ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

"יוסף בורג איז אַ וווּנדערלעכער שילדערער... זײַן פּראָזע פֿאַרמאָגט אַ הויכע קינסטלערישע הייך. ס'איז צײַטנווײַז פּאָעזיע אין פּראָזע"
לילי בערגער


האַרציקע מזל־ברכות שיקן מיר איבער אונדזער פּען־קאָלעגע, דעם אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג צום אַלט ווערן 95 יאָר (פּינקטלעכער, איז ער געבוירן געוואָרן דעם 30סטן מײַ 1912), און צו זײַן איבער 70־יאָריקער רײַכער שאַפֿערישער טעטיקייט. ס'איז ניט איבערגעטריבן, ווײַל זײַן ערשטע דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו" האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1934, אין די "טשערנאָוויצער בלעטער".
אַ ווערטעלע אויסצוריידן — פֿי־נעף־און־נײַנ־ציק!
ווי אַ גיבור האָט יוסף קיין מאָל נישט אויסגעזען. גיכער פֿאַרקערט. אויב עס אויסדריקן אין אַלטן נוסח קען מען וועגן אים זאָגן: מיט אַלע פּיטשעווקעס אַ זײַ­דענער יונגער־מאַן. אַזאַ איז ער. נאָר פֿאַר זײַטיקער אַרבעט, ווייסן מיר, מוז מען ניט זײַן פֿיזיש שטאַרק.
וועגן יוסף בורגן דעם מענטש און שרײַבער, וועגן זײַן איבערגעגעבנקייט דעם שאַפֿערישן ייִדישן וואָרט בכלל און דעם געדרוקטן בפֿרט, איז מיר שוין אויסגעקומען צו שרײַבן, אָבער יאָרן־לאַנג זײַנען מיר געווען ניט נאָר ווי פּען־קאָלעגעס אין אַזאַ נאָענטער בשותּפֿותדיקער באַרירונג, אַז וועגן אים איז נאָך פֿאַראַן איבערגענוג וואָס צו דערציילן, ניט איבערחזרנדיק דאָס שוין פֿאַרעפֿנטלעכטע. אַן אויסנאַם זײַנען די ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע ידיעות, וואָס בײַ אַזאַ יוביליי־פֿײַערונג איז ניט צום אויסמײַדן.
בורג איז געבוירן געוואָרן אין וויזשניץ (אוקראַיִנע). דאָ דערלויב איך זיך צו פֿאַרלויפֿן דעם וועג און מיטטיילן, אַז אין יאָר 1992 האָט מען איינע פֿון די שענסטע גאַסן אין דעם ראַיאָן־צענטער וויזשניץ אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿון דעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג. דאָס איז, מיין איך, אַ זעלטענע געשעעניש און עס לוינט וועגן דעם צו דערמאָנען.
געקומען איז ער פֿון די סאַמע פֿאָלקס־טיפֿענישן. זײַן טאַטע און פֿיל פֿון זײַנע קרובֿים זײַנען דור־דורות געווען פּליטן־טרײַבער. זיי האָבן געהאַקט וועלדער, געטריבן ספּלאַוועס אויף אַ צעווילדעוועטן טײַך און זיך קיין מאָל נישט באַקלאָגט אויף זייער בידנעם גורל. געהאַלטן, אַז אַזוי איז אָנגעצייכנט פֿון השמים. איז ניט צום חידושן זיך, וואָס בורג האָט דעביוטירט מיט אַ דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו".
זאָל דאָ פֿאַר איינס אויך געזאָגט ווערן, אַז אין דער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלע­טער", וואָס איז דאַן געווען די איינציקע טריבונע פֿון ייִדיש־וועלטלעכן וואָרט אין רומעניע, האָבן אָנגעהויבן זייער ליטע­ראַרישן וועג זעליק באַרדיטשעווער, יעקבֿ פֿרידמאַן, מאיר חרץ, יאָסל לערנער, הערש־לייב קאַזשבער־ווײַנשטיין און נאָך, נאָך פּראָזאַיִקער און דיכטער פֿון בוקאָווינער־בעסאַראַבער שניט.
* * *
אין 1939 דערשײַנט אין בוקאַרעסט י. בורגס ערשט ביכל "אויפֿן טשערעמאָש". זײַנע דערציילונגען, וואָס פֿאַרמאָגן שוין אַ קינסטלערישן פֿאַרנעם אין וואָג און אַ יאָדערדיק זאַפֿטיק לשון נעמען אויס בײַ די דעמאָלטיקע גדולים פֿון דער ייִדי­שער ליטעראַטור אין רומעניע, בײַ יעקבֿ שטערנבערגן און משה אַלטמאַנען. פֿון זיי ביידן איז מיר אין פֿיל יאָרן אַרום אויס­געקומען צו הערן גוטע ווערטער וועגן דעם בוך. צו דער צײַט האָט בורג באַוויזן צו פֿאַרענדיקן אַ לערער־סעמינאַר און פֿון 1935 ביז 1938 דערפֿאָלגרײַך געלערנט אין ווינער אוניווערסיטעט גערמאַניסטיק.
נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה דערשײַנט אין טשערנאָוויץ זײַן צווייט בוך, וואָס באַשטייט פֿון אַ זאַמלונג נאָוועלעס, וווּ ער מאָלט די פֿאַרבן־רײַכקייט פֿון דער נאַטור, די שיינקייט פֿון די בערג, וועלדער, טײַכן פֿון די קאַרפּאַטן. דאָס איז שוין געווען אַן אָנזאָג פֿון אַ נײַעם בוך, וואָס קומט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
דער ליטעראַרישער איבערזיכטלער פֿון דער ניו־יאָרקער טעגלעכער צײַטונג "דער טאָג", שלמה ביקל, האָט אין אָנהייב פֿון די זעכציקער יאָרן געשריבן וועגן בורגן:
"עס האָט זיך געגרייט אַרײַנצוקומען אין אונדזער בעלעטריסטיק אַ בערגעלסאָן־תּלמיד מיט אַן אָנדײַט פֿון אייגנס און עכט­קייט, איז ער ערגעץ פֿאַרפֿאַלן געוואָרן".
"פֿאַרפֿאַלן געוואָרן"... אין די מלחמה־יאָרן האָט ער געלעבט אויף אוראַל (טשע­ליאַבינסק), זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאַ­גאָ­גישער אַרבעט און דערנאָך 15 יאָר אַרומ­גע­בלאָנדזשעט פֿון איין אָרט צום אַנדערן. אויב עמעצער האָט וועגן אים עפּעס געהערט, האָט עס ניט געמיינט אַ נײַע שאַפֿונג זײַנע.
דאַנק דיר, גאָט, יוסף בורג האָט זיך אָפּגעפֿונען. אַלץ נאָך אַ ראָמאַנטיקער, אַ פֿאַרליבטער אין די קאַרפּאַטן, נאָר דאָס מאָל רײַסט זיך פֿון האַרצן אַ ווייגעשריי: וואָס איז געוואָרן מיט מײַנע העלדן? ניטאָ מער. אומגעבראַכט...
אָט ווי בורג הייבט אָן איינע פֿון זײַנע דערציילונגען "נײַנצן".
* * *
אַ קליין מאָלעריש דערפֿל, באַהאַלטן אין דער טיף פֿון די קאַרפּאַטן־בערג, אַרומ­געזוימט פֿון אַ געדיכט צעצווײַגטן סאָסנע־וואַלד, וועלכן אַ פֿײַכטער אָפּגרונט האָט געשפּאָלטן אויף צוויי טיילן. און צווישן די בערג אין אַ שמאָליקן טאָל האָבן, צע­שטעלטע ווי בינשטאָקן, איינזאַם זיך געשוואַרצט אַ פּאָר צענדליק פּויערישע כאַטקעס.
ס'האָט געשפּראָצט אויף טאָג.
אויף אַן אויסגעפֿאָרענעם וועג האָבן אָן אַ צאָל מענטשן, ייִדן און נישט־ייִדן, זיך געצויגן צו יענעם אָפּגרונט, וווּ, אויס­געהאַקט פֿון שטיינער, האָט זיך דורכן ביי­מער־געפֿלעכט געריסן צו דער וועלט אַ דענקמאָל אין געשטאַלט פֿון אַ מנורה — אַ מצבֿה איבער אונדזערן קליינעם באַבי יאַר.
קליינער באַבי יאַר...
וויפֿל אַזעלכע באַבי יאַרס, ווי קליי­נע אונטערערדישע ריטשקעלעך, צונויפֿגעגאָ­סענע אין איין מעכטיקן ים פֿון בלוט, שטראָ­מען ביז הײַנט נאָך פֿאַרגעסענע און פֿאַרלאָזטע, צעוואָרפֿענע איבער דער גאַנ­צער לענג פֿון די בוקאָווינער קאַרפּאַטן?
ס'האָט זיי נאָך קיינער נישט געציילט!
* * *
אויף אַן אמת האָט בורג זיך "צעשריבן", ווען ס'האָט זיך באַוויזן דער מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". איינ­צײַ­טיק דרוקט ער זיך אין "פֿאָלקס־שטימע", "פֿאָרווערטס", "נײַע פּרעסע", "ישׂראל־שטימע", "לעבנס־פֿראַגן".
אין זײַן גאַנצער פּראַכט און גלאַנץ האָט בורגס שרײַבערישער טאַלאַנט זיך אַנט­דעקט אין 1980, ווען אין מאָסקווע דער­שײַנט זײַן בוך "דאָס לעבן גייט ווײַטער", דערציילונגען, נאָוועלעס, סקיצן — ווערק פֿון אַ ברייטן פֿאַרנעם מיט אַ רײַ­כער גאַלעריע טיפּן און כאַראַקטערן. אין דרײַ יאָר אַרום — אַ נײַ בוך "איבער­רוף פֿון צײַטן", אין 1990 נאָך אַ ספֿר "אַ פֿאַרשפּעטיקטער עכאָ". אין 1992 — "אונטער איין דאַך". זײַנע ביכער ווערן ביז הײַנט זייער אָפֿט איבערגעזעצט אויף דײַטש, אוקראַיִניש, ענגליש, איטאַליעניש, עבֿרית.
יוסף בורג איז אַ פֿאַרדינסטפֿולער קול­טור־טוער פֿון אוקראַיִנע, לאַורעאַט פֿון סעגאַל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור (1992, ישׂראל). ער איז דער ערן־פֿאָרזיצער פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער קולטור־גע­זעל­שאַפֿט אויפֿן נאָמען פֿון אַ. שטיינבאַרג.
הינטער יוסף בורגס הויכן שטערן פֿלעכטן זיך נאָך פֿיל שאַפֿערישע פֿאַר­טראַכטן, נאָר ליידער, שרײַבט ער מיר מיט ביטערקייט, איז אים שוין שווער האַלטן די פּען אין האַנט און די אויגן ווילן ניט דינען.
מיר באַגריסן האַרציק דעם ליבן, טײַערן מענטש און שרײַבער, יוסף בורג און פֿאַר איינס אַ ברכה, ס'זאָל אים בעסער ווערן, און זײַן לעבנסוועג זאָל דויערן ביז 120.
די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע באַגריסט האַרציק אונדזער פּען־ברודער, יוסף בורג, מיט דער שיינער יוביליי־דאַטע, 95 יאָר, און ווינטשט אים געזונט און נחת־רוח אויף לאַנגע יאָרן.