָלוציע פֿון דעם פֿרויען־אימאַזש אין דער סאָציאַליסטישער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע.
די טעמע פֿון דער ייִדישער פּעריאָדיק איז באַרירט געוואָרן נאָך אין צוויי רעפֿעראַטן. קערסטין האָגע (אָקספֿאָרד) האָט אַנאַליזירט דעם באַריכט וועגן געאָגראַפֿישע אַנטדעקונגען, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אויף די זײַטן פֿון די ווילנער קינדער־זשורנאַלן "גרינינקע ביימעלעך" און "דער חבֿר". סאָניאַ־רחל קאָמאָראָצי (בודאַפּעשט) האָט געבראַכט צוריק צום לעבן די זשוואַווע מחלוקת אַרום דער ייִדישער פּרעסע אין דער חסידישער שטאָט מונקאַטש אין קאַרפּאַטן־רוסלאַנד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. אינטערעסאַנט, אַז די אינעווייניקע ייִדישע פּאָליטיק האָט דעמאָלט ווייניק אינטערעסירט די אַלגעמיינע דײַטשישע פּרעסע. ווי עס האָט דערוויזן שעלי זר־ציון, האָבן די דײַטשישע טעאַטער־קריטיקער באַטראַכט דעם סאָוועטישן ייִדישן "גאָסעט"־טעאַטער און די העברעיִשע "הבימה", וועלכע האָבן גאַסטראָלירט אין אייראָפּע, ווי צוויי פֿאָרשטייער פֿון דעם סאָוועטישן טעאַטער־אַוואַנגאַרד, ניט געקוקט אויף די ביטערע חלוקי־דעות צווישן די העברעיִסטן און ייִדישיסטן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.
דניאלאַ מאַנטאָוואַן (הײַדלבערג, דײַטשלאַנד) האָט אַנאַליזירט די קריטישע קאָנצעפּציעס פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "שטראָם", די לעצטע אומאָפּהענגיקע ייִדישע צײַטשריפֿט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן קאָנצעפּציע פֿון דער רעוואָלוציאָנערער מעטאַפֿאָריק אין די ווערק פֿון די פּאָעטן פֿון דער "קיִעווער גרופּע". ווי באַוווּסט, האָט די דאָזיקע ליטעראַרישע גרופּע געשפּילט די פֿירנדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, און אירע מיטגלידער האָבן באַצאָלט פֿאַר דעם מיט זייערע לעבנס.
די קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַן אָנדענק־אָוונט נאָך דעם צוועלפֿטן אויגוסט, וווּ די אָנטיילנעמער האָבן פֿאָרגעלייענט ווערק פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער און דיכטער׃ דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, דער נסתּר און דוד בערגעלסאָן. אַ ספּעציעלער באַגריסונג־בריוו איז געקומען פֿון ישׂראל פֿון דוד בערגעלסאָנס זון לעוו בערגעלסאָן. איצט קאָן מען דערוואַרטן אַ ריי נײַע פּובליקאַצעס, וועלכע וועלן אָפּשפּיגלען דעם הײַנטיקן צושטאַנד פֿון די פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער קולטור אין 20סטן יאָרהונדערט.