- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש. אינעם פֿילם "Journey to Yiddishland", פּראָדוצירט און רעזשיסירט פֿון צוויי דײַטשן, רעאַ קאַרען און גערנאָט שטײַנוועג, ווײַזט מען סצענעס פֿון דער ייִדישער קולטור און פּעדאַגאָגיע אין דײַטשלאַנד, און דערנאָך אין ישׂראל. די נאַראַציע במשך פֿונעם פֿילם איז אַן אַלט־מאָדישע, און באַשרײַבט ייִדיש אין אַלטע אויסגעדראָשענע טערמינען ווי "ייִדיש האָט איבערגעשטיגן אַלע גרענעצן און איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך" אָדער "ייִדיש האָט קיין מאָל נישט פֿאַרמאָגט קיין מיליטערישן כּוח"; לאָזונגען וואָס האָבן טאַקע צוגעצויגן נישט־ייִדישע דײַטשן הײַנט צו דער שפּראַך, אַבער קלינגען ווי שאַבלאָנען פֿאַרן הײַנטיקן ייִדיש־אַקטיוויסט. אין דײַטשלאַנד, הייבט מען אָן מיט אַ סצענע אין אַ דײַטשער גימנאַזיע, וווּ אַבֿישי פֿיש, אַ ייִדיש־לערער פֿון טריִער, קומט און רעדט וועגן דער שפּראַך צו אַ ייִדיש־קלוב, וואָס דער לערער, הערמאַן מולער, האָט געשאַפֿן. אין אַנדערע סצענעס אינטערוויויִרט מען פּראָפֿ׳ מאַריאַן אַפּטרוט פֿון דוסלדאָרף, און מע ווײַזט די האַמבורגער "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט" בעת אַ זיצונג. אַרײַנגעפֿלאָכטן צווישן סצענעס אינעם פֿילם, זינגט רות לעווין פֿאַרשיידענע ייִדישע לידער אין אַ דראַמאַטישן סטיל. איין ייִדיש־סטודענט פֿון דײַטשלאַנד, דניאל בוקאָווסיקי, זעט מען אין ישׂראל מיט זײַנע ווילנער זיידע־באָבע, וועלכע רעדן מיט אים איצט אויף ייִדיש. ער האָט תּמיד געהאַט געמיינט, אַז זיי רעדן אַ שלעכטן דײַטש, אָבער איצט פֿאַרשטייט ער, אַז דאָס איז געווען מאַמע־לשון. דניאל גייט אין ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל צו זען אַ "ייִדישפּיל"־פֿאָרשטעלונג פֿון "סענדער בלאַנק". דערנאָך רעדט מען מיט שמואליק עצמון, דעם דירעקטאָר פֿון דער טרופּע, וועלכער דערציילט וועגן זײַן פּערזענלעכער באַציִונג צום ייִדישן טעאַטער. אַ דאַנק זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן קאָמיקער דזשיגאַן, האָט זיך אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער. עצמון ווײַזט אויך אַ דאָקומעט פֿון די פֿופֿציקער יאָרן, געשיקט צו דער ישׂראל־פּאָליציי, אין וועלכן מע באַפֿוילט נישט צו לאָזן שפּילן קיין ייִדישן טעאַטער אין לאַנד. פּראָפֿ׳ יוסף בר־אל פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, דערציילט אַ ביסל געשיכטע וועגן דער דורות־לאַנגיקער באַציִונג צווישן די צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש; די צוויי, האַלט ער, האָבן איינע די אַנדערע געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען זיך, און דער באַקאַנטער קריג צווישן די לשונות איז באמת געווען אַ קריג צווישן מענטשן. דער סעגמענט וועגן חסידים און ייִדיש איז שוואַכער ווי אַנדערע טיילן פֿונעם פֿילם, אָבער ער ווערט מער אינטערעסאַנט, ווען מע רעדט מיט אסתּר בר־חיים, דער מחברטע פֿונעם בוך "פֿאַרוואָס לאַכט די כּלה?". אין דער וועכנטלעכער ירושלימער באַגעגעניש אין פּראָפֿ׳ דבֿ נויס דירה, לייענט זי פֿון איר ווערק. צו ווײַזן די ישׂראלדיקע שרײַבערישע סבֿיבֿה, רעדט מען מיט טאָני נוסבוים, דער סעקרעטאַרשע פֿונעם "לייוויק־הויז", דעם צענטער פֿון די ייִדישע שרײַבער אין לאַנד. זי גיט איבער די טרויעריקע ידיעה, אַז בשעת זי האָט דאָרטן געאַרבעט, איז פֿאַרקלענערט געוואָרן די צאָל שרײַבער אינעם שרײַבער־פֿאַראיין פֿון 240 אויף 80 מיטגלידער. לעוו בערינסקי, דער דעמאָלטיקער אָנפֿירער פֿונעם פֿאַראיין, דערציילט ווי פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן האָבן צעשטערט די ייִדישע קולטור. ווי אַ רעפּרעזענטאַנט פֿון די שרײַבער, רעדט מען אויך מיטן שרײַבער און פּאַנטאָמימיקער צבֿי קאַנאַר, וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן, און דערבײַ פֿלעכט מען אַרײַן סצענעס פֿון זײַן מימיק בעת ער לייענט, וואָס האָט אין גאַנצן נישט קיין שײַכות מיט דעם. שמועסן מיטן אַקטיאָר ראַפֿי גאָלדוואַסער און דעם שרײַבער און קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי פֿאַרענדיקן דעם קאַפּיטל, און דער פֿילם גייט אַריבער צו אַ ייִדישן דראַמע־קרײַז אין אַשקלון, וווּ מע ווײַזט אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג פֿון יוגנטלעכע, וואָס ברענגט דעם פֿילם צו אַ שלוס אויף אַן אָפּטימיסטישן טאָן. דאָס אַלץ האָט מען אַרײַנגעקוועטש אין אַ האַלבער שעה, פֿאַרשטייט מען שוין, אַז דער פֿילם שטרעבט נישט צו ברענגען קיין טיפֿע תּורה וועגן ייִדיש, נאָר צו געבן אַ לעק און אַ שמעק פֿון דער ייִדיש־וועלט. איך האָב מורא, אַז פֿאַר די וואָס ווייסן גאָרנישט וועגן דער וועלט, וועט די פֿלאַכקייט פֿונעם פֿילם שטערן דאָס שאַפֿן אַן אָרגאַניש בילד פֿון דער ייִדישער קולטור. די צווייי אַנדערע פֿילמען "Jewish Soul" (ייִדישע נשמה) און Concert Jewish Soul (קאָנצערט ייִדישע נשמה), ביידע רעזשיסירט פֿון צוויי איטאַליענער, טורי פֿינאָקיאַראָ און נאַטאַלי ראָסעטי, שטעלן דעם טראָפּ אויף די קאַריערעס פֿונעם דײַטשן זינגער קאַרסטען טרויקע און דער האָלענדישער זינגערין שורה ליפּאָווסקי. די אַרטיסטן גיבן צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס זיי זענען צוגעצויגן געוואָרן צו דער קולטור און מוזיק, און ווײַזן בילדער פֿון זייערע אויפֿטרעטן. דערצו שמועסט מען אויך מיט דער אינטערעסאַנטער בעלגישער זינגערין מרים פֿוקס, און דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זינגערין חווה אַלבערשטיין בעת זי טרעט אויף אינעם גרויסן קראָקעווער ייִדיש־פֿעסטיוואַל. טרויקע און ליפּאָווסקי זענען צווישן די בעסטע ייִדישע זינגערס הײַנט אין אייראָפּע, ווי זאָגט מען — זיי נעמען די זאַך ערנסט. זיי קענען גוט די שפּראַך, לערנען זיך לידער פֿון עלטערע ייִדן און האָבן אַ גוטע באַציִונג צו זייער קונסט. אַזוי ווי אין אַמעריקע קען מען זיי קוים, וועט דער פֿילם אפֿשר העלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן זייער פֿאַרדינטן שם. איינע פֿון די בעסטע סצענעס אינעם פֿילם ווײַזט ווי טרויקע טרעפֿט זיך מיט איינער פֿון זײַנער הויפּט־אינפֿאָרמאַנטקעס, אַן עלטערע פּויליש־ייִדישע זינגערין, זיך בעסער צו באַקענען מיט דער פֿאַרלוירענער וועלט פֿון אירע לידער. צום סוף פֿונעם פֿילם זעט מען די צוגרייטונגען צו אַ גרויסן קאָנצערט אין איטאַליע, וווּ די אַלע קינסטלער טרעטן אויף, צוזאַמען מיט אַן איטאַליענישער גרופּע, "קלעזרוים", וואָס האָט גוטע כּוונות, אָבער דאַרף זיך נאָך לערנען בײַ די אַנדערע. אינעם פֿילם "Concert Yiddish Soul" זעט מען דעם גאַנצן קאָנצערט. די דרײַ פֿילמען קען מען באַשטעלן בײַ Filmakers Library, www.filmkers.com |