|
העלענאַ יאַראַלאָוואַ — חנה ראָווינאַ;
יחזקאל לאַזאַראָוו — אַלעקסאַנדער פּען |
|
אין יעדער צופֿעליקער טרעפֿונג בליט אַ בלויער בלי.
אין יעדן ערשטן בליק — דער טופּעט פֿון אַ פּאַסירונג.
געווען צי ניט געווען — אַזעלכע נעכט פֿאַראַן:
דײַן נאַכט געווען איז זײַנס, זײַן נאַכט געווען ניט דײַנס.
אַלעקסאַנדער פּען
פֿון העברעיִש: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
אַמאָל, ווען תּל־אָבֿיבֿ איז נאָך געווען אַ קליינע פּראָווינץ־שטאָט, (כאָטש זי האָט זיך שוין דעמאָלט געהאַלטן נישט אַנדערש, ווי אַ "׳פּעטי׳ פּאַריז"!), האָט דער ייִשובֿ נאָכגעפֿאָלגט מיט נײַגער און אפֿשר מיט אַ ביסינקע רכילות־באַגער, די אַנטוויקלונגען פֿון דעם לײַדנשאַפֿטלעכן ראָמאַן, וואָס ס'האָבן געפֿירט אין די 30ער יאָרן די צוויי מיטאָסן פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור: די מלכּה פֿונעם העברעיִשן טעאַטער, חנה ראָווינאַ, און דער פּאָעט, קאָמוניסט און ליבהאָבער פֿון פֿרויען, אַלעקסאַנדער פּען.
אָט די צוויי רעאַלע לעגענדעס נאָך בײַ זייער לעבן, גיט שטאָף דער טאַלאַנטירטער דראַמאַטורגין עדנה מזי"א צו שאַפֿן "געווען צי ניט געווען?" ("היה או לא היה"), "באָהעמישע סצענעס פֿון קליינעם תּל־אָבֿיבֿ" — וואָלט מען עס געקאָנט אָנרופֿן, אונטער דער רעזשי פֿון עומרי ניצן, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון "קאַמרי"־טעאַטער.
דער צענטער פֿון די געשעענישן אין דער פּיעסע איז דער היימישער תּל־אָבֿיבֿער קאַפֿע־הויז "שלג לבֿנון", דאָס טרעפֿונג־אָרט פֿון דעם באָהעמישן אינטעלעקטואַלן־קרײַז. דאָרט פֿירן פּערמאַנענטע פּאָלעמישע שלאַכטן, דער קעמפֿערישער דיכטער אַבֿרהם שלאָנסקי, דער באַנײַער פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע, מיט חיים־נחמן ביאַליק, באַקרוינט מיטן טיטל "נאַציאָנאַלער פּאָעט". אין יענעם באַזונדערן טאָג גייט אָן אַ הייסע דיסקוסיע איבער דער נעכטיקער טעאַטער־פּרעמיערע "אויפֿן ראַנד פֿון דער שטאָט", וווּ חנה ראָווינאַ שפּילט די ראָלע פֿון אַ פּראָסטיטוטקע, אָנגעטאָן ווי קיין מאָל נישט פֿריִער, אין פּראָוואָקאַטיווע קליידער. די דיסקוסיע איז אַרום דער פֿראַגע צי די באַליבטע אַקטריסע, וועלכע האָט זיך אויסגעצייכנט אין די ראָלעס פֿון משיחס מאַמע, אין דער דראַמע פֿון דוד פּינסקי "דער אייביקער ייִד", צי די צנועהדיקע לאהלע אין "דיבוק", האָט דאָס רעכט צו פֿאַרשעמען איר גוטן נאָמען מיט ראָלעס וואָס פּאַסן נישט פֿאַר איר.
יענעם טאָג קומט אין קאַפֿע־הויז אַרײַן עדה, אַ יונגע זשורנאַליסטין, וואָס מ'האָט זי געשיקט פֿון קיבוץ צו מאַכן אַן אינטערוויו מיטן דיכטער אַלעקסאַנדער פּען. זי דערציילט, אַז דאָס איז איר ערשטע זשורנאַליסטישע אַרבעט און אַז באַלד נאָכן באַקומען די געהעריקע אינפֿאָרמאַציע, קערט זי זיך אום אין קיבוץ צו איר חבֿר, מיט וועמען זי האַלט בײַם חתונה האָבן. דאַן קומט אָן דער פּאָעט און כּמעט אָן אויסריידן אַ וואָרט פֿאַרבלענדט ער זי מיט זײַן מענערישן חן און פֿאַר איר איז נישטאָ מער קיין וועג צוריק. עדה איז, זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, אַ סימבאָל, די אינקאַרנאַציע פֿון אַלע פֿרויען וואָס פֿאַלן — אַזוי דערציילט מען — אומפֿאַרמײַדלעך פֿאַרלוירענע אין זײַנע אָרעמס.
ווער איז ער געווען, דער אַלעקסאַנדער פּען, אַ געבוירענער אין 1906 אין סיביר אויף די ברעגן פֿון צפֿונדיקן פֿאַרפֿרוירענעם ים און געשטאָרבן אין 1972 אין תּל־אָבֿיבֿ די פֿאָרשערין פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטער, פּראָפֿ' חגית האַלפּערין, שטעלט פֿעסט אין איר בוך "דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון אַלעקסאַנדער פּען", אַז זײַן ביאָגראַפֿיע, לויט ווי ער אַליין האָט עס געשילדערט, "מאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ וווּנדערלעכער לעגענדע. אַפֿילו 36 יאָר נאך זײַן טויט איז זיין אָפּשטאַם און קינדהייט נאָך אַלץ אײַנגעהילט אין מיסטעריע".
זאָל זײַן, אַז זײַן ביאָגראַפֿיע, איידער זײַן אָנקומען אין ישׂראל, האָט ער פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט, אָבער שוין אין לאַנד איז אָט דער צוציִענדיקער מאַן אויך געווען אַ "זעלטענער פֿויגל" אויפֿן היגן פּייזאַזש: אַ קאָמוניסט לויט דער פּאָליטישער אויפֿפֿאַסונג, זײַנען זײַנע פּאָעטישע ווערק — סײַ די לירישע און סײַ די אידעאָלאָגיש־קעמפֿערישע — אָנערקענט געוואָרן ווי אָריגינעלע אייגנאַרטיקע שאַפֿונגען, אומאָפּהענגיק פֿון צײַט און רוים.
מיט 17 יאָר עלטער פֿון איר געליבטן, איז אַלט געווען חנה ראָווינאַ, ווען זי האָט אָנגעהויבן איר ראָמאַן מיט אַלעקסאַנדער פּען, אַ פֿאַרהייראַטן און דער פֿאָטער פֿון אַ זיבן־יאָריק מיידעלע. אַוודאי איז דעם ראָמאַן געווען באַשערט אַ קורץ לעבן. זײַנע צוויי העלדן האָבן עס אויך געוווּסט. ס'איז בלויז געווען אַ פֿראַגע פֿון צײַט. נאָך דרײַ יאָר פֿון ליבע־עקסטאַזע און דעם געבורט פֿון זייער בשותּפֿותדיקער טאָכטער, וועלכע האָט געטראָגן בלויז דעם נאָמען פֿון דער מוטער, האָט זיך עס פֿאַרענדיקט, מיט האַרץ־ווייטיק אָבער דאָס לעבן האָט ווײַטער געשטראָמט אויך מיט די קומענדיקע גרויסע הצלחות אין פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן פֿון דער אַקטריסע.
די פֿאָרשטעלונג "געווען צי נישט געווען", איז בסך־הכּל אַ געלונגענער פּרוּוו פֿון דער מחברין עדנה מאזי"א און פֿון דעם דערפֿאַרענעם רעזשיסאָר, עומרי ניצן, אויפֿצולעבן אויף דער בינע די קינסטלערישע און קולטורעלע כּוחות וואָס האָבן געהאַט אַ דאָמינירנדיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער קולטור. דער ספּעקטאַקל אָבער, אויפֿגעפֿירט דורכן "קאַמרי"־טעאַטער, באַגלייט מיט די באַקאַנטע לידער פֿון העברעיִשן אוצר, איז אַ גוטע געלעגנהייט פֿאַרן גאַנצן אַנסאַמבל זיך אויסצוצייכענען אין יעדער באַזונדער ראָלע. יחזקאל לאַזאַראָוו — אַקטיאָר און כאָרעאָגראַף — באַצויבערט אין דער ראָלע פֿון אַלעקסאַנדער פּען, פּונקט אַזוי ווי דער פּאָעט אַליין האָט פֿאַרכּישופֿט זײַנע פֿאַרערערס און בעיקר פֿאַרערערינס; העלענאַ יאַראַלאָוואַ — איז אַ ווירקלעכע אַנטדעקונג פֿונעם ספּעקטאַקל; אין דער ראָלע פֿון חנה ראָווינאַ איז זי אימפּאָזאַנט און איבערצײַגעוודיק, אַ גוטער אויסוואַל אויפֿצולעבן די מלכּה פֿון העברעיִשן טעאַטער; גראַבער פֿירט אויס מיט זײַן באַקאַנטער שוישפּילערישער פֿעיִקייט די ראָלע פֿון ח. נ. ביאַליק; ער איז פּינקטלעך און אײַנפֿאַלנדיק. אַמיר קריעף — אַבֿרהם שלאָנסקי — שפּרודלט מיט טאַלאַנט און וויסן. מע דאַרף דערמאָנען באַזונדערס די דערפֿאַרענע רבֿקה גור — חנה ראָווינעס אויפֿזעערין; עירית קאַפּלאַן — די באַלעבאָסטע פֿון קאַפֿע־הויז; שירי גדני — עדה; אלי גאָרנשטיין — דער קאָמישער טעאַטער־קריטיקער.