אַלכּסנדר ליזען |
לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? אינעם לעבן טרעפֿט דאָך, גאָר אַנדערש און דערפֿאַר איז אַפֿילו דאָס שיידן זיך מיטן ערדיש לעבן ניט דער לעצטער סך־הכּל פֿון אַ שרײַבער. הײַנט, אַ שטייגער, וואָלט איך, אפֿשר, אויך ליזענען אַרײַנגעטראָגן אין יענעם שרײַבערישן ייִחוס־צעטל פֿון די אָנגעזעענסטע.
מיט ליזענען האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר פֿערציק צוריק. געווען איז עס אין לעמבערג (לוואָוו) — אַ שטאָט, וווּ ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געוווינט 120 טויזנט ייִדן און איז אַמאָל געווען אַ צענטער פֿון תּורה און השׂכּלה.
געווען און אויף אייביק פֿאַרשוווּנדן.
געקומען בין איך אַהין, ווײַל דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט פּלאַנירט דאָרט דורכצופֿירן אַ באַגעגעניש מיט זײַנע לייענער. געקומען ניט מיט קיין ליידיקע הענט. דער שרײַבער־פֿאַראיין פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געבעטן מיט אַלע מיטלען מיטצוהעלפֿן אָרגאַניזירן אַזאַ ליטעראַרישן אָוונט. אָן איינצלהייטן, נאָר אָרטיקע "נאַטשאַלסטווע" האָט ניט צוויידײַטיק געענטפֿערט, אַז בשום־אופֿן נישט. ס'הייסט, לא מיט אַן אַלף.
אַגבֿ, אַזאַ ניין־ענטפֿער האָט אונדז דערוואַרט ניט נאָר אין מערבֿ־אוקראַיִנע, וואָס האָט געשמט מיט איר אַנטיסעמיטיזם. דאָס זעלבע איז געווען אין לענינגראַד (הײַנט סאַנקט־פּעטערבורג), און אויך אין אַנדערע שטעט. דער 21סטער יאָרהונדערט האָט זיך נאָך ניט אָנגעזען און געדאַכט האָט זיך, אַז אַזוי וועט שטענדיק זײַן.
מיט ליזענען האָט מיך צונויפֿגעפֿירט דער מאָלער און גראַפֿיקער סעמיאָן גרוזבערג. מיט אים האָב איך זיך שוין אַ לענגערע צײַט איבערגעשריבן, און מיר זײַנען געווען באַקאַנט זײַנע פּרעכטיקע פּאָרטרעטן פֿון שרײַבער, פּאָעטן, אַרטיסטן און זײַנע דעקאָראַציעס צו די ספּעקטאַקלען "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" און "די כּישופֿמאַכערין" (אייניקע פֿון זײַנע פּאָרטרעטן געפֿינען זיך אויך אין ניו־יאָרקער נאַציאָנאַלן מוזיי).
ליזענען האָט גרוזבערג פֿאָרגעשטעלט אַזוי:
— אַ מחבר פֿון אוקראַיִנישע און רוסישע ביכער, נאָר אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד, אָנגעזאַפּט מיט ייִדיש וויסן, וואָס פֿאַרדינט אַ באַזונדערע אויסצייכענונג.
די זכרונות דאַרף איך ניט אַרויסנעמען פֿון פֿאַרגעסונג, ווײַל עס פֿאַרגעסט זיך ניט. קיין פּרטים האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאַרגעדענקט און דאָך:
געווען איז עס אָנהייב זומער. דער אינדרויסן איז געווען אַ זוניקער און גייענדיק זאַלבע צווייט איבער די שמאָלע געסעלעך, האָט זיך בײַ אונדז אויף גוטע עטלעכע שעה אָנגעקניפּט אין אַ שמועס: איך האָב געשוויגן, ער האָט אומאויפֿהערלעך גערעדט. ניט אַלץ דערזאָגט, נאָר גערעדט. אין זײַן דמיון האָט אויפֿגעלעבט סײַ דאָס גוטע, סײַ דאָס שלעכטע. וועגן דעם וואָס אים איז אויסגעקומען אויסצושטיין און איבערלעבן. מײַן נײַעם באַקאַנטן האָט זיך געוואָלט אַראָפּרעדן פֿון האַרצן און אַרויסברענגען זײַן פֿילאָסאָפֿישן אַני־מאמין. פֿון זײַנע פֿאַרשיידענע לעבנס־עפּיזאָדן האָט זיך באַשאַפֿן אַ גאַנצקייט.
שוין דאַן איז מיר קלאָר געווען, אַז דער מענטש איז געבענטשט מיט דער ברכה פֿון שעפֿערישקייט. געשריבן האָט ער טאָג־אײַן, טאָג־אויס (ריכטיקער וועט זײַן: נאַכט־אײַן, נאַכט־אויס), נאָר זײַן שטיקל ברויט, און אויף נאָך עפּעס נייטיקס, האָט ער פֿאַרדינט ניט מיט דער פּען, נאָר מיט אַרבעטן אין אַן אונטערנעמונג ווי אַ בוכהאַלטער. ניט קיין לײַכטע פּרנסה. מע שוויצט ניט, נאָר דער מוח מוז זײַן אָנגעשפּיצט.
שוין פֿון די ערשטע רייד זײַנע האָט זיך געלאָזט אײַנזען ווי דער אוקראַיִנישער שרײַבער פֿילט דעם טעם און ריטעם פֿון ייִדישן וואָרט. זײַן שפּראַך איז געווען אַ רײַכע, אַ קוואַליק־פֿאַרביקע, אײַנגעטונקען אין שטייגער, אָבער אָן געקינצלטער פֿאָלקסטימלעכקייט. אַ נאַטירלעכע. נו, ממש אַזאַ, ווי כ'האָב געהערט פֿון טאַטע־מאַמע. גערעדט האָט ער פּאָוואָליע, בנימוסדיק.
איצט, ווען איך שרײַב אָט די שורות און קלער וועגן מײַן ערשטער באַגעגעניש מיט אַלכּסנדר ליזענען, טויכט ער אויף אין מײַן דמיון אַזאַ: אַ מיטלוווּקסיקער. אָנגעטאָן מיט געשמאַק, נאָר מער ווי באַשיידן. אַן אָליוון־לענגלעך פּנים אַ ביז גאָר הויכער קלאָרער שטערן און אויגן וואָס קוקן מיט אייביקער זאָרג. דאַכט זיך, אַ שטילער, דעליקאַטער און ווײַט ניט קיין נאַר, נאָר אים האָט זיך געוואָלט גלײַך אויפֿן אָרט וויסן, צי זײַנען מיר גרייט דרוקן זײַנע ווערק און אויב יאָ, איז ווי אָפֿט. כ'האָב אַ קלער געטאָן, אַז וואָלט ער די פֿראַגע געשטעלט ניט מיר, נאָר דעם הויפּט־רעדאַקטאָר, וואָלט עס געווען זייער ערשטער און לעצטער געשפּרעך. ס'איז פֿאַרבײַ אַ יאָר, מעגלעך מער, און ליזען האָט צוגעשיקט אַ פֿולגעפּאַקטע פּאַפּקע מיט מאַנוסקריפּטן. געדיכט אָנגעשריבענע זײַטלעך, ניט צום ציילן, נאָר ווי האַנדלס־סחורה, זיי לייגן אויף דער וואָג. די רעדאַקטאָרן געפֿעלט עס ניט, בפֿרט ווען דער מחבר איז אַ נײַיִנקער.
מויני שולמאַן פֿון פּראָזע־אָפּטייל, האָט מיט עטלעכע שאַרפֿע חוזק־ווערטער, וואָס לאָזן זיך ניט פֿאַר זײַטיקע אַרויסצוברענגען, גענומען די שווערע פּאַפּקע און צוגעזאָגט, אַז נאָכן אָפּגעבן אין דרוקערײַ דעם נײַעם נומער, וועט ער אין אַ מאַנוסקריפּט אַרײַנקוקן.
ליזען איז טאַקע געווען מיט אַלע זײַנע פּאָסטעמקעס אַ שרײַבער, וואָס האָט געקענט אַרײַנדרינגען אין דער נשמה פֿון זײַנע העלדן. די שעה, ווען ער האָט ווידער אָנגעהויבן שרײַבן פֿון רעכטס אויף לינקס, איז פֿאַר אים געווען אַ גליקלעך־גוטע, נאָר אים איז געווען ניט אַזוי גרינג און פּראָסט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געקומען ניט פֿון דער פֿרעמד, האָבן זיך פֿאָרט געפֿאָדערט וויכטיקע ענדערונגען; זיך איבעראַנדערשן. פֿאַקטיש איז אים אויסגעקומען אָנהייבן מיט אַ נײַעם שעפֿערישן אַלף־בית; אויסצודריקן זײַנע געדאַנקען מיט דעם ייִדישן אות. דערצו זײַנען אים געווען צו ענג די אײַנגעפֿירטע כּללים, באַזונדערס, דער נײַער פֿאָנעטישער אויסלייג, וואָס איז געווען אײַנגעפֿירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער קיין זאַך האָט דעם מענטשן ניט געקענט אָפּשטעלן. מיט מאַמע־לשון איז ער געווען פֿאַרקנסט אויף אייביק.
ליידער, טוט זיך אָפֿט ניט אַזוי גיך, ווי עס וואָלט באַדאַרפֿט זײַן. איבער פֿאַרשיידענע סיבות, האָט זיך באַקומען ווי די רעדאַקציע וואָלט זיך ניט געאײַלט אָנטאָן דעם אומגעדולדיקן מחבר דאָס פֿאַרגעניגן, אים באַגליקן. ענדלעך, האָט דער שטענדיק שטרענג־פֿאָדערנדיקער מויני שולמאַן, מיט אָן אַ ריי קריטישע באַמערקונגען, אָנגעשריבן אַ ביז גאָר גוטן אָפּרוף:
"...עס לאָזט זיך באַמערקן, אַז אין אונדזער ליטעראַטור קען צוקומען אַ קרעפֿטיקער דערציילער פֿון שטייגערישער שילדערונג און פֿילאָסאָפֿישער באַטראַכטונג... ליזען איז אַ שרײַבער מיט אַן אייגנאַרטיקן סטיל, מיט אַן אייגענעם נוסח. זײַנע געשטאַלטן זײַנען אמתדיקע, דעם מאַטעריאַל שעפּט ער פֿון דער ווירקלעכקייט".
* * *
אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט ליזען דעביוטירט מיט אַ ווערק "אַ סאָלדאַט אין פּאָמפּייע", וואָס לאָזט זיך ניט באַצייכענען מיט אַ קאָנקרעטן ליטעראַרישן זשאַנער. געווען איז עס אין 1970. דער מחבר איז שוין דאַן אַלט געווען זעכציק מיט אַ קליינינקן פּלוס. אַ פֿענאָמען, אַן אויסנאַם, וואָס האָט, מעגלעך, צו זיך קיין גלײַכן ניט. אָבער דאָס איז נאָך ניט אַלץ. אין אַ קורצער צײַט אַרום איז אין "סאָוועטיש היימלאַנד" פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן דערציילונג "נויקע, מײַן דרייסטער, מײַן אָרעמער ברודער". פֿינף דערציילונגען און אַ ראָמאַן־באַלאַדע "גרינע מצבֿות, וואָס שווײַגט איר?" די ליטעראַטור־קריטיקער האָבן אים ווי ניט באַמערקט, נאָר בײַם לייענער־עולם האָבן זײַנע ווערק אַרויסגערופֿן אַ גוטן אָפּקלאַנג.
געציילטע, נאָר ס'זײַנען אויך געווען אַזוינע פּען־קאָלעגעס, וואָס האָבן ניט פֿאַרגינען דעם נײַיִנקן אַזאַ שנעלן באַרג־אַרויף. בלויז אייניקע, ווײַל די מעגלעכקייט זיך צו דרוקן און באַקומען האָנאָראַר איז געווען באַגרענעצט מיט איין זשורנאַל אין לאַנד. דערצו האָט זיך מער געוואָלט ס׳זאָלן צוקומען יונגע. מע האָט דערבײַ פֿאַרגעסן, אַז טאַלאַנט איז ניט צום קויפֿן, כאָטש דערפֿאַר, ווײַל ס'האָט קיין פּרײַז ניט. יעדנפֿאַלס, צו קינאה־שׂינאה איז ניט דערגאַנגען.
ס'איז שוין פֿאַרבײַ אַ קײַמא־לן פֿון יאָרן און איך געדענק שוין ניט ווער ס'האָט ליזענען צוגעקלערט אַ צונאָמען — אַלכּסנדר דער פֿאָטער — אַן אָנצוהערעניש אויף דעם באַרימטן פֿראַנצויזישן ראָמאַניסט אַלכּסנדר דיומאַ, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי מען דערציילט, העכער טויזנט ווערק.
ליזען אַליין האָט געהאַלטן, אַז מען וואָלט אים באַדאַרפֿט נאָך אָפֿטער דרוקן. דאַכט זיך, ערשט אָנגעקומען אין רעדאַקציע זײַנער אַ היפּשער מאַנוסקריפּט, און ער איז שוין ווידער קינדלדיק מיט אַ נײַ ווערק. זיך אַליין צוימען האָט ער ניט געקענט און אפֿשר ניט געוואָלט. דעריבער קען מען ניט זאָגן, אַז אים האָט אויסגעפֿעלט שרײַבערישע שטרענגקייט. צווישן אים, דעם מחבר, און זײַן רעדאַקטאָר, האָט געהערשט אַ פֿולע האַרמאָניע. אין צענדליקער בריוו האָט ער געהאַלטן אין איין דערמאָנען וועגן זײַן עלטער און אַז אים ווילט זיך וואָס גיכער צונויפֿזאַמלען מער געדרוקטע אַרבעטן אונטער איין דאַך, צווישן צוויי ביכער־טאָוולען.
* * *
צי וועט זיך אויסזוכן איינער אַזאַ, וואָס וועט נאָך ווען ניט איז שרײַבן וועגן אַלכּסנדר ליזענען? ווי עס זאָל ניט זײַן, וועל איך אַליין פֿאַרצייכענען זײַנע קורצע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע שטריכן: געבוירן דעם 20סטן יולי 1911 אין דאָרף הײַדאַקי, כמעלניצקער געגנט, אוקראַינע. דערנאָך איז זײַן משפּחה אַריבערגעפֿאָרן אין שטעטל קופּעל. דאָרט איז ער נאָך זײַענדיק זייער יונג אָנגענומען געוואָרן ווי אַ מיטגליד און אין גיכן ווי אַן אָנפֿירער פֿון "השומר־הצעיר" — אַ יוגנטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט אין 1913 און שטרענג פֿאַרבאָטן אין 1927. זײַן אַקטיווע טעטיקייט אין דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע האָט ער אויך פֿאָרגעזעצט שוין וווינענדיק אין מאָסקווע. מען קען אָן שיינע מליצות זאָגן, אַז אין זײַן עכטן פֿרילינג פֿון לעבן, אין זײַנע צוואַנציקער, האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט צו דרײַ יאָר טורמע און נאָך דרײַ יאָר פֿאַרשיקונג אין מיזרח־סיביר. זײַן הויפּט־חטא איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט אָנגעשריבן און פֿאַרשפּרייט אַ ציוניסטישע ליד אין ייִדיש, וואָס איז דערנאָך איבערגעזעצט געוואָרן אין עבֿרית. אים האָט מען דאַן געעצהט זיך מער מיט דער פּען ניט באַלעווען און מיטגעטיילט, אַז זײַנע עלטערע חבֿרים האָבן באַקומען תּפֿיסה־טערמינען און אייניקע האָט מען אַפֿילו דערשאָסן. אויך אין יאָרן אַרום האָט מען אים געהאַלטן אין איין דערמאָנען זײַנע יוגנט־זינד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז ציוניזם פֿאַררעכנט געווען ווי איינע פֿון די גרעסטע פֿאַרברעכנס, ווי אַ שטייגער, מאָרד אָדער ווי פֿאַרראַטן דאָס היימלאַנד.
ליזען, איז ווי אַן אָנטייל נעמער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, באַלוינט געוואָרן מיט שלאַכט־אָרדנס און מעדאַלן. דעמאָביליזירט אין 1946, האָט ער פֿון דעמאָלט אָן געוווינט אין לוואָוו. אין 1988 אָרגאַניזירט ער און ווערט אויסגעוויילט ווי פֿאָרזיצער פֿון דער לוואָווער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער קולטור אויף שלום־עליכמס נאָמען — די ערשטע ייִדישע געזעלשאַפֿט אין אוקראַיִנע. אויף דער עלטער האָט אים דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע צוגעאייגנט דעם ערנטיטל "פֿאַרדינסטפֿולער קולטור־טוער פֿון אוקראַיִנע".
אַ מער פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיע האָט ליזען צוגעשיקט אין פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. ווען מען האָט אים מיטגעטיילט די פֿריידיקע בשׂורה, אַז ער, וואָס וווינט אין לעמבערג, איז אָנגענומען געוואָרן אין פֿאַראיין אין ישׂראל, איז ער געווען גליקלעך ביז ניט צום איבערגעבן. אמת, אין יאָרן אַרום האָט ער מיר געשריבן "פֿון תּל־אָבֿיבֿער לייוויק־הויז האָב איך באַקומען אַ טײַערן מזל־בילעט, נאָר זעט אויס, אַז גלײַך האָט מען אין מיר פֿאַרגעסן". פֿונדעסטוועגן, איז אין ייִדיש, אוקראַיִניש, רוסיש און דײַטש דערשינען אַלכּסנדר ליזענס זיבעצן ביכער.
זײַן הויפּטווערק "נחומקע אתרוג" איז דערשינען אין מאָסקווער פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" אין יאָר 1981. אין בוך, וואָס פֿאַרנעמט בײַ 400 זײַטלעך זײַנען אײַנגעשלאָסן צוויי ראָמאַנען און צוויי גרעסערע דערציילונגען. ניט מער ווי מיט עטלעכע יאָר פֿריִער האָט דער אָדעסער פֿאַרלאַג "מאַיאַק" (לײַכטטורעם) געדרוקט ניט קיין גרויסע ייִדישע ביכער. דאָרט איז בײַ ליזענען דערשינען אַ זאַמלונג לידער "ליכט־און־שאָטן", 1995; "אַמאָל איז געווען אַ מלך", זעקס באַלאַדעס, 1996 און "דער בלינדער פֿאַטום", באַלאַדע, 1997. בלויז אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט הונדערט צוואַנציק דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, אַרטיקלען.
וועגן פּובליקאַציעס האָט מען געקענט יאָ און ניט דערמאָנען, נאָר הערט וויפֿל ליזענס ווערק זײַנען פֿאַרבליבן אין כּתבֿ־ידן און גאָט ווייסט, צי וועלן זיי נאָך ווען ניט איז געדרוקט ווערן. דאָס זײַנען ראָמאַנען: "איינזאַמע נשמות"; "אַ וועלט פֿון שוים"; "עפּעס אַ בענטשיק" און "די שוואַרצע רויז" (חוץ דעם ערשטן טייל). אַזאַ שרײַבערישע פּראָדוקטיווקייט (אין גרונט גענומען אַ געלונגענע), דאַכט זיך מיר, וואָלט געווען גענוג פֿאַר צוויי און אפֿשר מער לעבנס. פֿאַרעפֿנטלעכן אַלץ וואָס דער מענטש האָט באַוויזן אָנצושרײַבן איז געווען אוממעגלעך.
קיין קריטישע אָפּהאַנדלונג וועגן ליזענס פּראָזע, פּובליציסטיק האָב איך זיך ניט געקליבן אַרויסצוגעבן, נאָר אַ דערציילער איז ער געווען אַן אויסגעשפּראָכענער. קינסטלערישע געשטאַלטן האָט ער געקענט אַרויסהייבן נאָך ביזן שפּעטן קומען אין דער ייִדישער ליטעראַטור און מיט דער צײַט איז זײַן מײַסטערשאַפֿט געוואַקסן. הײַנט פֿאַרקלערט זיך, וויפֿל ווערטפֿולע שאַפֿונגען אין לשון ייִדיש, געשריבענע ניט אויף אַלט און שטײַף פּאַרמעט־פּאַפּיר וועלן גיכער פֿאַר אַלץ פֿאַרפֿאַלן גיין.
זײַנע בריוו זײַנען ניט פֿון די וואָס איבערגעלייענט און פֿאַרגעסן. דער שרײַבער, וואָס פֿאַרמאָגט אַזאַ רײַכע דראַמאַטישע ביאָגראַפֿיע און טיפֿן וועלטבאַנעם זעצט פֿאָר זיך מוחן וועגן נעכטן, הײַנט און מאָרגן. ער האַלט אין איין אַרויסברענגען זײַן זאָרג וועגן ווײַטערדיקן קיום פֿון אונדזער ליטעראַטור, קולטור. און נאָך אַ "קלייניקייט", זיי זײַנען ליטעראַריש־שיין פֿאַרפֿאַסט.
איז הערט:
"איך פֿיר אַ קאַמף מיט דער זון. יאָ־יאָ, מיט דער זון. ביידע שטייען מיר אויף פֿינף אַ זייגער קאַיאָר און גלײַך שיקט זי מיר דורך דעם אָפֿענעם פֿענצטער אַ "גוט־מאָרגן". הייסע, שאַרפֿע, ערשט־געבוירענע שטראַלן קושן מײַנע שוין גאָר אַלטיטשקע אויגן און יעדער קוש איז אויך אַ שטאָך. דער פֿאָרהאַנג העלפֿט ניט, אַזוי דורכדרינגלעך זײַנען זיי. איך פֿאַרמאַך איין אויג, כּדי מיטן צווייטן בעסער זען, וואָס איך, מישטיינס געזאָגט, שרײַב. ס'איז מיר שוין נימאס־ומאָוס דאָס שרײַבן, נאָר גיי טו עפּעס, אויב די פּען לאָזט ניט אָפּ".
ליזען פֿלעגט, אָפֿט בײַם ענטפֿערן אויף מײַנע בריוו, צו ערשט, איבערחזרן, וואָס איך האָב אים געשריבן. דאָס מאָל איז עס געווען ערבֿ דעם "טאָג פֿון נצחון", ווען איך האָב נאָך געוווינט אין מאָסקווע. אַזוי טאַקע הייבט ער אָן. ניט מיט ווערטער־קלאַנגען, ער חזרט נאָר איבער מײַנע שטומע אותיות:
"טײַערער פֿרײַנד! קיין פֿולע טרייסט האָב איך, ליידער, ניט פֿאַר אײַך, נאָר אַ האַלבע האָב איך אפֿשר יאָ. איר שרײַבט מיט אומעט: 'די טאָכטער מיט דער פֿאַמיליע איז אַוועקגעפֿאָרן'. מיין איך, אַז די האַלבע טרייסט באַשטייט אין דעם, וואָס אײַער טאָכטער מיט דער פֿאַמיליע האָבן, דאַנקען גאָט, געהאַט וווּהין אַוועקפֿאָרן, וווּ זיך ראַטעווען...
...וועגן אײַערע באַמערקונגען צו די ערשטע קאַפּיטלען 'קאַטאַרסיס', וואָס איך האָב אײַך געשיקט. איך וועל זיי אויספֿילן, נאָר מוז איך ווידער קלערן, ווי אַזוי אָנהייבן דעם אָנהייב. אַגבֿ, איר זאָגט, אַז 'קאַטאַרסיס' וועלן די מערהייט לייענער ניט פֿאַרשטיין. ניין, ניין. זיי וועלן דאָס פֿאַרשטיין, אַפֿילו ניט פֿאַרשטייענדיק. מיטן זעקסטן חוש וועלן זיי דאָס פֿאַרשטיין און דערפֿילן... ווייניק, אוי ווייניק נחת־רוח פֿאַרמאָגט אַ ייִדישער שרײַבער, ביז וואַנען ער דערלעבט זען אַן אָפּגעדרוקטן בוך און נאָך דעם הריזשעסטו זיך, שלאָפֿסט ניט קיין נעכט, צי וועט זײַן אַ לייענער, און וואָס וועט ער זאָגן.
...אויב מיר, ייִדישע שרײַבער, וועלן אַרויסגעבן גוטע, הויך־קינסטלערישע ווערק, וועלן נאָך זײַן לייענער. מע דאַרף ניט און מע טאָר ניט שרײַבן אַזוי, ווי מיט הונדערט, אָדער אַפֿילו פֿופֿציק יאָר צוריק. מע דאַרף שרײַבן מיט אַ מאָדערנער פּען. אונדזערע כּישוף־ווערטער קענען נאָך ברעכן דאָס אײַז פֿון גלײַכגילטיקייט.
...נאָך דער אָפּעראַציע פֿיל איך זיך שוין בעסער. פֿאַר מיר איז די בעסטע רפֿואה שעפֿערישקייט און כּלל־טוערישקייט. פֿאַר די צען יאָר עקזיסטענץ פֿון אונדזער ׳ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אויף שלום־עליכמס נאָמען׳ איז אונדז געלונגען אויפֿלעבן דעם קולטורעלן און נאָציאָנאַלן תּוך פֿון ייִדישקייט, פֿון מאַמע־לשון. אין גיכן אונטערגאַנג פֿון אונדזער ליטעראַטור גלייב איך ניט. כּל־זמן איך וועל לעבן וועל איך שרײַבן. כ'וואָלט זייער געוואָלט איר זאָלט איבערלייענען מײַן 'בלינדן פֿאַטום', נאָר דרוקן פֿופֿציק זײַטלעך מיט איין פֿינגער איז אַ שווערע הלכה. דער פֿינגער טוט וויי, און איך דרוק שוין צו ביסלעך דורך אַ הענטשקע.
איך בין אײַך זייער דאַנקבאַר פֿאַר אײַער דערציילן וועגן לעבן אין ישׂראל. און באַזונדערס, וועגן אונדזער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער. זאָלן נאָר אונדזערע טײַערע מרדכי צאַנין און אַבֿרהם סוצקעווער לעבן ביז 120 און אַפֿילו מער. בלויז פֿאַר די בענד 'גאָלדענע קייט' וואָלט איך סוצקעווערן אויסגעקושט. באָריס סאַנדלער האָט מיר צוגעשיקט 'די טויערן פֿון זײַן וועלט' און כ'וויל אײַך זאָגן, אַז זײַן בוך פֿאַרדינט אַזאַ רעצענזיע, ווי איר האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין אָקספֿאָרדער 'די פּען'.
אויף געוויס האָט איר שוין געלייענט אין 'ירושלימער אַלמאַנאַך' מײַן אָפּרוף וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשעס 'געווען, געווען אַמאָל ווילנע'. אין דעם זעלבן נומער האָב איך געלייענט רבֿקה באַסמאַנס נײַע לידער און די פּראָזע־ווערק פֿון צבֿי אײַזנמאַן און יענטע מאַש. יאָ, אויך זיי זײַנען אין מײַן טעם. איר האָט מיר אויך געשריבן וועגן דער דיכטערין הדסה רובין. וועגן איר האָב איך געהערט, נאָר ניט געלייענט.
וואָס איז שייך דעם אַרעסט און מײַן ערשטן ליד, קענט איר לייענען טובֿה פּערלשטיינס בוך 'ציון, הלא תּשאַלי?..' דאָרטן איז פֿאַראַן מײַן דעמאָלטיקע פֿאָטאָ, מײַן ליד "זאָלן פֿאַלן געלע בלומען", וואָס איז איבערגעזעצט אויף עבֿרית ('ישרו־נא עלים צהובים־נבֿולים'). אויב מען דאַרף, קען איך מאַכן קסעראָקאָפּיעס און שיקן אײַך".
און איצט שוין צום סוף. טאַקע צום סאַמע סוף: ליזענס בריוו צו מיר זײַנען אָפֿט געווען דיקע, נו, ממש געשוואָלענע. אין אַזוינע פֿאַלן האָב איך שוין פֿאַרפֿריִער געוווּסט, אַז מיר וועט אויסקומען באַוואָרענען, אַז זײַנע אַ דערציילונג, צי אַ נאָוועלע זאָל דאָ אין לאַנד פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן. געוויינלעך, פֿלעגן זיי זיך דערווײַזן אין תּל־אָבֿיבֿער "נײַע צײַטונג". דאָס ווײַטערדיקע איז גענומען פֿון דער פּעריאָדישער אויסגאַבע פֿאַר דעם 13טן אַפּריל 2000:
"עס האָט געדאַרפֿט טרעפֿן, אַז פּונקט אין די טעג, ווען ס'איז פֿון לעמבערג אָנגעקומען די טרויעריקע ידיעה וועגן דער פּטירה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער אַלכּסנדר ליזען (געשען איז עס דעם 25סטן מאַרץ 2000), האָבן מיר אין רעדאַקציע באַקומען זײַנע אַ באַלאַדע "חושימה". די באַלאַדע קלינגט אַזוי, ווי דער מחבר וואָלט מיט אַ פֿאָרגעפֿיל פֿון דעם, וואָס דאַרף געשען, זיך פֿאַרטיפֿט אין געדאַנקען וועגן לעבן און טויט.
ווי מיר האָבן שוין געשריבן, איז ער געווען ענערגיש ניט לויט די יאָרן, זייער פֿיל זיך געדרוקט אין פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין אוקראַיִנע, ישׂראלן, פּוילן, אַמעריקע און אַנדערע לענדער, געווען זייער אַקטיוו אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
די ידיעה וועגן זײַן פּטירה איז געווען אַזוי אומגעריכט, אַז ס'האָט אויסגעזען ווי ער וואָלט אַוועק פֿון דער וועלט פֿאַרבײַגייענדיק, אין ברען פֿון דער אַרבעט, נאָך פֿול מיט שעפֿערישע פּלענער".
ווען איך דערמאָן די יאָרן, ווען מיר האָבן זיך געקענט, זײַן שפּעטן בראשית אין אונדזער ליטעראַטור, זײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש, ווערט קלאָר, אַז דער שרײַבער, אַלכּסנדר ליזען, האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גוטן זכר און פֿאַרדינט מען זאָל אים דערמאָנען צום גוטן. דאָס, אַגבֿ, איז אויך וויכטיק פֿאַר די וואָס שאַפֿן הײַנט און פֿאַר זייער ווײַטערגאַנג.
דאָס מאָל טוען מיר עס אויף אַזאַ אופֿן: דעם ייִדישן שרײַבער דערמאָנען מיר מיט זײַנע אַליין אָנגעשריבענע אותיות. פֿאַר אַ שאַפֿער איז עס ווי זיי זאָלן זײַן אויסגעקריצט אויף אַ ווײַסן מאַרמאָר־ברעט. איז, ביטע, לייענט. גלייבט מיר אויפֿן וואָרט: עס לוינט. קיין חרטה וועט איר ניט האָבן. אַ שרײַבער, האָב איך געהערט זאָגן, לעבט ביז וואַנען מען לייענט אים.