- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(נעלי זאַקס, 1970-1891) "נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן". עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME" לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַרגאַרעט רייטשעל זינט זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס ס’איז געשען מיט אירע עלטערן בעת דער מלחמה, האָט רייטשעל זיך געפֿילט ווי אַ באַשטראָפֿטע. אין דעם דירהלע, וואָס די עלטערן האָבן געדונגען דרײַ בלאָקן פֿונעם קלייטל, האָט איר שטענדיק אויסגעפֿעלט ליכט און לופֿט; נישט אַזוי, מחמת די צוויי זאַכן האָבן פֿיזיש אויסגעמיטן זייער וווינונג, נאָר ווײַל דער אומעט וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַלע ווינקעלעך, האָט פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט קאַלטע, בלינדעוואַטע אויגן. געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. אין דרויסן האָט געבריט אַ פֿראָסט, האָב איך אָנגעטאָן מײַן שווערע שובע, אײַנגעוויקלט זיך אין אַ שאַל, אײַנגענורעט זיך אין אַ וואָלענעם הוט, און הײַדאַ קאָשקעלע ראַנע. דאָס הייסט אויף ליטעראַרישן לשון: באַלד אין דער פֿרי, זיך אַרויסגעלאָזט פֿון ריווערדייל קיין מאַנהעטן. איך האָב געכאַפּט דעם ריווערדייל־עקספּרעס־אויטאָבוס אויפֿן ראָג גאַס, און אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן באַנײַען מײַנע פֿאַרדרימלטע טעאַטראַלע אינסטינקטן. דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך. ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש. לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. ל. שאַפּיראָ (1878—1948) איז, דאַכט זיך, דער איינציקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט זוכה געווען, אַז זײַנע געקליבענע ווערק זאָלן דערשינען ווערן אויף ענגליש אין אַ חשובֿער אַקאַדעמישער סעריע, מיט אַ הקדמה און פֿוסנאָטעס. דאָס האָט ער אַוודאי כּשר פֿאַרדינט. אַ שאָד, וואָס דער דאָזיקער באַנד איז צווישן די לעצטע ביכער אין דער סעריע פֿון "נײַער ייִדישער ביבליאָטעק", וואָס דער פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניווערסיטעט לאָזט אַרויס בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. אָן דער דאָזיקער סעריע וועט די גאַנצע ריזיקע "כּמו־טעריטאָריע" פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור ווײַטער בלײַבן אַ "טעראַ אינקאָגניטאָ" פֿאַרן ברייטן עולם. Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007. אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007. דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן. רייטשעל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. ווי איר שטייגער איז, האָט זי זיך באַלד אײַנגעהערט אין דער מאַמעס אָטעמען. אַן אָפּגעשוואַכטע און פֿאַרשוויצטע איז זי אַ ווײַלע געזעסן אויפֿן געלעגער, אַראָפּגעלאָזט די באָרוועסע פֿיס און זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אינעם ראַנד פֿון דעם בעט. ס'האָט אָנגעהויבן צו טאָגן. זי האָט אַ טראַכט געטאָן: "כ'וועל אים שוין הײַנט נישט זען", — און אַרײַנגעשטופּט די פֿיס אין די ווייכע, וואַרעמע שטעקשיך.
אין יעדער צופֿעליקער טרעפֿונג בליט אַ בלויער בלי.
|