- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. לכּבֿוד מיכאָעלסעס 60סטן יאָרצײַט זענען אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם שטח פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. למשל, דער הויפּט־קאַנאַל פֿון דער קעשענעווער מלוכישער ראַדיאָ האָט געווידמעט מיכאָעלסן די צווייטע העלפֿט פֿונעם לעצטן ייִדישן ראַדיאָ־זשורנאַל. די האַלב־שעהיִקע פּראָגראַם "ייִדיש לעבן", געגרינדעט אינעם יאָר 1991, גייט אַרויס אין דער מאָלדאַווישער הויפּטשטאָט צוויי מאָל אַ חודש, געשטיצט דורך דער רעגירונג פֿונעם לאַנד, וועלכע אָנערקענט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך. אין מאָסקווע — די שטאָט, וווּ מיכאָעלס האָט געוווינט כּמעט אַ העלפֿט פֿון זײַן לעבן, פֿון 1920 ביז זײַן טויט, און וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיטן באַרימטן ייִדישן מלוכישן טעאַטער, "גאָסעט", איז פֿון 14טן ביז 21טן יאַנואַר דורכגעפֿירט געוואָרן דער זיבעטער "אינטערנאַציאָנאַלער קונסט־פֿעסטיוואַל אויפֿן נאָמען פֿון שלמה מיכאָעלס". ס׳רובֿ פֿעסטיוואַל־אונטערנעמונגען זענען דורכגעגאַנגען אויף דער סצענע פֿונעם מאָסקווער "אַקאַדעמישן מוזיקאַלישן טעאַטער", ווי אויך אין אַנדערע מאָסקווער קולטור־צענטערס. לויט די אָפֿיציעלע אַנאָנסן, איז דאָס דאָזיקע גרויסע קולטור־געשעעניש אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן חסד־פֿאָנד "התּיקווה", וועלכער שטיצט געוויסע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אין רוסלאַנד. אַ צאָל אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן געמאָלדן, אַז דער פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטערן פּערזענלעכן פּאַטראָנאַזש פֿונעם פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. דעם 13טן יאַנואַר — דער טאָג פֿונעם ניט־ייִדישן קאַלענדאַר, ווען מיכאָעלס איז דערהרגעט געוואָרן אין מינסק — האָט מען געבראַכט בלומען־קראַנצן צום קבֿר פֿונעם גרויסן אַקטיאָר, ווי אַ טייל פֿון די אָפֿיציעלע אָנדענק־אונטערנעמונגען. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז בײַ ייִדן ברענגט מען נישט קיין בלומען צום קבֿר, און בכלל רעכנט מען דעם יאָרצײַט לויטן ייִדישן לוח; אָבער, מילא — מיכאָעלס ליגט דאָך אויפֿן מאָקסווער נישט־ייִדישן "דאָנצאָווע" צווינטער, וווּ עס זענען באַערדיקט געוואָרן אַ סך רוסישע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, אויפֿן שטח פֿון אַ פּראַוואָסלאַוונע מאָנאַסטיר; דערפֿאַר קאָן מען נישט פֿאָדערן פֿון די אונטערנעמונג־אָרגאַניזאַטאָרן קיין ידיעות וועגן ייִדישע טראַדיציעס. דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען מיכאַיִל גלוז, אַ באַקאַנטער רוסלענדישער מוזיקאַנט, וועלכער האָט אינעם יאָר 1977, נאָך אין ברעזשנעווס צײַטן, זיך באַטייליקט אין אָרגאַניזירן דעם מאָסקווער ייִדישן קאַמער־טעאַטער, בראָש מיט יורי שערלינג. אין 1988, שוין אין די "פּערעסטרויקע"־יאָרן, האָט גלוז געעפֿנט אין מאָסקווע דעם "מיכאָעלס־צענטער", און אָרגאַניזירט כּסדר קולטור־פֿעסטיוואַלן, לזכר דעם טראַגיש־אומגעקומענעם אַרטיסט. אירינאַ גאָריונאָוואַ, די הויפּט־רעזשיסערין פֿונעם "מיכאָעלס־צענטער", האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער אָרגאַניזאַציע פֿונעם פֿעסטיוואַל. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך באַטייליקט אַ סך "שטערן" פֿון דער רוסלענדישער און מערבֿדיקער קונסט. דער באַרימטער כאָרעאָגראַף באָריס אייפֿמאַן, דער אָנפֿירער פֿונעם פּעטערבורגער אַקאַדעמישן מלוכישן באַלעט־טעאַטער, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַע ווערסיע פֿונעם באַלעט "מײַן ירושלים". דער איין־אַקטיקער באַלעט איז פֿאַרבונדן מיט אייפֿמאַנס פּערזענלעכע גײַסטיקע איבערלעבונגען בעת אַ באַזוך אין ירושלים, "די אייביקע שטאָט", וואָס ווערט באַטראַכט אין זײַן ווערק ווי אַ סימבאָל פֿונעם מעגלעכן שלום צווישן דרײַ וועלט־רעליגיעס: ייִדישקייט, קריסטלעכקייט און איסלאַם. בעת דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעסטיוואַל איז צום ערשטן מאָל אַרויסגעטראָטן אין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער קאַמער־אַנסאַמבל "ווירטואָזן פֿון תּל־אָבֿיבֿ"; צוזאַמען מיט זייערע רוסלענדישע קאָלעגן, "ווירטואָזן פֿון מאָסקווע", האָבן די ישׂראלדיקע מוזיקאַנטן געשפּילט דזשאָרדזש גערשווינס ווערק, פֿראַגמענטן פֿון דזשערי באָקס מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", ווי אויך ייִדישע פֿאָלקס־לידער. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ צאָל באַרימטע פֿידלער־סאָליסטן פֿון אַנדערע לענדער: סאַניאַ קרויטאָר (ישׂראל), ליאַנאַ איסיקאַדזע (דײַטשלאַנד), מיכאַיִל בעזווערכני (בעלגיע), ווי אויך דער פּעטערבורגער פֿידלער מיכאַיִל גאַנטוואַרג. אַחוץ די ייִדישלעכע טעמעס, האָבן די מוזיקאַנטן געשפּילט קלאַסישע מוזיק־ווערק: מענדעלסאָן, באַך, ראַוועל, וויוואַלדי, ביזע. אַחוץ די פֿידלער־ווירטואָזן, איז פֿאַר די מאָסקווער מוזיק־שעצער אויפֿגעטראָטן דער מאָסקווער אַקאַדעמישער מלוכישער סימפֿאָנישער אָרקעסטער, בראָש מיט פּאַוועל קאָגאַן. יעווגעני אַריה, אַ ישׂראלדיקער רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער "גשר", האָט פֿאָרגעשטעלט דעם ספּעקטאַקל "שפּעטערדיקע ליבע", נאָך יצחק באַשעוויסעס דערציילונג. אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנטיילגענומען אַ ריי באַקאַנטע רוסלענדישע אַרטיסטן. אַ טייל פֿון די אונטערנעמונגען האָבן געהאַט אַ דירעקט שײַכות צו מיכאָעלסן. דער רעזשיסאָר מאַרק ראָזאָווסקי האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן נײַעם ספּעקטאַקל "דער זינגענדיקער מיכאָעלס"; בײַם אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געוויזן געוואָרן דער נײַער דאָקומענטאַלער פֿילם "אַקטיאָרן פֿונעם דערמאָרדעטן טעאַטער". דער מאָסקווער פֿעסטיוואַל איז אָרגאַניזירט געוואָרן גאָר פּראָפֿעסיאָנעל, און דורכגעגאַנגען אויף אַ פּרעכטיקן אופֿן, פֿול מיט קונסט־"שטערן" פֿון דער גאַנצער וועלט. מסתּמא, וואָלט אַפֿילו דער גרעסטער קונסט־פֿײַנשמעקער נישט געקאָנט זיך "צוטשעפּען" צו דער קוואַליטעט פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג. ס׳רובֿ באַטייליקטע אַקטיאָרן און מוזיקאַנטן זענען געווען ייִדן, און ס׳רובֿ אויפֿטריטן זענען געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדישע טעמעס. לאָמיר זיך, אָבער, אַרײַנטראַכטן: פֿאַרוואָס איז מיכאָעלסעס "גאָסעט" באַרימט געוואָרן דווקא ווי אַ ייִדישער טעאַטער? צי איז עס געשען צוליב דעם עטנישן אָפּשטאַם פֿון די אַקטיאָרן? זיכער נישט, ווײַל אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט דער עטנישער אָפּשטאַם נישט געקאָנט און אַפֿילו נישט געטאָרט שפּילן קיין דאָמינירנדיקע ראָלע אין אַ קולטור-אָרגאַניזאַציע. די טעמאַטיק פֿון "גאָסעט" איז אויך געווען לאַוו-דווקא ייִדישע: די בעסט־באַקאַנטע מיכאָעלסעס שאַפֿונג איז דאָך געווען שעקספּירס פּיעסע "דער קיניג ליר", וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדן. דער ענטפֿער איז פּשוט: "גאָסעט", אַזוי ווי אַלע נאַציאָנאַלע טעאַטערס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט געשפּילט אויף דער נאַציאָנאַלער שפּראַך — ייִדיש; זײַן גרויסע ראָלע איז באַשטאַנען דווקא אינעם אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך־קולטור. מיט אַ פּאָר טעג פֿאַרן פֿעסטיוואַל האָט דמיטרי יאַקירעוויטש, אַ ייִדישער קולטור-טוער אין ישׂראל, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ביטערן אַרטיקל וועגן די הײַנטיקע ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן, וועלכע ער האָט פֿאַרגליכן מיט "פּאָטיאָמסקיס דערפֿער" — פֿאַלשע קאַמופֿלאַזש־דערפֿער, וועלכע דער רוסישער גראַף פּאָטיאָמקין האָט אַמאָל, לויט דער לעגענדע, אויפֿגעשטעלט, כּדי צו מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף דער קיניגין יעקאַטערינע די צווייטע; די לעגענדאַרע פֿאַלשע דערפֿער דינען אין רוסלאַנד ווי אַ סימבאָל פֿון אויסטערלישער פֿאַלשקייט. יאַקירעוויטש האָט געטענהט, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע אַזוי־גערופֿענע "ייִדישע" פֿעסטיוואַלן האָבן נישט קיין מינדסטן שײַכות צו ייִדיש, ווי אויך צו דער אויטענטישער ייִדישער קולטור; דער מחבר האָט באַטאָנט, אַז אַפֿילו אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות, האָבן די ייִדישע אונטערנעמונגען געהאַט דווקא אַ ייִדישן טעם. דער מחבר האָט זיך אַפֿילו ניט דערוואַרט ביזן אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל, און האָט "פֿאַראורטיילט" אַלע אַזעלכע אונטערנעמונגען פֿון פֿריִער. ס׳איז קלאָר, אַז דער מאָסקווער "מיכאָעלס־פֿעסטיוואַל" האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט מאַמע־לשון. אין רוסלאַנד זענען דאָ גענוג ענטוזיאַסטישע יונגע־לײַט, וואָס קענען ייִדיש און שטרעבן אויפֿלעבן די שפּראַך. פּרוּוונדיק אויסצוגעפֿינען מער פּרטים וועגן דעם פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך מיט אַ וואָך צוריק פֿאַרבונדן, דורך דער אינטערנעץ, מיט די רוסלענדישע ייִדיש־ליבהאָבער. ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד האָבן נישט קיין שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך, און באַטראַכטן צומאָל די יונגע ייִדישסטן ווי מאָדנע פּאַרשוינען, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַלטמאָדישע, ניצלאָזיקע זאַכן. פֿון זייער זײַט, ווײַזן די ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַרויס ווייניק אינטערעס צו אָפֿיציעלע ייִדישע אונטערנעמונגען, בפֿרט ווען זיי טראָגן אַ "גערוך" פֿון גרויסע געשעפֿטן און זענען פֿאַרבונדן מיט דער רוסלענדישער אָדער ישׂראלדיקער קאָניונקטור. נישט געקוקט אויף אַלע קינסטלערישע מעלות, האָט דער מאָסקווער "מיכאָעלס־פֿעסטיוואַל" געטראָגן אַלע סימנים פֿון אַזאַ קאָניוטקטור־אונטערנעמונג. די גרויסע צאָל אָפֿיציעל-באַטיטלטע פּערזענלעכקייטן, דער ריזיקער געשעפֿט-פֿאַרנעם און דער פּערזענלעכער פּאַטראָנאַזש פֿונעם פּרעזידענט פּוטין האָבן זיכער צוגעגעבן דעם פֿעסטיוואַל רום און אויטאָריטעט, אָבער די יונגע ייִדישיסטן האָט עס דווקא "אָפּגעשראָקן". דערווײַל האָב איך נאָך נישט געפֿונען קיין איינציקן ליבהאָבער פֿון ייִדיש אין רוסלאַנד, וועלכער וואָלט זיך בכלל פֿאַראינטערעסירט מיטן דאָזיקן פֿעסטיוואַל. צי האָט ייִדיש געשפּילט וועלכע-ניט-איז ראָלע אינעם מאָקסווער אָנדענק־פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געזאָלט האָבן עפּעס אַ שײַכות צו דער שפּראַך-טעטיקייט פֿונעם דערמאָרדעטן ייִדישן אַקטיאָר? אין אַ וואָך אַרום נאָך מײַן אינטערנעץ-אויספֿרעג, האָט מיר אַן אַנאָנימער ייִדיש-ליבהאָבער קורץ געענטפֿערט, אַז "מסתּמא נישט". די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אונטערנעמונג זענען צו הויך־ראַנגיקע פּאַרשוינען, וואָס זאָגן נישט אויס זייערע פּערזענלעכע טעלעפֿאָן נומערן און בליץ־אַדרעסן, דערפֿאַר האָב איך זיי נישט געקאָנט אויספֿרעגן, אָבער אין די אַנאָנסן און פּרעסע-רעפּאָרטאַזשן פֿיגורירט ייִדיש אין ערגעץ נישט. די דאָזיקע פֿראַגע — צי דער "מיכאָעלס-פֿעסטיוואַל" האָט געהאַט כאָטש עפּעס אַ שײַכות צו מיכאָעלסעס קונסט-שפּראַך — בלײַבט דערווײַל פֿאַר מיר אַ סוד. Stalin iz geven a ratselhafte parshoinSubmitted by leonlab on Sun, 2008-02-03 08:36.
Fun ein zait er hot gerodefet idn un farbotn zeier idishe kultur, ober fun der ander zait er hot gegebn zei zeier eigen land, Birobidzhan. Volt genug idn gegangen kein Birobidzhan volt es gevorn a idishe republik. Ober es iz faran noch tzait fir idn zich kein Birobidzhan tzu iberzidlen onshtot tzu leben tzvishen beize goim in Moskve, Kiev oder Nizhni Novgorod. |