ליטעראַטור
Lamed Shapiro. The Cross and Other Jewish Stories.
Edited and with an Introduction by Leah Garrett. New Haven:
Yale University Press, 2007.
Lamed Shapiro. The Cross and Other Jewish Stories. Edited and with an Introduction by Leah Garrett. New Haven: Yale University Press, 2007.

ל. שאַפּיראָ (1878—1948) איז, דאַכט זיך, דער איינציקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט זוכה געווען, אַז זײַנע געקליבענע ווערק זאָלן דערשינען ווערן אויף ענגליש אין אַ חשובֿער אַקאַדעמישער סעריע, מיט אַ הקדמה און פֿוסנאָטעס. דאָס האָט ער אַוודאי כּשר פֿאַרדינט. אַ שאָד, וואָס דער דאָזיקער באַנד איז צווישן די לעצטע ביכער אין דער סעריע פֿון "נײַער ייִדישער ביבליאָטעק", וואָס דער פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניווערסיטעט לאָזט אַרויס בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענט­ראַלע. אָן דער דאָזיקער סעריע וועט די גאַנ­צע ריזיקע "כּמו־טעריטאָריע" פֿון דער אַמע­רי­קאַ­נער ייִדישער קולטור ווײַטער בלײַבן אַ "טע­ראַ אינקאָגניטאָ" פֿאַרן ברייטן עולם.

שאַפּיראָס ליטעראַרישע ירושה איז גאַנץ באַשיידן אין פֿאַרנעם, אַזוי אַז עס איז ניט שווער צו מאַכן אַ רעפּרעזענטאַטיוון אויסקלײַב פֿון זײַנע ווערק אין איין באַנד. דער איצטיקער באַנד באַשטײַט פֿון דרײַ אָפּטיילן׃ "פּאָגראָם־געשיכטעס", "די אַלטע וועלט", און "די נײַע וועלט". זיי זײַנען באַגלייט מיט אַ ביאָגראַפֿיש־קריטישן אַרײַנפֿיר פֿון לאה גאַרעט, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון דענווער. אַזאַ מין טעמאַטישע אָרגאַניזאַציע איז קלאָר און באַרעכטיקט פֿונעם עדיטאָרישן שטאַנדפּונקט, כאָטש זי פֿאַרגלעט אַ ביסל דעם סתּירותדיקן מהות פֿון שאַפּיראָס שעפֿערישקייט. כּדי צו אַנטפּלעקן די פֿילזײַטיקייט פֿון שאַפּיראָס שאַפֿונג, וואָלט עס געווען כּדאי צוצוגעבן נאָך אַ הונדערט זײַטן און אײַנשליסן דעם גאַנצן "ניו־יאָרקיש", ווי אויך אַ פּאָר קריטישע עסייען און פֿראַגמענטן.

יעקבֿ גלאַטשטיין האָט געשריבן וועגן ל. שאַפּיראָ׃ "איך האָב אַלע מאָל געוואָלט זוכן דעם שײַכות צווישן זײַנע פֿאַרשיידענע ביאָגראַפֿיעס. כ׳האָב פֿון זיי געוואָלט מאַכן איין לעבן". די ענגלישע זאַמלונג גייט מיטן זעלביקן וועג׃ זי אַנטפּלעקט ל. שאַפּיראָ, דעם מענטש און דעם שרײַבער, ווי אַן איינ­הייטלעכע פּערזענלעכקייט. שאַפּיראָ ווערט פֿאָרגעשטעלט לויטן מאָדערניסטישן מוסטער ווי אַ מענטש אַ שרײַבער, וועלכער האָט זיך געראַנגלט מיט דעם תּוהו־ובֿוהו פֿון דער אַרומיקער וועלט, כּדי אַרויסצולושטשען דערפֿון דאָס סימבאָלישע קערנדל, דעם "אומ­פֿאַרדאָרבענעם מענטשלעכן מהות". דער דאָזיקער קוק העלפֿט דעם ענגלישן לייענער צו געפֿינען פֿאַר שאַפּיראָ אַ פּאַסיק אָרט אויף דער ביכער־פּאָליצע פֿון די "קאַנאָנישע" מאָדערנע ייִדישע שרײַבער, צווישן דעם רוסישן איסאַק באַבעל און דעם אַמעריקאַנער דעלמאָר שוואַרץ.

אָבער פֿאַר אַ ייִדישן לייענער בלײַבט ל. שאַפּיראָ אַ האַרבע פּראָבלעם. זײַנע ווערק לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן אין די סטאַטעטשנע קאַטעגאָריעס פֿון "נאַטוראַליזם" און "אימ­פּרעסיאָניזם", פּונקט אַזוי ווי זײַן לעבן לאָזט זיך ניט שילדערן לויט דער סכעמע "אַלטע היים" — "פּאָגראָמען" — "עמיגראַציע" — "אַמע­ריקע". ש. מיללער, אַ ניט-דערשאַצטער מײַסטער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזע און שאַפּיראָס אַ געטרײַער ליטעראַרישער תּלמיד, האָט פֿאַרגליכן שאַפּיראָ מיט אַ פֿאַר­פּלאָנטערטן קנויל מיט אַ סך לויזע עקן׃ "וועלכן עק מ׳זאָל ניט אָננעמען, קען מען, מיט אַ סך געדולד, אַ מאָל אפֿשר אויס­פּלאָנטערן דעם קנויל, און אַ מאָל אים נאָך מער פֿאַרפּלאָנטערן". וואָס פֿאַר אַ ליטע­ראַריש־היסטאָרישע סכעמע מען זאָל ניט פּרוּוון צולייגן צו דעם גאַנצן קאָמפּלעקס פֿון שאַפּיראָס שאַפֿונג, באַקומט זיך אַלץ איינס׃ בײַם אויספּלאָנטערן אייניקע פֿעדעם פֿאַרפּלאָנטערט מען אַנדערע.

שאַפּיראָס באַמערקונגען וועגן זײַן לי­טעראַרישן מעטאָד העלפֿן צו פֿאַרשטיין זײַן רעטעניש אַ ביסל בעסער׃ "די שווערסטע, און דעריבער די וויכטיקסטע, אויפֿגאַבע פֿאַר אַ קינסטלער איז׃ צו שאַפֿן פֿאָרם פֿון זאַכן, געזען פֿון דער נאָענט, געזען מיט אַלע דעטאַלן". זײַן ליטעראַרישע אַמביציע איז געווען צו באַזײַטיקן די דיסטאַנץ צווישן דעם מחבר און זײַן אָביעקט, צו דערנענטערן זײַן אויג האַרט צו דער ווירקלעכקייט. דאָס בילד, וואָס מען זעט פֿון אַזאַ שטאַנדפּונקט, פֿאַרמאָגט ניט קיין קלאָרע פֿאָרמעס. אַלע נאָרמאַלע באַציִונגען ווערן צעמישט, עס ווערט נעלם דער חילוק צווישן "זיך" און "אַרום", צווישן "דאָ" און "דאָרט". דער דאָזיקער מעטאָד ווערט גענוצט אין שאַפּיראָס אַמעריקאַנער דערציילונגען, בפֿרט אינעם בוך "ניו־יאָרקיש".

ווי עס באַמערקט לאה גאַרעט אין איר הקדמה, איז שאַפּיראָ געווען אַ חסיד פֿונעם קאָמוניסטישן אידעאַל, הגם ער האָט ניט געהאַלטן פֿון די פּאַרטיי־רביים. ער האָט זיך אַפֿילו געהאַלטן פֿאַר אַ פּראָלעטאַרישן שרײַבער, אָבער דעם דאָזיקן באַגריף האָט ער פֿאַרשטאַנען עסטעטיש, ניט אידעאָלאָגיש׃ "איך — מוז זיך דערשלאָגן צו אמתדיק פּראָ­לע­טאַרישער קונסט, וואָס איז אין דער זעלבער צײַט אמתדיקע קונסט".

שאַפּיראָ האָט געהאַט אַ טיפֿן אָפּשײַ פֿאַר ליטעראַטור, וועלכע ער האָט געשטעלט העכער פֿון דעם שרײַבער. זײַן באַגריף פֿון ליטעראַטור ווי אַ במקום־רעליגיע שאַפֿט אַ געוויסע פּראָבלעם פֿאַר הײַנטיקע פֿאָרשער און אויסטײַטשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע באַטראַכטן זי פֿון אַ "קאַנאָנישן" שטאַנדפּונקט, ווי אַ שאַפֿע מיט אויסגעקליבענע ווערק פֿון איינצלנע מחברים. די לעבעדיקע ייִדישע ליטעראַטור איז געווען אַ סך מער קאָמפּליצירט און פֿאַרפּלאָנטערט, איידער אַזאַ מין סדר. שאַפּיראָ האָט געוווּסט פֿון אָט דעם סתּירותדיקן מהות פֿון דער ליטעראַרישער שעפֿערישקייט. פֿאַר אים איז דער שאַפֿונג־פּראָצעס געווען קודם־כּל אַ געראַנגל מיט זײַן אייגענעם, אַמאָליקן "איך".

אין זײַן פֿאַל איז דאָס געווען די לאַסט פֿון "צלם" — די דערציילונג, וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אינעם עלטער פֿון איין און דרײַסיק יאָר. און כאָטש ער האָט די דאָזיקע מעשׂה שפּעטער אָנגערופֿן "אַ פֿאַלשע באָמ­באַסטישע זאַך", בלײַבט דער "צלם" עד־היום דאָס סאַמע באַרימטע ווערק זײַנס. מען קאָן פֿאַרשטיין זײַן פֿאַרדראָס׃ ליטעראַריש איז די דאָזיקע דערציילונג טאַקע ניט זייער אָריגינעל, אָנגעשריבן אונטער דער השפּעה פֿונעם פּאָפּולערן רוסישן דעקאַדענטישן שרײַבער לעאָניד אַנדרייעוו. און דער טרעף־כּוח פֿון זײַנע פּאָגראָם־דערציילונגען אויף דעם אַמעריקאַנער לייענער בלײַבט שטאַרק, ווי עס ווײַזט בפֿירוש דער טיטל פֿונעם ענגלישן זאַמלבוך פֿון ל. שאַפּיראָ.