מוזיק
די ערשטע "פּאָנק"־מוזיק גרופּע — "ראַמאָנס"
די ערשטע "פּאָנק"־מוזיק גרופּע — "ראַמאָנס"

במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן זיך געשלאָסן אין ניו־יאָרק עטלעכע מוזיק־קלובן צוליב דעם שטײַגנדיקן דירה־געלט אין מאַנהעטן. יענע וואָך האָט זיך פֿאַרמאַכט "טאָניק", אַ מוזיק־קלוב וואָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער ווײַנקעלער אויף דער איסטסײַד; אַן אַנדער קלוב, "ניטינג פֿאַקטאָרי" [ניי־פֿאַבריק], וואָס איז אַמאָל געווען אַ וויכטיק אָרט צו הערן אַוואַנגאַרדישע מוזיק, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי וועלן זיך אויך שליסן. נאָר פֿון די אַלע קלובן האָט דאָס שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" [CBGBs] אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן געמאַכט דעם גרעסטן רושם אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל די אָנהייבן פֿון "פּאָנק"־מוזיק נעמען זיך פֿון יענעם קלוב אין די 1970ער יאָרן. דער באַלעבאָס איז געווען אַ ייִד, הילי (הלל) קריסטאָל, און במשך פֿון 30 יאָר האָבן די "פּאָנקס" פֿון אומעטום אַרויפֿגעקוקט צו דעם דאָזיקן קלוב ווי די הויפּטקוואַרטיר פֿון זייער מוזיק. דער "פּאָנק"־קלוב האָט אויסגעזען ווי די מוזיק אַליין — רוי, פּרימיטיוו, געוויינטלעך אומריין, אָן קיין שום אָרנאַמענטאַציעס. די הויכע "ראָק און ראָל"־קלאַנגען האָבן צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע פֿון דער גאַנצער וועלט וואָס זענען געקומען "דינען" בײַ דעם "אַלטאַר" פֿון "פּאָנק"־מוזיק.

הילי קריסטאָל איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער קאָלאָניע אין ניו־דזשערזי, באַקאַנט ווי די רוזוועלט־קהילה. דעם קלוב האָט ער געעפֿנט אין 1971 מיטן געדאַנק צו שפּילן אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק, אָבער אַן אַנדער מין מוזיק האָט דעמאָלט געבושעוועט אין דער סבֿיבֿה, און קריסטאָל איז געווען דער ערשטער צו לאָזן די יונגע מוזיקער שפּילן אויף אַ "באַלעבאַטישער" בינע. קיין פּראָבע האָט ער אַפֿילו נישט געפֿאָדערט — אַבי מע שפּילט אָריגינעלע מוזיק, וואָס די יוגנט וויל הערן.

בײַם שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" האָט מען אַ סך געשריבן וועגן הילי קריסטאָל אין דער פּרעסע און געפֿרעגט זיך, צי ס'איז פֿאַראַן אַ גרעסערע ייִדישע פֿאַרבינדונג מיט דער "פּאָנק־מוזיק". אין אַ נײַ בוך פֿון סטיווען לי ביבער "The Heebie Jeebies at CBGBs" און אין אַ סימפּאָזיום בײַם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה" האָט מען אויך די טעמע אַרומגערעדט. צווישן די ערשטע "פּאָנק"־מוזיק גרופּעס איז געווען די "ראַמאָנס", אַ גרופּע וואָס מיט זייערע הויכע, גיכע און קורצע לידער און מיט זייערע שוואַרצע קליידער, זון־ברילן און דאַרע פֿיגורן (צוליב נאַרקאָטיק), געלאָזט אַ דויערנדיקן שטעמפּל אויף דער "פּאָנק־מוזיק"־באַוועגונג. די צוויי אָנפֿירנדיקע מוזיקער אין דער גרופּע זענען געווען ייִדן. טאַמי ראָמאָן איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1949 מיטן נאָמען טאָמאַש ערדעלי, און האָט אָרגאַניזירט די גרופּע. אין 1956 איז זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין עסטרײַך און אימיגרירט קיין אמעריקע. דער אַנדערער מיטגליד דזשאָי ראַמאָן, דער הויפּט־זינגער און לידער־שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן ווי דזשעפֿרי הײַמאַן, אין קווינס, ניו־יאָרק. ביידע ייִדישע מוזיקער האָבן געהאַט גרויסע פּראָבלעמען אין דער יוגנט און דער מחבר ביבער פֿאַרבינדט די ווילדע מוזיק פֿון "פּאָנק" מיט די נעווראָטישע קינדער־יאָרן פֿון די צוויי.

די איראָניע פֿון צונויפֿפּאָרן "פּאָנק"־מוזיק מיט ייִדן, איז וואָס טייל "פּאָנק"־מוזיקער האָבן געניצט נאַצי־סימבאָלן בעת זייערע פֿאָרשטעלונגען און אין זייערע לידער. די "ראַמאָנס" האָבן אויך געזונגען וועגן נאַציס, אָבער מיט הומאָר — "נאַצי־שאַצי" זינגט מען אין איין שורה און ווען פּרעזידענט רייגען איז געפֿאָרן צום ביטבורגער צווינטער, האָט דזשאָי ראַמאָן אָנגעשריבן דאָס ליד "באַנזאָ פֿאָרט קיין ביטבורג", אַן אָנצוהערעניש וועגן רייגען אין זײַן אַמאָליקער פֿילם־ראָלע ווי אַ פֿרײַנד פֿון אַ מאַלפּע.

"פּאָנק"־מוזיק האָט געהאַט אַרום זיך אַ ברייטערע קולטור. אַ נײַע מין מוזיק־קריטיק האָט זיך אַנטוויקלט, וועלכער האָט געפּרוּווט איבערצוגעבן די אינטענסיווקייט פֿון דער מוזיק אין זײַן שרײַבן. כּמעט די אַלע קריטיקער זענען געווען ייִדן, ווי לעסטער באַנגס און לעני קיי. דער קריטיקער לעני קיי איז געוואָרן מער באַקאַנט ווי אַ מוזיקער אין פּאַטי סמיטס פּאָנק־ראַק־גרופּע. ער שטאַמט פֿון אַ לינקער ייִדישער משפּחה אין ניו־דזשערי און פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדיש וויסן פֿון דער געשיכטע פֿון "ראָק־און־ראָל"־מוזיק. הײַנט שרײַבט ער ביכער וועגן אַמעריקאַנער פּאָפּולערער מוזיק און טרעט ווײַטער אויף אין דער פּאַטי סמיט־גרופּע.

עס איז נישט קיין פֿראַגע, אַז ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער "פּאָנק"־מוזיק־באַוועגונג — ווי מוזיקער, קריטיקער, אימפּרעסאַריאָס, עקזעקוטיוון אין רעקאָרדירונג־פֿירמעס, באַלעבאַטים פֿון נאַכט־קלובן — אָבער צי די "פּאָנק"־מוזיק שפּיגלט אָפּ די ייִדישע קולטור איז אַ גרויסער ספֿק. אונטער דער רובריק פֿון "פּאָנק" גייען אַרײַן כּלערליי מינים מוזיק און אידעאָלאָגיעס, פֿון רעכטס ביז לינקס. אַוודאי האָבן ייִדן זיך באַטייליקט אין "פּאָנק"־מוזיק ווײַל ייִדן באַטייליקן זיך דאָך אין אַלע קולטורעלע דערשײַנונגען וואָס שטאַמען פֿון ניו־יאָרק. עס איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט צו דערוויסן זיך, ווער איז אַ ייִד אין דער אַלגעמיינער קולטור, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז די מוזיק אַליין איז אַ ייִדישער פֿענאָמען.