אַלכּסנדר ביכאָווסקי, אויטאָ־פּאָרטרעט, 1923 |
Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007.
אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007.
דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן. אין 1923 איז אין דער געבײַדע פֿונעם מאָסקווער "הבימה"־טעאַטער פֿאָרגעקומען זײַן ערשטע און לעצטע אויסשטעלונג; און מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז אַרויס אַ קורצע מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם קינסטלער. דער מחבר פֿון דעם ביכל איז געווען ביכאָווסקיס אַ חבֿר פֿון האָמעל, לעוו וויגאָטסקי, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן וועלט־באַרימט מיט זײַנע פּסיכאָלאָגישע און פּעדאַגאָגישע ווערק. אין די 1930 יאָרן איז ביכאָווסקי אַוועק פֿון דער סאָוועטישער קונסט־בינע, אָבער ער איז פֿאַרבליבן שעפֿעריש ביזן סוף פֿון זײַן לאַנגן לעבן.
די סיבה פֿון אַזאַ קער אין ביכאָווסקיס גורל איז אַ פּשוטע. ער האָט ניט געוואָלט אָפּגעבן זײַנע עסטעטישע פּרינציפּן פֿון קינסטלערישן אַוואַנגאַרד און האָט ניט אָנגענומען די נײַע דאָגמעס פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. ביכאָווסקי האָט פֿאָרמולירט זײַן אַני־מאמין קלאָר׃ "ס׳האָבן מיך אינטערעסירט די רעוואָלוציע און די ייִדן, דאָס גליקלעכע לעבן האָט מיך ניט געאַרט". דאָס האָט ער געזאָגט אין אַ שמועס מיט דער מאָסקווער קונסט־פֿאָרשערין אירינאַ אַזיזיאַן אַ יאָר פֿאַר זײַן טויט, אין 1977. אַזיזיאַן האָט זיך באַקענט מיט ביכאָווסקין אין 1955, ווען דער היימלאָזער קינסטלער האָט געוווינט אויף דער דאַטשע פֿון זײַנעם אַ חבֿר, ווײַל קיין אייגענע היים האָט ער דעמאָלט ניט פֿאַרמאָגט.
ביכאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין מאָלעוו, אין ווײַסרוסלאַנד, אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה. אין דעם עלטער פֿון דרײַצן יאָר איז ער געוואָרן אַ תּלמיד בײַ אַ רוסישן מאָלער פֿון איקאָנעס, און אין גיכן פֿאַרלאָזט זײַן היימשטאָט. אַ געוויסע צײַט האָט ער געלעבט אין אַדעס, וווּ ער האָט געמאָלט פּאָרטרעטן פֿון ש. י. אַבראַמאָוויטש און זײַן פֿרוי פּעסיע (די אָריגינאַלן זײַנען פֿאַרשוווּנדן בעתן חורבן). בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ביכאָווסקי געווען אין מאָסקווע, וווּ ער איז אַרײַן אינעם קרײַז פֿון ייִדישע ליטעראַטן און קינסטלער, וואָס האָבן זיך געהאַלטן אַרום דעם גבֿיר און מעצענאַט יעקבֿ כּהן־שאַבשײַ. דעמאָלט האָט ער געמאָלט אַ פּאָרטרעט פֿון בעל־מחשבֿות, וועלכער איז אויך נעלם געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביכאָווסקי האָט מיט גרויס התלהבֿות באַגריסט די אָקטאָבער־רעוואָלוציע, און אין 1919 איז ער געשיקט געוואָרן קיין האָמעל ווי דער ראָש פֿונעם שטאָטישן קונסט־אָפּטייל. אין האָמעל האָט ער זיך קונה־שם געווען מיט מאָלן אַוואַנגאַרדיסטישע פּראָפּאַגאַנדע־פּלאַקאַטן פֿאַר דער רויטער אַרמיי. דער שפּיץ פֿון זײַן באַרימטקייט פֿאַלט אויף די יאָרן 1926—1927, ווען זײַנע ווערק ווערן אויסגעשטעלט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קונסט־אויסשטעלונג אין לײַפּציג.
ביכאָווסקיס גראַפֿישע ווערק פֿון דער רעוואָלוציע־תּקופֿה ווײַזן אַרויס אַלע סימנים פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד. דאָ זעט מען בפֿירוש די השפּעה פֿון ייִדישער פֿאָלק־קוסנט, וואָס ווערט באַרײַכערט דורך נײַע המצאות פֿון אייראָפּעיִשן עקספּרעסיאָניזם. דער קינסטלער סטאַרעט זיך אויסצודריקן דאָס געמישטע געפֿיל פֿונעם איצטיקן אַפּאָקאַליפּטישן אַחריות־הימים און דעם קומעדיקן נײַעם מעשׂה־בראשית, אַ בולטע טעמע אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון יענער תּקופֿה. זײַנע געשטאַלטן פֿאַרקערפּערן די איבערמענטשלעכע כּוחות, וועלכע די רעוואָלוציע האָט געבראַכט אויף דער וועלט. אויף זײַנע בילדער זעט מען שאָטנס פֿון ווילדע מיטאָלאָגישע חיות, איינצלנע אותיות, אַבסטראַקטע געאָמעטרישע פֿיגורן, וועלכע ווערן געטריבן דורך דער וועלט־זאַווערוכע. די געהויבענע ראָמאַנטיק פֿון דער רעוואָלוציע גייט האַנט בײַ האַנט מיט סאַטירע און גראָטעסק. ביכאָווסקי האָט ניט מורא צו מאַכן חוזק פֿון די סאַמע חשובֿע פֿיגורן אין דער סאָוועטישער רעגירונג, ווי למשל, לעוו טראָצקי, וועלכער באַווײַזט זיך אין קאַריקאַטורישע געשטאַלטן אויף עטלעכע בילדער זײַנע.
סוף 1920ער יאָרן האָט ביכאָווסקי באַקומען אַ לערער־שטעלע בײַ די מאָסקווער קורסן פֿון דעקאָראַטיווער קונסט. פֿון דעמאָלט אָן ווערט דעקאָראַציע זײַן הויפּט־אַרבעט. ער אַרבעט פֿאַר טעאַטער, קינאָ, פּראָיעקטירט קאָסטיומען, אינטעריערן. אין 1936 האָט ער צוגעגרייט אַ פּראָיעקט פֿאַר דער אויסשטעלונג וועגן סיביר. זײַן פּראָיעקט איז אויסגעפֿירט געוואָרן אין דעם אַבסטראַקטן קאָנסטרוקטיוויסטישן סטיל, און די אַדמיניסטראַציע פֿון דער אויסשטלונג האָט געפֿאָדערט, ער זאָל צוגעבן סטאַלינס פּאָרטרעט. דער קינסטלער האָט זיך אָפּגעזאָגט, און איז אַרײַן אין שפּיטאָל מיט אַ נערוון־אײַנבראָך. מעגלעך, אַז דאָס האָט אים געראַטעוועט פֿון אַרעסט. זײַנע גראַפֿישע ווערק זײַנען געבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, און אַ גרויסער טייל פֿון זײַנע דעקאָראַטיווע פּראָיעקטן זײַנען אויך ניט רעאַליזירט געוואָרן, ווײַל זיי האָבן ניט געשטימט מיטן אָפֿיציעלן סאָוועטישן געשמאַק.
די מלחמה־יאָרן האָט ביכאָווסקי פֿאַרבראַכט אין דער עוואַקואַציע אין דער סיבירער שטאָט אָמסק. דאָרט האָט ער געאַרבעט, דער עיקר, פֿאַרן ליאַלקע־טעאַטער און געלעבט אין אַ ביטערן דלות. נאָך דער מלחמה זײַנען געקומען נײַע צרות. ער האָט ניט געקאָנט באַקומען צוריק זײַן צימער אין מאָסקווע און אָפֿטמאָל גענעכטיקט בײַ זײַנעם אַ תּלמיד אינעם וואַרשטאַט. אין יענער שווערער צײַט האָט ביכאָווסקי פֿאַרדינט פֿון פּראָיעקטירן ריזיקע דעקאָראַטיווע וואַזעס פֿאַר אָפֿיציעלע סאָוועטישע אַנשטאַלטן, געמאַכט סקיצן פֿאַר דעקאָראַטיווע טעלער. ער האָט קיין מאָל ניט זוכה געווען צו זען זײַנע ווערק אויסגעשטעלט. די צווייטע אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע ערשט אין 2005.
אין דעם בוך "גראַפֿיק פֿון אַ. ביכאָווסקין" (1926) האָט לעוו וויגאָטסקי אַזוי כאַראַקטעריזירט זײַן חבֿרס קונסט׃ "ער בלײַבט אַ שאַרפֿזיכטיקער זוכער פֿונעם געהיימען סקעלעט פֿון די זאַכן. די מאַטעריע פֿאַרלירט איר פּראַקטישקייט, די וועלט — איר פֿלייש, די זאַכן — זייער דרײַ־מאָסיקייט — אַלצדינג ווערט אַנטפּלעקט, און צעלאָזט זיך אינעם גראַפֿישן מהות, אינעם ריינעם דענקען פֿונעם קינסטלער וועגן דער זאַך". ביכאָווסקי איז פֿאַרבליבן געטרײַ דער דאָזיקער קונסט־פֿילאָסאָפֿיע ביז זײַנע לעצטע טעג.