קונסט
פּורים־שפּיל: "די קראָקעווער חתונה"
פּורים־שפּיל: "די קראָקעווער חתונה"

עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָ­גראַ­פֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט.

מאיר קירשענבלאַט איז גוט באַקאַנט די געסט אויף די פֿעסטיוואַלן פֿון "קלעזקאַנאַדע" און "קלעזקעמפּ", וווּ ער האָט געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אין די וואַרשטאַטן מיט זײַנע געשיקטע הענט, וואָס האָבן אויפֿן אָרט געמאַכט שפּילעכלעך וואָס ער האָט געדענקט פֿון זײַנע קינדעריאָרן. דערצו האָט מען געהערט וואָס פֿאַר אַ פֿײַנעם דער­ציי­לערישן טאַלאַנט ער פֿאַרמאָגט און ווי ער האָט געקענט איבערגעבן זײַנע זכרונות דעם ייִנגערן דור סײַ מיט הומאָר, סײַ מיט ערנסטקייט און דערמיט אויפֿלעבן די פֿאַר­שוווּנדענע וועלט פֿון אונדזערע אָבֿות.

דאָס בוך איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנג־יאָריקן בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט, אָנגע­הויבן פֿון מאיר קירשענבלאַטס טאָכטער, די פּראָפֿעסאָרקע פֿון פֿאָלקלאָר, ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט. אירע תּוכיקע אינ­טערוויוען מיט איר טאַטן האָבן זיך אָנ­געהויבן אין 1967 און גייען אָן ביזן הײַנטיקן טאָג. צו יענער צײַט האָט מאיר נאָך נישט געמאָלן. ערשט אין 1990, ווען ער איז געווען אַלט 73 יאָר, און דרײַצן יאָר נאָך דעם ווי ער האָט זיך שוין פּענסיאָנירט, און נאָך דעם ווי די גאַנצע משפּחה האָט אים יאָרן לאַנג געבעטן צו נעמען אַ פּענדזל אין דער האַנט, האָט ער אָנגעהויבן צו מאָלן זײַנע זכרונות פֿון אַפּט; זכרונות וואָס זענען פֿאַר אים נאָך געווען קלאָר ווי נעכטן.

פֿעטער יאַנקל, וואַרשע, 1939
פֿעטער יאַנקל, וואַרשע, 1939

פּראָפֿ׳ קירשענבלאַט־גימבלעט האָט פֿאַרזיכערט, אַז דער טעקסט זאָל ריכטיק אָפּשפּיגלען איר טאַטנס אַפּטער לעבן און שפּראַך. אַלע ייִדישע ווערטער ווערן איבער­געגעבן פּונקט ווי איר טאַטע רעדט זיי אַרויס, אינעם פּוילישן דיאַלעקט. אַ דאַנק איר תּוכיקע אינטערוויוען, וואָס ווערן אָפּ­געדרוקט נאָר אין דער ערשטער פּער­זאָן, האָט מען איצט אַ זעלטענעם טעסטאַמענט פֿונעם פּוילישן ייִדנטום. כאָטש ד״ר קיר­שענבלאַט־גימבלעטס פֿעלד פֿון מבֿינות איז פֿאָלקלאָר, באַקענט מען זיך נישט בלויז מיטן פֿאָלקלאָר פֿונעם שטעטל, נאָר אויך מיט דער גאַנצער אַפּטער געזעלשאַפֿט, פֿון די גבֿירים ביז די אָרעמע־לײַט.

דער קינסטלער אַליין איז זיך מודה, אַז די טעכניק פֿון מאָלן איז אים ווייניקער געווען וויכטיק ווי די טעמע פֿונעם בילד, דאָס וואָס ער האָט געוואָלט פֿאַראייביקן פֿאַר דער וועלט — "איך באַטראַכט זיך אַליין ווי אַ סקלאַד פֿון זכרונות. מײַן פּראָיעקט איז צו מאָלן דאָס פֿאַר־מלחמהדיקע לעבן אין אַ קליין ייִדיש שטעטל אין פּוילן. דאָס אינטערעסירט מיך קודם־כּל. ווי אַזוי איך מאָל איז וויכטיק, אַוודאי, אָבער דער עיקר, איז די טעמע. איך מוז האָבן אַ טעמע... און די טעמעס וואָס איך קלײַב אויס דאַרפֿן דערציילן אַ מעשׂה. איך צייכן פֿון מײַן זכּרון, און איך מאָל אויך די מעשׂיות, וואָס איך האָב געהערט פֿון מײַנע אַפּטע לאַנדס­לײַט אָדער געלייענט אינעם אַפּטער יזכּור־בוך. וואָס איך וויל אויפֿטאָן, בעצם, איז נישט צו גלאָריפֿיצירן זיך אַליין, נאָר צו באַ­שרײַבן דאָס לעבן ווי עס איז געווען... די ערטער וואָס עקזיסטירן מער נישט. זיי גע­פֿי­נען זיך נאָר אין מײַן קאָפּ, און אויב איך שטאַרב וועלן זיי פֿאַרשווינדן מיט מיר."

מאיר קירשענבלאַט איז געבוירן גע­וואָרן אין אַפּט אין 1916, און אָנגעקומען קיין קאַנאַדע אין 1934. ער איז געווען אין טאָראָנטאָ דער באַלעבאָס פֿון אַ טאַפּעטן־ און פֿאַרבגעוועלב. פֿאַר וואָס האָט מען אים גערופֿן "מײַער תּמוז"? — "יעדער אין שטעטל האָט געהאַט אַ צונעמעניש. מײַנער איז געווען מאיר תּמוז, ווײַל תּמוז איז דער וואַרעמסטער חודש, און מאיר תּמוז מיינט משוגענער מאיר. מע ווערט אויפֿגעהיצט ווען ס׳איז הייס, און איך בין געווען אַ היציק קינד. תּמיד אַרומגעלאָפֿן; זייער קלוג און היפּעראַקטיוו. מע וואָלט מיך קיין מאָל נישט גערופֿן "מאיר תּמוז" פּנים אל פּנים. מע וואָלט מורא געהאַט פֿאַר מיר... איך וואָלט גענומען אין דער האַנט וואָס נאָר איך וואָלט געקענט."

דער אַמעריקאַנער וואָס איז געקומען צו גאַסט און געוואָרפֿן פּעניס בײַם אַוועקפֿאָרן
דער אַמעריקאַנער וואָס איז געקומען צו גאַסט און געוואָרפֿן פּעניס בײַם אַוועקפֿאָרן

פֿאַר די אַמעריקאַנער געבוירענער וואָס ווייסן נאָר פֿונעם שטעטל פֿון "פֿידלער אויפֿן דאַך", וועט דאָס בוך זײַן אַ רעוועלאַציע. סײַ דאָס גוטע, סײַ דאָס שלעכטע אינעם שטעטל ווערן באַמאָלן אין דער זאַמלונג; סײַ גוטע, וווילע מענטשן, צדיקים אַפֿילו, סײַ די שטעטלדיקע פּערזענלעכקייטן, וועל­כע זענען געווען אָפּגעפֿרעמט פֿונעם קהל. דווקא, צו יענע זײַטיקע ייִדן האָט דעם שקאָ­ציקל מאיר געצויגן. ער גייט אַדורך אין זײַן זכּרון, יעדעס געסל, יעדעס הויז, קוקט זיך אײַן אין יעדן אײַנוווינער — וואָס האָבן זיי געטאָן, וואָס פֿאַר אַ מעשׂיות מע פֿלעג דערציילן וועגן זיי. אַזוי ווי דער מחבר, זײַענדיק אַ ווילד קינד, פֿלעג אָפֿט נישט גיין אין שול, האָט ער געזען וואָס עס טוט זיך אין גאַס — דאָס מאַרק־לעבן, די גאַסן־פֿאַרווײַלער, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַר­דינען אַ גראָשן. די גאַסן־פֿרויען פֿון אַפּט ווערן אויך נישט אויסגעמיטן אין זײַנע פּאָרטרעטן.

דאָס בוך ווערט אײַנגעטיילט אין פֿיר הויפּט־קאַפּיטלעך "מײַן שטעטל", "מײַן משפּחה" "מײַן יוגנט" און "מײַן צוקונפֿט" (די עמיגראַציע קיין קאַנאַדע). אין אַ נאָכוואָרט, שרײַבט זײַן טאָכטער, ד״ר קירשענבלאַט־גימבלעט, וועגן איר אייגענער נסיעה אין לעבן, און ווי זי האָט זיך פֿאַרליבט אין דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר. כאָטש זי איז איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דעם פֿעלד שוין 35 יאָר לאַנג, און כּמעט אַלע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין אַמעריקע זענען אירע תּלמידים און אויך חסידים, לייענט מען צום ערשטן מאָל אַזאַ פּערזענלעכן, רירנדיקן קוק אויף איר לעבן און קאַריערע. זי קלערט אויף דעם שאַפֿערישן פּראָצעס פֿון די אינטערוויוען מיטן טאַטן און ווי מע האָט זיי געבראַכט צום דרוק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ משפּחה פֿון וויצן־ און מעשׂה־דערציילער און האָט געלערנט יונגערהייט, ווי וויכטיק און אינטערעסאַנט ס‘איז די דאָזיקע נאַראַטיווע קונסט; זי האָט אַפֿילו אָנגעשריבן וואָגיקע אַרבעטן אַרום די משפּחות־מעשׂיות. איר עסיי שטעלט אַוועק די מיטאַרבעט צווישן טאַטן און טאָכטער אין אַ מער אַקאַדעמדישן קאָנטעקסט.

און די בילדער אַליין? ווי דער מאָלער האָט אַליין געזאָגט, האָט ער געשטעלט דעם טראָפּ אין זײַן קונסט אויף אַרײַננעמען געוויסע אינפֿאָרמאַציע, כּדי אָפּצוכאַפּן ריכטיק די זכרונות. דעריבער זענען די פּני­מער, למשל, אָן קיין סך דעטאַלן; דער עיקר, איז זייער פּראָסטער אויסדרוק — פֿריי­לעך צי טרויעריק . אָבער אָן אַ שיעור אַנדערע דעטאַלן, געזען דורך די אויגן פֿון אַ ייִנגל געפֿינט מען יאָ אין די ביל­דער — די אַרכיטעקטור פֿון די הײַזער, דער אינע­ווייניק פֿון די שטיבער, די עסנס אויפֿן טיש. אַנדערע בילדער ווי — "דאָס אַרויס­רייצן דאָס שנעקל פֿון זײַן שאָל" — דער­מאָנען אונדז, אַז הײַנט האָבן מיר פֿאַר­פּשוטערט אין אונדזער פֿאַנטאַזיע דאָס לעבן פֿון די אַמאָליקע פּוילישע ייִדן, אַז אין דער אמתן האָט דאָס לעבן געשפּרודלט מיט אַזוינע סצענעס אין דער נאַטור. ווער רעדט שוין פֿון קירשענבלאַטס מאָלערײַען פֿון שבת און יום־טובֿ, שׂימחות און שטעטלדיקע געשעענישן, וואָס ווערן איבערגעגעבן נישט ווי נאָסטאַלגיע, נאָר ווי אַ כראָניק. כאָטש "פּרימיטיוו" לויט די קלאַסישע סטאַנדאַרטן פֿון מאָלערײַ, האָט מאיר קירשענבלאַט אונדז געלאָזט אַ וויזועל יזכּור־בוך, וואָס איז מער ווערט פֿאַר אונדזער ירושה ווי די מײַסטערווערק אין אַ מוזיי.