"דער דין־תּורה מיטן ווינט׃ ייִדישע ליטעראַרישע מעשׂיות" — צונויפֿגעשטעלט, רעדאַקטירט, הקדמה, נאָכוואָרט און קאָמענטאַרן פֿון וואַלערי דימשיץ. אילוסטראַציעס פֿון אַסיאַ לוקינאַ. ירושלים׃ פֿאַרלאַג "גשרים", 2007. |
דער ליטעראַרישער זשאַנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער מעשׂה וואַרט נאָך אַלץ אויף זײַנע היסטאָריקער און פֿאָרשער, אָבער בעת מעשׂה איז אין דעם רוסיש־ייִדישן פֿאַרלאַג "גשרים" (ירושלים/מאָסקווע) אַרויס אַ זאַמלונג, וואָס נעמט אַרײַן די ווערק פֿון זיבן מײַסטער פֿון דעם ייִדישן וואָרט׃ י. ל. פּרץ, מאַני לייב, איציק מאַנגער, משה בראָדערזאָן, איציק קיפּניס, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, דער ניסתּר. דאָס בוך איז צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט דורך דעם פּעטערבורגער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור פּראָפֿעסאָר וואַלערי דימשיץ.
די איבערזעצער: איגאָר בולאַטאָווסקי, וואַלערי שובינסקי, אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ און וואַלערי דימשיץ, האָבן מוסטרעהאַפֿטיק "פֿאַררוסישט" דעם רײַכן סטיליסטישן דיאַפּאַזאָן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע ייִדישע שרײַבער. פֿאַר יעדן מחבר און פֿאַר יעדער מעשׂה האָבן זיי געפֿונען אַ פּאַסיק קול און אַ פּאַסיקע אינטאָנאַציע. די נאַיִווע און איינצײַטיק טיפֿזיניקע אילוסטראַציעס פֿון אַסיאַ ליקינאַ גיבן צו אַ ספּעציעלן חן און וואַרעמען קאָליר צו יעדער מעשׂה.
דאָס בוך איז צוגעפּאַסט סײַ פֿאַר דעם קליינעם, סײַ פֿאַרן דערוואַקסענעם לייענער. אין דער הקדמה דערקלערט דער רעדאַקטאָר דעם יונגן עולם, אַז עס זײַנען דאָ צוויי מינים מעשׂיות אינעם בוך׃ "אייניקע מעשׂיות וועלן אײַך אויסזען ווי באַקאַנט און פֿאַרשטענדלעך, די אַנדערע וועלן זײַן ניט קלאָר". די טעקסטן ווערן באַזאָרגט מיט פּרטימדיקע קאָמענטאַרן, וועלכע דערקלערן די ווייניק־באַקאַנטע באַגריפֿן און ווערטער. אָבער אין אייניקע פֿאַלן בלײַבט טאַקע דער סוד פֿון דער מעשׂה ניט אויסגעקלאָרט ביזן סאַמע סוף. "איך אַליין קאָן זיי ניט אין גאַנצן פֿאַרשטיין", איז דער רעדאַקטאָר זיך מודה צום סוף פֿון זײַן אַרײַנפֿיר. צו דעם דערוואַקסענעם עולם רעדט ער אין אַן אַנדערן טאָן אינעם נאָכוואָרט, וואָס נעמט אַרײַן אַ קורצן היסטאָריש־ליטעראַרישן איבערזיכט פֿון דעם מעשׂה־זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
"דער דין־תּורה מיטן ווינט" עפֿנט טירן אין דער וועלט פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר ביז גאָר פֿאַרשידענע מינים לייענער, פֿון די פֿײַנשמעקערישע ליטעראַטור־קענער ביז די סאַמע נאַיִווע קינדער. יעדער לייענער וועט דערין אָפּזוכן עפּעס פֿאַר זײַן געשמאַק. מען האָט בכּיוון פֿאָרגעשטעלט מוסטערן פֿון אַלע דרײַ צענטערס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור׃ פּוילן, אַמעריקע און ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַלע טעקסטן ווערן איבערגעזעצט אויף רוסיש צום ערשטן מאָל, און כּמעט אַלע (חוץ די דרײַ ווערק פֿונעם "פֿאָטער" פֿונעם זשאַנער י. ל. פּרצן) שטאַמען פֿון דער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט־מלחמות. באַזונדערס ווערטפֿול פֿאַרן רוסישן לייענער וועט ווערן די באַקאַנטשאַפֿט מיט די ווערק פֿון דער ניסתּר און איציק קיפּניס — צוויי מחברים, וואָס זייערע ווערק זײַנען ביז איצט כּמעט ניט געווען איבערגעזעצט אויף רוסיש. אָבער "דער דין־תּורה מיטן ווינט" איז מער ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור מיט שיינע בילדער. דאָס בוך איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן ליטעראַריש־קינסטלערישן פּראָיעקט, וואָס איז אויסן מחיה־מתים זײַן די קולטורעלע טראַדיציע פֿון דער "קולטור־ליגע" און דער ייִדישער מאָדערניסטישער קולטור פֿון די 1920ער יאָרן. דער פֿאַרלאַג "גשרים" האָט שוין פֿריִער ארויסגעגעבן עטלעכע איבערגעדרוקע מוסטערן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קינדער־קלאַסיק מיט אילוסטראַציעס פֿון אל ליסיצקי און י. ב. ריבאַק.
די דאָזיקע אויסגאַבעס האָבן ניט נאָר אַ הויכן עסטעטישן ווערט. זיי טראָגן אַ געוויסע אידעאָלאָגישע שליחות. זיי באַווײַזן, אַז דאָס ייִדישע וואָרט און די ייִדישע קונסט פֿאַרמאָגן אַ שעפֿערישן אימפּעט, וואָס באַרירט — דירעקט אָדער דורך אַן איבערזעצונג — דאָס האַרץ און דעם כּוח־הדמיון פֿונעם יונגן דור לייענער. ווי עס דערמאָנט וואַלערי דימשיץ אין זײַן נאָכוואָרט, האָבן די ביכער פֿאַר קינדער אויסגעמאַכט אַ פֿערטל פֿון דער גאַנצער ביכער־פּראָדוקציע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די יאָרן 1917־1927. דאָס איז געוועּן אַ סימן, אַז מען האָט געגלייבט אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. דער איצטיקער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַרישער מעשׂה צווישן דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ איז ניט צופֿעליק. מען וויל פֿאָרשטעלן די ליטעראַרישע מעשׂה ניט סתּם ווי אַ באַקאַנטן זשאַנער פֿון קינדער־ליטעראַטור, נאָר אויך ווי אַ פֿעלד פֿאַר קינסטלערישע עקספּערימענטן און זוכענישן, ווי אַ פּרוּוו צונויפֿצושמעלצן די ייִדישע טראַדיציעס מיט דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור. מיט נײַנציק יאָר צוריק איז די דאָזיקע פּראָגראַם פֿאָרמולירט געוואָרן דורך דעם באַקאַנטן רוסיש־ייִדישן קונסט־קריטיקער אַבֿרהם עפֿראָס. הײַנט פּרוּווט מען זי ממשיך זײַן אין דעם פּאָסט־סאָוועטישן רוסלאַנד.