פּובליציסטיק, קולטור

מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס.

די טרויעריקע פּרטים פֿון מי­כאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַ­לינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן.

לכּבֿוד מיכאָעלסעס 60סטן יאָר­צײַט זענען אין דער וועלט, אַרײַנ­גערעכנט דעם געוועזענעם שטח פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַר­שיידענע אונטערנעמונגען. למשל, דער הויפּט־קאַנאַל פֿון דער קעשענעווער מלוכישער ראַדיאָ האָט געווידמעט מיכאָעלסן די צווייטע העלפֿט פֿונעם לעצטן ייִדישן ראַדיאָ־זשורנאַל. די האַלב־שעהיִקע פּראָגראַם "ייִדיש לעבן", געגרינדעט אינעם יאָר 1991, גייט אַרויס אין דער מאָלדאַווישער הויפּטשטאָט צוויי מאָל אַ חודש, געשטיצט דורך דער רעגירונג פֿונעם לאַנד, וועלכע אָנערקענט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך.

אין מאָסקווע — די שטאָט, וווּ מיכאָעלס האָט געוווינט כּמעט אַ העלפֿט פֿון זײַן לעבן, פֿון 1920 ביז זײַן טויט, און וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיטן באַרימטן ייִדישן מלוכישן טעאַטער, "גאָסעט", איז פֿון 14טן ביז 21טן יאַנואַר דורכגעפֿירט געוואָרן דער זיבעטער "אינטערנאַציאָנאַלער קונסט־פֿעסטיוואַל אויפֿן נאָמען פֿון שלמה מיכאָעלס". ס׳רובֿ פֿעס­טי­וואַל־אונטערנעמונגען זענען דורכ­גע­גאַנ­גען אויף דער סצענע פֿונעם מאָסקווער "אַקאַדעמישן מוזיקאַלישן טעאַטער", ווי אויך אין אַנדערע מאָסקווער קולטור־צענ­טערס. לויט די אָפֿיציעלע אַנאָנסן, איז דאָס דאָזיקע גרויסע קולטור־געשעעניש אָרגאַ­ניזירט געוואָרן דורכן חסד־פֿאָנד "התּיקווה", וועלכער שטיצט געוויסע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אין רוסלאַנד. אַ צאָל אינ­פֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן געמאָלדן, אַז דער פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטערן פּערזענלעכן פּאַטראָנאַזש פֿונעם פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין.

דעם 13טן יאַנואַר — דער טאָג פֿונעם ניט־ייִדישן קאַלענדאַר, ווען מיכאָעלס איז דערהרגעט געוואָרן אין מינסק — האָט מען געבראַכט בלומען־קראַנצן צום קבֿר פֿונעם גרויסן אַקטיאָר, ווי אַ טייל פֿון די אָפֿיציעלע אָנדענק־אונטערנעמונגען. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז בײַ ייִדן ברענגט מען נישט קיין בלומען צום קבֿר, און בכלל רעכנט מען דעם יאָרצײַט לויטן ייִדישן לוח; אָבער, מילא — מיכאָעלס ליגט דאָך אויפֿן מאָקסווער נישט־ייִדישן "דאָנצאָווע" צווינטער, וווּ עס זענען באַערדיקט געוואָרן אַ סך רוסישע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, אויפֿן שטח פֿון אַ פּראַוואָסלאַוונע מאָנאַסטיר; דערפֿאַר קאָן מען נישט פֿאָדערן פֿון די אונטערנעמונג־אָרגאַניזאַטאָרן קיין ידיעות וועגן ייִדישע טראַדיציעס.

דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטי­וואַל איז געווען מיכאַיִל גלוז, אַ באַקאַנטער רוסלענדישער מוזיקאַנט, וועלכער האָט אינעם יאָר 1977, נאָך אין ברעזשנעווס צײַטן, זיך באַטייליקט אין אָרגאַניזירן דעם מאָסק­ווער ייִדישן קאַמער־טעאַטער, בראָש מיט יורי שערלינג. אין 1988, שוין אין די "פּע­רעס­טרויקע"־יאָרן, האָט גלוז געעפֿנט אין מאָסקווע דעם "מיכאָעלס־צענטער", און אָרגאַניזירט כּסדר קולטור־פֿעס­טיוואַלן, לזכר דעם טראַגיש־אומ­געקומענעם אַרטיסט. אירינאַ גאָריונאָוואַ, די הויפּט־רעזשיסערין פֿונעם "מיכאָעלס־צענטער", האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער אָרגאַניזאַציע פֿונעם פֿעסטיוואַל.

אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך באַטייליקט אַ סך "שטערן" פֿון דער רוסלענדישער און מער­בֿדי­קער קונסט. דער באַרימטער כאָ­רעאָגראַף באָריס אייפֿמאַן, דער אָנפֿירער פֿונעם פּעטערבורגער אַקאַדעמישן מלוכישן באַלעט־טעאַטער, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַע ווערסיע פֿונעם באַלעט "מײַן ירושלים". דער איין־אַקטיקער באַלעט איז פֿאַרבונדן מיט אייפֿמאַנס פּערזענלעכע גײַסטיקע איבערלעבונגען בעת אַ באַזוך אין ירושלים, "די אייביקע שטאָט", וואָס ווערט באַטראַכט אין זײַן ווערק ווי אַ סימבאָל פֿונעם מעגלעכן שלום צווישן דרײַ וועלט־רעליגיעס: ייִדישקייט, קריסטלעכקייט און איסלאַם.

בעת דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעסטיוואַל איז צום ערשטן מאָל אַרויסגעטראָטן אין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער קאַמער־אַנסאַמבל "ווירטואָזן פֿון תּל־אָבֿיבֿ"; צוזאַמען מיט זייערע רוסלענדישע קאָלעגן, "ווירטואָזן פֿון מאָסקווע", האָבן די ישׂראלדיקע מוזיקאַנטן געשפּילט דזשאָרדזש גערשווינס ווערק, פֿראַגמענטן פֿון דזשערי באָקס מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", ווי אויך ייִדישע פֿאָלקס־לידער. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ צאָל באַרימטע פֿידלער־סאָליסטן פֿון אַנדערע לענדער: סאַניאַ קרויטאָר (ישׂראל), ליאַנאַ איסיקאַדזע (דײַטשלאַנד), מיכאַיִל בעזווערכני (בעלגיע), ווי אויך דער פּעטערבורגער פֿידלער מיכאַיִל גאַנטוואַרג. אַחוץ די ייִדישלעכע טעמעס, האָבן די מוזיקאַנטן געשפּילט קלאַסישע מוזיק־ווערק: מענדעלסאָן, באַך, ראַוועל, וויוואַלדי, ביזע. אַחוץ די פֿידלער־ווירטואָזן, איז פֿאַר די מאָסקווער מוזיק־שעצער אויפֿ­געטראָטן דער מאָסקווער אַקאַדעמישער מלוכישער סימפֿאָנישער אָרקעסטער, בראָש מיט פּאַוועל קאָגאַן.

יעווגעני אַריה, אַ ישׂראלדיקער רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער "גשר", האָט פֿאָרגעשטעלט דעם ספּעקטאַקל "שפּעטערדיקע ליבע", נאָך יצחק באַשעוויסעס דערציילונג. אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנטיילגענומען אַ ריי באַקאַנטע רוסלענדישע אַרטיסטן. אַ טייל פֿון די אונטערנעמונגען האָבן געהאַט אַ דירעקט שײַכות צו מיכאָעלסן. דער רעזשיסאָר מאַרק ראָזאָווסקי האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן נײַעם ספּעקטאַקל "דער זינגענדיקער מיכאָעלס"; בײַם אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געוויזן געוואָרן דער נײַער דאָקומענטאַלער פֿילם "אַקטיאָרן פֿונעם דערמאָרדעטן טעאַטער".

דער מאָסקווער פֿעסטיוואַל איז אָרגאַניזירט געוואָרן גאָר פּראָ­פֿעסיאָנעל, און דורכגעגאַנגען אויף אַ פּרעכטיקן אופֿן, פֿול מיט קונסט־"שטערן" פֿון דער גאַנצער וועלט. מסתּמא, וואָלט אַפֿילו דער גרעסטער קונסט־פֿײַנשמעקער נישט געקאָנט זיך "צוטשעפּען" צו דער קוואַליטעט פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג. ס׳רובֿ באַטייליקטע אַקטיאָרן און מוזיקאַנטן זענען געווען ייִדן, און ס׳רובֿ אויפֿטריטן זענען געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדישע טעמעס.

לאָמיר זיך, אָבער, אַרײַנטראַכטן: פֿאַרוואָס איז מיכאָעלסעס "גאָסעט" באַרימט געוואָרן דווקא ווי אַ ייִדי­שער טעאַטער? צי איז עס געשען צוליב דעם עטנישן אָפּשטאַם פֿון די אַקטיאָרן? זיכער נישט, ווײַל אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט דער עטנישער אָפּשטאַם נישט געקאָנט און אַפֿילו נישט געטאָרט שפּילן קיין דאָמינירנדיקע ראָלע אין אַ קולטור-אָרגאַניזאַציע. די טע­מאַטיק פֿון "גאָסעט" איז אויך געווען לאַוו-דווקא ייִדישע: די בעסט־באַקאַנטע מיכאָעלסעס שאַ­פֿונג איז דאָך געווען שעקס­פּירס פּיעסע "דער קיניג ליר", וואָס האָט גאָר­נישט צו טאָן מיט ייִדן. דער ענטפֿער איז פּשוט: "גאָסעט", אַזוי ווי אַלע נאַ­ציאָנאַלע טעאַטערס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט גע­שפּילט אויף דער נאַ­ציאָ­נאַלער שפּראַך — ייִדיש; זײַן גרויסע ראָלע איז באַ­שטאַנען דווקא אינעם אַנט­וויקלען די ייִדישע שפּראַך־קולטור.

מיט אַ פּאָר טעג פֿאַרן פֿעסטיוואַל האָט דמיטרי יאַקירעוויטש, אַ ייִדישער קולטור-טוער אין ישׂראל, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ביטערן אַרטיקל וועגן די הײַנטיקע ייִדישע קולטור־פֿעס­טיוואַלן, וועלכע ער האָט פֿאַרגליכן מיט "פּאָטיאָמסקיס דערפֿער" — פֿאַלשע קאַמו­פֿלאַזש־דערפֿער, וועלכע דער רוסישער גראַף פּאָטיאָמקין האָט אַמאָל, לויט דער לע­גענדע, אויפֿגעשטעלט, כּדי צו מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף דער קיניגין יעקאַטערינע די צווייטע; די לעגענדאַרע פֿאַלשע דערפֿער דינען אין רוסלאַנד ווי אַ סימבאָל פֿון אויס­טערלישער פֿאַלשקייט. יאַקירעוויטש האָט געטענהט, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע אַזוי־גערופֿענע "ייִדישע" פֿעסטיוואַלן האָבן נישט קיין מינדסטן שײַכות צו ייִדיש, ווי אויך צו דער אויטענטישער ייִדישער קולטור; דער מחבר האָט באַטאָנט, אַז אַפֿילו אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות, האָבן די ייִדישע אונטערנעמונגען געהאַט דווקא אַ ייִדישן טעם. דער מחבר האָט זיך אַפֿילו ניט דערוואַרט ביזן אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל, און האָט "פֿאַראורטיילט" אַלע אַזעלכע אונטערנעמונגען פֿון פֿריִער.

ס׳איז קלאָר, אַז דער מאָסקווער "מיכאָעלס־פֿעסטיוואַל" האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט מאַמע־לשון. אין רוסלאַנד זענען דאָ גענוג ענטוזיאַסטישע יונגע־לײַט, וואָס קענען ייִדיש און שטרעבן אויפֿלעבן די שפּראַך. פּרוּוונדיק אויסצוגעפֿינען מער פּרטים וועגן דעם פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך מיט אַ וואָך צוריק פֿאַרבונדן, דורך דער אינטערנעץ, מיט די רוסלענדישע ייִדיש־ליבהאָבער.

ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע אָר­גאַניזאַציעס אין רוסלאַנד האָבן נישט קיין שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך, און באַטראַכטן צומאָל די יונגע ייִדישסטן ווי מאָדנע פּאַרשוינען, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַלטמאָדישע, ניצלאָזיקע זאַכן. פֿון זייער זײַט, ווײַזן די ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַרויס ווייניק אינטערעס צו אָפֿיציעלע ייִדישע אונטערנעמונגען, בפֿרט ווען זיי טראָגן אַ "גערוך" פֿון גרויסע געשעפֿטן און זענען פֿאַרבונדן מיט דער רוסלענדישער אָדער ישׂראלדיקער קאָניונקטור.

נישט געקוקט אויף אַלע קינסט­לערישע מעלות, האָט דער מאָסקווער "מי­כאָעלס־פֿעסטיוואַל" געטראָגן אַלע סימנים פֿון אַזאַ קאָניוטקטור־אונטערנעמונג. די גרויסע צאָל אָפֿיציעל-באַטיטלטע פּערזענלעכקייטן, דער ריזיקער געשעפֿט-פֿאַרנעם און דער פּערזענלעכער פּאַטראָנאַזש פֿונעם פּרעזידענט פּוטין האָבן זיכער צוגעגעבן דעם פֿעסטיוואַל רום און אויטאָריטעט, אָבער די יונגע ייִדישיסטן האָט עס דווקא "אָפּגעשראָקן". דערווײַל האָב איך נאָך נישט געפֿונען קיין איינציקן ליבהאָבער פֿון ייִדיש אין רוסלאַנד, וועלכער וואָלט זיך בכלל פֿאַראינטערעסירט מיטן דאָזיקן פֿעסטיוואַל.

צי האָט ייִדיש געשפּילט וועלכע-ניט-איז ראָלע אינעם מאָקסווער אָנדענק־פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געזאָלט האָבן עפּעס אַ שײַכות צו דער שפּראַך-טעטיקייט פֿונעם דערמאָרדעטן ייִדישן אַקטיאָר? אין אַ וואָך אַרום נאָך מײַן אינטערנעץ-אויספֿרעג, האָט מיר אַן אַנאָנימער ייִדיש-ליבהאָבער קורץ געענטפֿערט, אַז "מסתּמא נישט". די אָר­גאַניזאַטאָרן פֿון דער אונטערנעמונג זענען צו הויך־ראַנגיקע פּאַרשוינען, וואָס זאָגן נישט אויס זייערע פּערזענלעכע טעלעפֿאָן נומערן און בליץ־אַדרעסן, דערפֿאַר האָב איך זיי נישט געקאָנט אויספֿרעגן, אָבער אין די אַנאָנסן און פּרעסע-רעפּאָרטאַזשן פֿיגורירט ייִדיש אין ערגעץ נישט. די דאָזיקע פֿראַגע — צי דער "מיכאָעלס-פֿעסטיוואַל" האָט געהאַט כאָטש עפּעס אַ שײַכות צו מיכאָעלסעס קונסט-שפּראַך — בלײַבט דערווײַל פֿאַר מיר אַ סוד.