ווי דער שטייגער איז, האָבן קינדער ליב צו צייכענען: שמואל באַק, דער געבוירענער אין ווילנע אין 1933 — האָט שוין גענומען צייכענען אין עלטער פֿון דרײַ יאָר. און זײַנע צייכענונגען האָבן אַרויסגערופֿן וווּנדער. ליידער, תּורת־קונסט האָט דער קליינער שמואל נישט געלערנט, ווײַל — איידער וואָס ווען — האָבן די נאַציס אונטערגעצונדן די וועלט, און דאָס לעבן פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ גיהנום. הכּלל — דער קליינער שמואל האָט זיך, בלית־ברירה, פֿאַרלאָזט אויף זײַן טאַלאַנט. ער האָט געצייכנט און געצייכנט — און שיין מצליח געווען. אין עלטער פֿון נײַן יאָר האָט ער, אין ווילנער געטאָ, זיך באַטייליקט אין אַן אויסשטעלונג פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלער, און פֿון מבֿינים באַקומען אַ קניפּ אין בעקל!
ווען שמואל מיט דער מאַמען, געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, זײַנען אַוועק אין פּליטים־לאַגער קיין לאַנדסבערג אין בײַערן (דײַטשלאַנד), האָט שמואל, דער קליינער בעל־היצירה, דאָרט געמאַכט אַ רושם. אַלע אָפֿיציעלע באַזוכער פֿון לאַגער האָבן פֿון דעם קליינעם קינסטלערס שאַפֿונגען אָנגעקוואָלן.
אין 1947 איז אַ שאַפֿונג פֿון שמואל באַק דערשינען אין "דבֿר" פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אין "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק.
לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — די שמואל באַק אויסשטעלונג אין קונסט־מוזיי פֿון "יד־ושם" אין ירושלים מאַכט אויפֿן צושויער אַן אויפֿטרייסלנדיקן אײַנדרוק. די אויסגעשטעלטע הונדערט זעכצן בילדער דערלאַנגען אַ גאַנץ באַזונדער שאַרף בילד — אַן אָריגינעל בילד — פֿון דער ברוטאַלער רציחה פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די אויסשטעלונג, פֿאַרלאָזט מען מיט אַן אומגעהײַערן טרויער!
מילא — פּלאי־פּלאָים זײַנען די שאַפֿונגען פֿון 1945־1947: אין די־אָ ווערק פֿון יונגינקן קינסטלער שטעקט אַ שאַרפֿקייט פֿון עקספּרעסיע, געפּאָרט מיט אַ געשיקטקייט, אַ קינסטלערישע, וואָס פּאַסט פֿאַר אַ דערוואַקסענעם געניטן בעל־היצירה.
אָט, גלײַך בײַם איבערשטעלן די שוועל פֿון דער אויסשטעלונג, טוט "באַגריסן" דעם צושויער אַ וווּנדערלעכער אויטאָפּאָרטרעט (1945). דער קליינער שמואל, ער האָט דאָס אַ ביסל "אויסגעמאָלט" די טרויעריקע נשמה זײַנע אויפֿן פּנים... אַזאַ געראָטענע שאַפֿונג קאָן דערלאַנגען נאָר אַ געניטער פּאָרטרעטיסט!
|
אויטאָפּאָרטרעט |
|
דער רירנדיקער אויטאָפּאָרטרעט פֿון קוים צוועלף־יאָריקן קינסטלער "דערציילט", אַז "...דער גן־עדן פֿון מײַן קינדהייט איז פֿאַרלוירן געגאַנגען... צוליב דעם גענוי צוגעטראַכטן אומברענג" פֿון ייִדן (לויט אַ שמועס פֿון קינסטלער מיט אַ זשורנאַליסט אין באָסטאָן אין 2001). ובֿכן, ליגט אַוועקגעלייגט אויפֿן צאַרטן פּנימל פֿון קינד אַן ערנסט פֿון אַ דערוואַקסענעם שווער געפּרוּווטן ייִדן...
און אָט, באַלד, קומען בילדער — עדות פֿון "צוגעטראַכטן אומברענג". פֿאַראַן דאָרט אַן אויטאָפּאָרטרעט פֿון 1947 — פֿאַקטיש אַ יערלעכער "פּאָרטרעט" פֿון דער נשמה און געמיט בײַם יונגן שמואל באַק. דאָרט טוט אַרויסשײַנען, ווי אַ טיפֿע שוואַרצעניש, דאָס אומהיימלעכע געזיכט פֿון בחורל... וויי איז צו דעם קליינעם שמואל!..
שמואל באַק האָט מיט דער מאַמען עולה געווען קיין ישׂראל אין 1948; אָבער דער פּייזאַזש פֿון "אומברענג" שטייט אים כּסדר פֿאַר די אויגן... והאָ־ראַיה — עפּעס איז די שטימונג אינעם בילד "יד־אליהו" (1949) אַ קלאָגעדיקע. שמואל מאָלט כּסדר בילדער וואָס דערציילן "דעם גענוי צוגעטראַכטן אומברענג" פֿון ייִדן. דער כאַראַקטער פֿון די בילדער וועט זיך בײַטן אין דער מאָס ווי ער וועט זיך הייבן און דערהייבן אויף די שטאַפּלען פֿון חכמת־הקונסט.די געטאָ
אין יאָר 1952, פֿאַרן אַוועקגיין אין דער ישׂראל־אַרמיי, לערנט שמואל באַק אַ קורצע צײַט אין דער קונסט־שול "בצלאל" אין ירושלים. נאָכן מיליטער־דינסט, אין 1956, ווערט ער אַ תּלמיד אין דער נאַציאָנאַלער קונסט־אַקאַדעמיע אין פּאַריז. דאָרט וועט ער אָנשאַרן פֿולע זשמעניעס פֿון חכמת־הקונסט — דער עיקר, לערנען וועט ער אין די צאָלרײַכע מוזייען און גאַלעריעס.
|
די געטאָ |
|
אַ רושם אין פּאַריז מאַכט אויף אים די אַבסטראַקטע מאָלערײַ און דער סוררעאַליזם. שמואל באַק נעמט זיך דערווײַטערן פֿון פֿיגוראַטיוון אויסדרוק — ער איז פֿאַרכאַפּט פֿון דעם אַבסטראַקטן לשון — ער נעמט מאָלן אַבסטראַקטע בילדער, און אין טונקעלע טענער "כאַפּט ער אַ שמועס" מיט זיך אַליין.
באַלד אָבער טוט ער זיך אַ דערמאָן, אַז אויב ער איז פֿון וויסטן גיהנום אַרויס מיטן לעבן איז דער חובֿ זײַנער, נישט בלויז סתּם דערציילן וועגן דעם אומברענג פֿון ייִדן, אלא קלאָר מאַכן פֿאַר דער וועלט דאַרף ער דעם טרויעריקן באַטײַט פֿון חורבן.
מיט דעם־אָ געדאַנק קערט זיך דער קינסטלער צוריק צו דער רעאַליסטישער פֿיגוראַציע. אָבער שוין אין אַ באַזונדערן נוסח. זײַנע פֿיגוראַטיווע בילדער מאַכן איצט אַ רושם, עלעהיי רעשטן פֿון אַן אַלט־פֿאַרשוווּנדענער ציוויליזאַציע, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט און באַוויזן זיי צו רעסטאַוורירן...
אָט, למשל אַ בילד — פֿון צווישן שטיינער טוט אַרויסשײַנען כּאילו אַן "אויסגעגראָבענע" געטאָ... אַ צווייט בילד — כּאילו אַן אַנטדעקטער "בית־הקבֿרות". פֿאַראַן אַ שאַפֿונג — צוויי פֿאַראייניקטע בילדער (אַ דיפּטיק) א״נ "לא־תרצח" אין דעם דאָזיקן ווערק פּאַנעוועט אַ דראַמאַטישע אַטמאָספֿער — אין טונקל־באַרגיקן פּייזאַזש פֿון ערשטן בילד איז עפּעס "אַמאָל" פֿאָרגעקומען אַ דראַמע. דהײַנו? — אַ וויסטער מאָנסטער, אַן אַנטי־מענטש, האָט זיך דאָ פֿאַרמאָסטן אויף די הייליקע לוחות מיט די אויסגעקריצטע צען געבאָט — ער האָט די לוחות צעבראָכן... אָט, ליגן זיי, די געשענדעטע לוחות, אָנגעשפּאַרט אין ראַנד פֿון בילד. אַ העלער ליכטשײַן, ווי אויס רחמנות, נעמט אַרום דעם מעכטיקן מאָנומענט, טרייסטן וויל די זון דעם קרבן פֿון רוצחישע לאַפּעס...
|
גורלות |
|
איצטער, אין צווייטן בילד פֿון טריפּטיק, ליגט דאָ אַ באַרג שטיינער צעוואָרפֿן, ווי נאָך אַן ערד־ציטערניש... אויף זיי שטעקן עטישע געבאָטן אויסגעקריצט... אַוועקגעשלײַדערט אין אַ זײַט וואַלגערט זיך אַ צעקאַליעטשעטער שטיין מיטן "אָנוכי"...
פֿאַראַן בײַ שמואל באַק "שטיל־לעבנס" פֿון זעלבן כאַראַקטער. אָט, אַ שטוב־חפֿץ, אַ "צונויפֿגעקלעפּטער", עלעהיי אַן "אויסגעגראָבענער" — אַ זכר פֿון אַן אַמאָליקן לעבן...
"מײַנע 'שטיל־לעבנס'", דערציילט דער קינסטלער, "האָבן דעם טעם פֿון פּאָרטרעטן פֿון היימישע מענטשן, די געראַטעוועטע פֿונעם חורבן". די־אָ "פּאָרטרעטן", דאַרף מען זאָגן, זײַנען מאָדנע ביז גאָר! אָט, למשל, דער "קליינער מאָנומענט"... אַ באַרנע מיט צוויי האָריזאָנטאַלע שפּאַלטן... פֿון דער דאָזיקער געשפּאָלטענער באַרנע וואַקסט אַרויס אַ צווײַגל מיט פֿיר גרויסע בלעטער...
אין זעלבן סוררעאַליסטישן באַנעם מאָלט שמואל באַק אויך פּייזאַזשן. טראַגיש, אין פֿאַרטראַכט, זענען די בילדער "אונטער די ביימער". די דאָזיקע בילדער, פּייזאַזשן ליכטיקע פֿון "פּאָנאַר"־וואַלד, וווּ די נאַציס האָבן אויסגעשאָכטן די ליטווישע ייִדן — די־אָ בילדער רײַסן שטיקער פֿון דעם צושויערס געמיט! דער קינסטלער האָט דאָ פֿאַרטראַכט אַ נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע. קוקט און זעט! — עפּעס איז די נאַצישע שחיטה געווען שוידערלעך אַזוי, אַז פֿון פּחד האָבן די ביימער זיך "אָפּגעריסן" פֿון שטאַם און גענומען "אַנטלויפֿן" פֿון דער זינדיקער ערד...
הכּלל, די שמואל באַק־אויסשטעלונג אין קונסט־מוזיי פֿון "יד־ושם" אין ירושלים איז כּדאַי צו באַזוכן.
|
זכרונות |
|