דוד בערגעלסאָנס זון לעוו האָט זיך לעצטנס דערמאָנט אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן פֿאָטער האָט באַזונדערס ליב געהאַט צוויי שרײַבער, אַנטאָן טשעכאָוו און גוסטאַוו פֿלאָבער. בערגעלסאָן פֿלעגט אָפֿט מאָל לייענען זייערע ווערק, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז "ליטעראַטור איז אַ מין מלאכה, אין וועלכער מען דאַרף זײַן געניט". אין זײַן אייגענעם שרײַבן האָט בערגעלסאָן תּמיד אָנגעהויבן מיט דער שטימונג, וואָס האָט באַפֿאַרבט די געשעענישן און געשטאַלטן אין דער מעשׂה׃ "מײַן גאַנצער ציל איז שוין נאָך דעם נאָר אַרויסצוגעבן אָט די שטימונג צוזאַמענגעבונדן מיטן לעבן און מיט די געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר אַרום אים און (אויב ס׳איז אַזוי מעגלעך צו זאָגן) אין אים".
בערגעלסאָן האָט אַרײַנגעבראַכט אַ סך חידושים אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנעמט צווישן זיי זײַן באַרימטער "פֿרײַער אומדירעקטער סטיל", ווען דער אַנאָנימער דערציילער קריכט אַרײַן אינעם סאַמע תּוך פֿון זײַן העלדס פּערזענלעכקייט און דערציילט זײַן מעשׂה אַזוי ווי פֿון אינעווייניק, אָבער איינצײַטיק האַלטנדיק אַ געוויסע דיסטאַנץ פֿון זײַן העלד. ווי עס האָבן דערוויזן עטלעכע בערגעלסאָן־פֿאָרשער, שטאַמט דער דאָזיקער סטיליסטישער חידוש פֿון פֿלאָבער.
בערגעלסאָן איז אַרײַן אין דער ליטעראַטור פֿינף יאָר נאָך דעם, ווי טשעכאָוו איז געשטאָרבן, און די צוויי שרײַבער האָבן געהערט צו פֿאַרשיידענע תּקופֿות. צווישן זיי איז געשטאַנען די מפּלה פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, וועלכע האָט שטאַרק באַווירקט דעם דור פֿון בערגעלסאָן און זײַנע העלדן. ווי עס באַמערקט יוסף שערמאַן אין זײַן פֿאַרגלײַכיקער שטודיע פֿון בערגעלסאָנס און טשעכאָווס סטיל, איז די אַלגעמיינע שטימונג אין טשעכאָווס ווערק מער אָפּטימיסטיש, איידער אין דער וועלט פֿון בערגעלסאָנס שאַפֿונגען. די ביידע שרײַבער האָבן געלעבט אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות, געשריבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן און פֿאַר פֿאַרשיידענע מינים לייענער. אָבער עס איז פֿאַראַן אַ געוויסער צד־השווה אין דעם, ווי זיי האָבן זיך באַצויגן צו זייערע ליטעראַרישע פֿאָרגייער און מיטצײַטלער. ביידע האָבן אָנגעהויבן זייערע ליטעראַרישע קאַריערעס אינעם שאָטן פֿון די "גדולים" און זיך געראַנגלט מיט די אָנגענומענע נאָרמעס. טשעכאָוו איז אַוועקגעגאַנגען פֿון איוואַן טורגענעוו, אָבער ער איז פֿאַרבליבן אַ חסיד פֿון לעוו טאָלסטאָי. בערגעלסאָן האָט זיך דעמאָנסטראַטיוו אָפּגעקערט פֿון שלום־עליכמס פֿאָלקסטימלעכער "באַרעדעוודיקייט", און האָט זיך געלערנט די חכמה פֿון דעם מאָדערנעם סטיל בײַ פּרצן, אָבער אויך צו פּרצן האָט ער זיך באַצויגן גאַנץ קריטיש.
די השפּעה פֿון טשעכאָוו אויף דעם יונגן בערגעלסאָן איז גאַנץ בולט. דאָס פֿילט מען, קודם־כּל, אין דעם, ווי די ביידע שרײַבער באַנוצן זיך מיט דעם ליטעראַרישן פּרט אין זייערע ווערק. טשעכאָוו איז געווען אַ מײַסטער פֿון אַ ספּעציעלן מין דעטאַל, וואָס האָט כּלומרשט ניט קיין שײַכות צו דעם סיפּור־המעשׂה. אַ רוסישער טשעכאָוו־מומחה האָט דערקלערט, אַז אויף אַזאַ אופֿן האָט דער מחבר געשאַפֿן אַן אילוזיע פֿון דער וועלט, וואָס איז ברייט און אָפֿן. דער מחבר גיט דעם לייענער צו פֿאַרשטיין, אַז זײַן מעשׂה, וואָס ער דערציילט, איז ווײַט ניט די איינציקע זאַך, וואָס קומט פֿאָר אין דער וועלט. צומאָל פֿאַרמאָגט אַזאַ מין "צופֿעליקער" פּרט אַן איראָנישן בײַטעם.
בערגעלסאָן האָט איבערגענומען דעם דאָזיקן סטיליסטישן מכשיר און האָט אים אָפֿט גענוצט אין זײַנע ווערק. אָט למשל, ווי ער באַשרײַבט איינעם אַ זײַטיקן פּאַרשוין אין "נאָך אַלעמען"׃ "רוסיש האָט ער גערעדט שלעכט, ווי אַ דאַנטיסט[?], אַרויסגעזאָגט אַ ׳ס׳ אויפֿן אָרט פֿון אַ ׳ש׳." דאָס האָט גאָר ניט צו טאָן מיט דעם כאַראַקטער פֿונעם מענטש אָדער מיט דער האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן, אָבער אַזאַ מין פּרט רופֿט אַרויס געוויסע אַסאָציאַציעס בײַם ייִדישן לייענער פֿון יענער תּקופֿה, ווען די יונגע רוסישע ייִדן האָבן ערשט אָנגעהויבן צו באַהערשן די מאָדערנע פּראָפֿעסיעס.
בײַ טשעכאָוון האָט בערגעלסאָן איבערגענומען דעם ספּעציפֿישן אופֿן פֿון אויסנוצן אַ וואָכעדיקע דעטאַל, כּדי איבערצוגעבן טיפֿע געפֿילן און לײַדנשאַפֿטן. ער דערציילט, ווי אַזוי מירל הורוויץ איז געקומען צו דעם באַשלוס אָנצונעמען דעם שידוך פֿון די רײַכע זײַדענאָווסקיס. זי קומט אַרײַן אין איר פֿאָטערס "האַלב־פֿינצטערן קאַבינעט" און זעט אים זיצן "אײַנגעהויקערט און שטאַרק פֿאַרקלענערט", "דער קאָפּ עטוואָס פֿאַרוואָרפֿן אַרונטער און דאָס מויל אָפֿן, ווי בײַ אַ פֿיש, און אָנגעשטעלט אַקעגן דעם רפֿואה־דאַמף, וואָס ער האָט זיך געלאָזט פֿונעם אויסלענדישן ניקעלעמעם מאַשינדל." אָט דאָס דאָזיקע "מאַשינדל", וואָס האָט געברענט מיט אַ "קליינעם בלוי־גרינלעכן פֿלאַם", וועקט אויף אַזוי פֿיל רחמנות אין מירלס נשמה, אַז זי באַשליסט פּלוצעם זיך מקריבֿ צו זײַן, צוליב איר קראַנקן פֿאָטער. בערגעלסאָן איז מוסר איר רייד אינעם "פֿרײַעם אומדירעקטן סטיל", אַזוי ווי ער רעדט אַרויס אירע אייגענע ווערטער׃ "ווי קלערט ער׃ ווען מ׳דערשפּירט באַלד זײַדענאָווסקין, וואָלט נאָך דער קנס־מאָל געקענט זײַן הײַנטיקן שבת צו נאַכטס?"
אינטערסאַנט, וואָס אין איינעם מיט די נײַע מאָדערניסטישע סטיליסטישע מיטלען באַנוצט זיך בערגעלסאָן מיט דער טראַדיציאָנעלער סימבאָלישער שפּראַך. דער גאַנצער עפּיזאָד מיט מירל און זײַן פֿאָטער קומט פֿאָר אינעם טאָג פֿון אסתּר־תּענית, און אַזוי אַרום ווערט מירלס באַשלוס זיך מקריבֿ צו זײַן צוליב איר פֿאָטער באַלאָדן מיטן טראַדיציאָנעלן סימבאָלישן באַטײַט. אַזאַ מין סימבאָלישע אַנאַלאָגיע איז אין פֿולן הסכּם מיט דער טראַדיציאָנעלער פּאָעטיק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער, וועלכע האָבן אויפֿגעהאָדעוועט דעם ייִדישן לייענער. דאָס "מאַשינדל", להיפּוך, האָט ניט קיין שײַכות צו דער וועלט פֿון ייִדישקייט, דאָס איז אַ טייל פֿון דער מאָדערנער וועלט. מירל הורוויץ שפּילט, בכּיוון אָדער ניט בכּיוון, די סימבאָלישע ראָלע פֿון דער נײַער אסתּר־המלכּה, אָבער אירע אינערלעכע פּסיכאָלאָגישע באַגערן און אַנגסטן האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט אָט דעם סימבאָליזם. דער קאָנפֿליקט צווישן צוויי וועלט־אַנשויונגען, דער אַלטער און דער נײַער, ווערט אָפּגעשפּיגלט אינעם ראָמאַן אויף פֿאַרשידענע פֿלאַכן, אָבער דער יסוד איז די באַזונדערע "שטימונג", וואָס ווערט געשאַפֿן דורך קליינע פּרטים מיט פֿאַרשידענע מעטאַפֿאָרישע באַטײַטן.