|
פּראָפֿ |
|
מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר.
טאַטע־מאַמע מאַכן פּלענער ווי אַזוי צו פֿאַרברענגען אין די יום־טובֿדיקע טעג. קינדער אין די חדרים און די שולן, קנעלן די הילכות פּסח, און וואַרטן שוין מיט אומגעדולד אויף דעם פּסח־סדר, אויף דער הגדה מיט די מה־נשתּנה־קשיות; אַנדערע וואַרטן אויף די טראַדיציאָנעלע קניידלעך...
אונדזער יום־טובֿדיקער געמיט־צושטאַנד ווערט שטענדיק דערדריקט, ווען מיר זאָגן אין דער הגדה די דערמאָנונג: ... "בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו", אַז אין יעדן דור שטייען אויף שׂונאים, וואָס ווילן אונדז פֿאַרטיליקן.
אונדזער דור, וואָס האָט דורכגעמאַכט דעם חורבן און די פֿאַרטיליקונג פֿון די זעקס מיליאָן פֿון אונדזער פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע, דורך די נאַצישע רוצחים און זייערע אַרויסהעלפֿער, זענען הײַנט עדות פֿון דער אויפֿוואַכונג פֿון דעם אַנטיסעמיטיזם אין אונדזער צײַט, באַזונדערס פֿון דעם מאָדערנעם המן אין דער אַמאָליקער פּערסיע, הײַנט איראַן, אַכמאַדינעדזשאַד, וועלכער פּרעדיקט און העצט קעגן מדינת־ישׂראל און ייִדישן פֿאָלק בכלל.
און אַז עס דערנענטערט זיך דער יום־טובֿ פּסח, ציטערן אונדזערע הערצער אומעטום, עס זאָל, חס־וחלילה, ערגעץ וווּ זיך באַווײַזן אַ שׂונא־ישׂראל, וועלכער זאָל אַרויסקומען מיט אַ שפּאָגל נײַעם עלילת־דם, אַ בלוט־בילבול, ווי עס איז אָפֿט געשען אין אונדזער אַלטער און גאָר ניט ווײַטער גלות־געשיכטע.
מיר זענען באַקאַנט מיט די בלוט־בילבולים, וואָס די שׂונאי־ישׂראל האָבן אויסגעטראַכט קעגן די ייִדן, אַז זיי ניצן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר פּסח, בײַם באַקן די מצות.
דער היסטאָריקער יאָסעפֿוס פֿלאַוויוס דערציילט, אַז אין דער צײַט פֿון דער גריכישער הערשאַפֿט זענען ייִדן באַשולדיקט געוואָרן, אַז זיי ניצן בלוט פֿון גריכישע קינדער אין די ריטואַלן פֿון פּסח אין בית־המיקדש.
דער ערשטער עלילת־דם אין מיטל־עלטער איז געשען אין יאָר 1144 אין ענגלאַנד. מען האָט באַשולדיקט די ייִדן, אַז זיי האָבן דערמאָרדעט אַ קריסטלעך ייִנגל מיטן נאָמען וויליאַם פֿון נאָרוויטש. נאָכדעם, אין יאָר 1255, האָט מען געפֿוּנען אַ דערמאָרדעט קריסטלעך ייִנגל אין דער שטאָט לינקאָלן אין ענגלאַנד, און די דאָרטיקע ייִדן זענען געוואָרן באַשולדיקט אין באַגיין דעם דאָזיקן מאָרד.
ענלעכע באַשולדיקונגען זענען געמאַכט געוואָרן קעגן ייִדן אין דמשׂק, סיריע אין 1840, אין קאָרפֿו אין 1891, א״אַ פּלעצער.
באַזונדערס זענען באַקאַנט דער בלוט־בילבול און דער פּאָגראָם אויף די ייִדן אין קעשענעוו אין יאָר 1903, און דער באַרימטער מענדל בייליס־פּראָצעס אין קיִעוו אין יאָר 1913, וואָס האָבן געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער וועלט.
עס זענען אויך געווען אַזעלכע פֿאַלן פֿון באַשולדיקונגען קעגן ייִדן אין פּוילן (1928), ליטע (1929), בולגאַריע (1934).
אין רעזולטאַט פֿון די דאָזיקע באַשולדיקונגען, זענען אומעטום פֿאָרגעקומען פּאָגראָמען און אַטאַקן אויף די דאָרטיקע ייִדן, מיט אַ גרויסער צאָל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע. אין די מערסטע פֿאַלן האָבן די רעגירונגס־אינסטאַנצן געשטיצט די ווילדע מאַסן, אָדער זיי זענען געווען גלײַכגילטיק צו די מאָרדן און פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן.
אין די היטלער־יאָרן האָט דער גיפֿטיקער שׂונא־ישׂראל יוליוס שטרײַכער, דער רעדאַקטאָר פֿון נאַצישן "דער שטירמער", געהעצט, גערייצט און זיך באַניצט מיט בלוט־בילבולים און אַנדערע באַשולדיקונגען קעגן ייִדישן פֿאָלק.
מיר געדענקען אויך דעם פּאָגראָם אין קעלץ אויף די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה מיט העכער אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק. די פּאָליאַקן האָבן באַשולדיקט די מיט נסים לעבן־געבליבענע ייִדן אין דערמאָרדן אַ פּויליש ייִנגל, כּדי זיך צו באַניצן מיט זײַן בלוט אין באַקן די פּסח־מצות.
אַבֿרהם רייזען, אונדער גרויסער פֿאָלקס־דיכטער, האָט אין זײַן באַרימט ליד "שפֿוך חמתך" אויסגערופֿן צו גאָט: ... "שפֿוך חמתך על הגויים, גיס אויס דײַן צאָרן אויף די פֿעלקער, וואָס דער פּסח און דער פֿרילינג דינט פֿאַר זיי אַ צייכן פֿאַר פּאָגראָמען, ווײַל זיי האָבן אין די כּוסות דיר געגאָסן שרעק און סם, און פֿאַרפֿלעקט דײַן ריינסטן יום־טובֿ מיט אַ בייזן עלילת־דם"...
כאָטש גרויסע רבנישע אויטאָריטעטן, אַפֿילו פּויפּסטן אין וואַטיקאַן און מלוכישע פּערזענלעכקייטן, האָבן במשך פֿון דורות אויפֿגעוויזן און געלייקנט, אַז די ייִדן באַניצן זיך מיט קריסטלעך בלוט פֿאַר מצות, האָט עס זייער קנאַפּ געהאָלפֿן. די שׂונאי־ישׂראל האָבן זיך געמאַכט נישט זעענדיק און ניט הערנדיק צו די אַלע באַווײַזן. אַ בלוט־בילבול קעגן די ייִדן איז שטענדיק געווען אַ לײַכט מיטל אויפֿצוהעצן די ווילדע מאַסן, צו באַפֿאַלן ייִדן, חרובֿ מאַכן בתּי־כּנסת און אויספֿירן פּאָגראָמען אויף זייערע ייִדישע שכנים.
די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם בוך "פּסח של דם" פֿון פּראָפֿ' אוריאל טואַף
אין די לעצטע יאָרן זענען די באַשולדיקונגען פֿון עלילת־דם קעגן ייִדן געוואָרן זעלטענער. די אַזוי־גערופֿענע "מאָדערנע, פֿאָרגעשריטענע וועלט" אײַלט זיך ניט צו באַניצן מיט דעם דאָזיקן פּרימיטיוון, אַלטמאָדישן מיטל. עס זענען הײַנט צו טאָג דאָ אַנדערע מיטלען און אַרענעס צו באַשולדיקן מדינת־ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות אין מאָרדן אומשולדיקע קרבנות אין די "אָקופּירטע שטחים", אין אונטערדריקן און דיסקרימינירן די אַראַבער און קריסטן אין הייליקן לאַנד, און אין פֿאַרשוועכן און שענדן זייער גאָט און זייערע הייליקע מקומות.
ערשט מיט אַ חודש צוריק האָט ראַעד סאַלאַך, דער מוסולמענישער שייך, אויסגערופֿן אין זײַן העצערישן אַטאַק קעגן די ייִדן בײַ דעם "מוגראַבי־טויער", נאָענט פֿון דעם כּותל־מערבֿי:
"אויף אונדזערע בגדים און אין אונדזערע געטראַנקען וועט איר ניט געפֿינען קיין טראָפּן קריסטלעך 'בלוט'", אַן אָנדײַט אויף די בלוט־בילבולים קעגן די ייִדן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.
הײַנט צו טאָג זענען מיר עדות פֿון אַן אויפֿוואַכונג פֿון אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם אין אייראָפּע און אַנדערע ערטער אין דער וועלט. גענוג אָנצוצינדן אַ קליין פֿײַערל פֿון האַס און אַנטי־ייִדישער פּראָפּאַגאַנדע, אַז דער דאָזיקער פֿײַער זאָל זיך שנעל פֿאַרשפּרייטן אין אַ גרויסן סכּנותדיקן פֿלאַקער, אַזוי ווי עס שטייט טאַקע אין דער הגדה, אַז אין יעדן דור "עומדים עלינו לכלותינו".
* * *
עס איז ניט קיין וווּנדער, וואָס מיט אַ קורצער צײַט צוריק איז די ייִדישע וועלט אויפֿגערודערט געוואָרן פֿון דער ידיעה, אַז איינער פֿון די "אַנשי שלומינו", פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט אין רמת־גן, אַ זון פֿון דעם 92־יאָריקן געוועזענעם הויפּט־רבֿ פֿון רוים אליו (אליהו) טואַף, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשאַרבעט אין איטאַליע, מיט אַ שרײַענדיקן פּראָוואָצירנדיקן נאָמען "פּסח של דם" — פּסח פֿון בלוט. אויף דעם שער־בלאַט פֿון בוך קען מען זען אַן עלטערע ייִדישע געשטאַלט מיט אַ באָרד, וועלכע האַלט אין זײַן האַנט אַ שחיטה־מעסער איבערן האַלדז פֿון אַ קריסטלעך ייִנגל און אין הינטערגרונט קען מען אויך זען אַ זײַל מיט פֿײַער און דערנעבן שטייט אַ מלאך, וועלכער קוקט זיך צו צו דעם דאָזיקן שוידערלעכן אַקט. ניטאָ ערגעץ וווּ, כאָטש אַ קליין אונטערשריפֿט אַז עס איז אַן אַלטערטימעלכע צייכענונג, וואָס שילדערט די "עקידת־יצחק", אַז דער וואָס האַלט דאָס מעסער אין האַנט איז ניט קיין אַנדערער ווי אונדזער פֿאָטער אַבֿרהם אָבֿינו. אַ דורכשניטלעכער מענטש קען זיכער מיינען, אַז דאָס בילד דאַרף אילוסטרירן אַ הײַנטצײַטיקע געשעעניש, ווי אַזוי עס ווערט דערמאָרדעט אַ קריסטלעך ייִנגל דורך אַ ייִדן מיט אַ באָרד, געוויס אַ רבֿ, פֿאַר דעם צוועק צו באַניצן זיך מיט זײַן בלוט בײַם באַקן מצות פֿאַר דעם פּסח־סדר.
דער אינערלעכער טעקסט פֿון בוך איז פֿול מיט דערציילונגען וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַלן פֿון עלילת־דם קעגן ייִדן, אין דער ווײַטער און נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט. דער ייִדישער היסטאָריקער פּראָפֿ' טואַף גיט צו וועגן אַ צאָל פֿון זיי רמזים, אָנצוהערענישן און האַלבע אמתן, אַז עס איז אפֿשר דאָ אַ גרונט צו גלייבן אַז עס זענען געווען פֿאַלן ווען קריסטן אַליין האָבן דערמאָרדעט זייערס אַ קינד, כּדי צו קענען אין די פֿאַרפּסחדיקע טעג וואַרפֿן די שולד אויף ייִדן. ער שטיצט זיך אויף דעם פֿאַקט, אַז אין מיטל־עלטער זענען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און קריסטן געווען שטאַרק אָנגעשטרענגטע, ספּעציעל אין דער תּקופֿה פֿון די קרייצצוגן. אין אַ סך פֿאַלן האָט מען געצוווּנגען די ייִדן בשעת די אַרעסטן און פּײַניקונגען זיי זאָלן זיך מודה זײַן אין דערמאָרדן אַ קריסטלעך קינד פֿאַר ריטועלע צוועקן.
פּראָפֿ' טואַף האַלט, אַז אין אייניקע שטעט אין אייראָפּע האָבן געוויסע ייִדן ניט געקענט אויסהאַלטן די שווערע, אומדערטרעגלעכע פּײַניקונגען און בלית־ברירה זיך אונטערגעגעבן די פֿאָדערונגען פֿון די פּײַניקער, און זיי האָבן זיך מודה געווען אין דער דאָזיקער שולד.
כאָטש פּראָפֿ' טואַף שרײַבט, אַז די ייִדישע רעליגיע פֿאַרבאָט שטרענג זיך צו באַניצן מיט בלוט פֿאַר ריטועלע צוועקן, אָבער זײַן אַרגומענטאַציע איז שוואַך, זײַנע באַהויפּטונגען אין בוך לאָזן איבער דעם אײַנדרוק בײַ קריסטלעכע לייענער, אַז אַזעלכס איז יאָ געשען, און דאָס איז וואַרשײַנלעך די סיבה פֿאַרוואָס ער איז אַזוי שאַרף קריטיקירט געוואָרן פֿון אַזוי פֿיל קרײַזן, אַפֿילו פֿון אַ צאָל פֿון זײַנע קאָלעגעס־היסטאָריקער, וועלכע האַלטן, אַז עס איז מעטאָדאָלאָגיש אַ ניט־געלונגענע פֿאָרשאַרבעט, "אַ באַליידיקונג פֿאַר אונדזער אינטעליגענץ".
* * *
דאָס בוך "פּסח של דם" איז דערשינען אין איטאַליע און מיט עטלעכע טעג שפּעטער איז אַרויסגעקומען די פּאָפּולערער איטאַליענישע צײַטונג "קאָריעראַ דע־לאַסעראַ" מיט אַ ברייטער אָפּהאַנדלונג וועגן דעם אינהאַלט פֿון בוך, וואָס האָט אַרויסגערופֿן ממש שטורמישע אָפּרופֿן און שאַרפֿע קריטיק קעגן דעם מחבר און זײַנע באַהויפּטונגען.
אַ גרופּע איטאַליענישע רבנים, צווישן זיי אַפֿילו זײַן אייגענער 92־יאָריקער פֿאָטער, דער געוועזענער הויפּט־רבֿ פֿון רוים אליו (אליהו) טואַף, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שטרענגע פֿאַרדאַמונג און אָפּגעשטויסן די אויספֿירן פֿון דעם היסטאָריקער, פּראָפֿ' אוריאל טואַף.
דאָס זעלבע איז אויך געשען אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות, וווּ מען האָט באַצייכנט דעם פּראָפֿ' טואַף, הויפּט פֿון דעם פֿאַקולטעט פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט, ווי אַ טשודאַק, אַן אויסטערלישער טיפּ, אַ פֿאַנטאַזיאָר.
זיי האָבן אויסגעדריקט זייער זאָרג, אַז דאָס דאָזיקע בוך "פּסח של דם" וועט פֿאַרשטאַרקן נאָך מער דעם אַנטיסעמיטיזם אין דער וועלט, און עס וועט אַרײַנשפּילן אין די הענט פֿון די שׂונאים פֿון דער ייִדישער מדינה, דער ייִדישער רעליגיע און די ייִדן אומעטום.
די פּראָטעסטירער האָבן זיך געוואָנדן צו דער לייטונג פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, אַז מען זאָל אָפּזאָגן פּראָפֿ' טואַף פֿון זײַן פּאָסטן, ווי דער הויפּט פֿון דעם פֿאַקולטעט פֿאַר ייִדישער געשיכטע.
פּראָפֿ' טואַף האָט געטענהט, אַז מען האָט ניט פֿאַרשטאַנען זײַן טעזע און אַז ער האָט קיין מאָל ניט באַשטעטיקט, אַז ייִדן האָבן אין לויף פֿון דער געשיכטע דערמאָרדעט קריסטלעכע קינדער פֿאַר ריטועלע צוועקן.
וואָס שייך דאָס באַניצן בלוט אין שפּײַז און געטראַנקען האָט ער אָנגעוויזן אין זײַן פֿאָרשאַרבעט, אַז ער האָט זיך באַצויגן צו דעם האַנדל אין מיטל־עלטער מיט בלוט פֿון לעבעדיקע מענטשן פֿאַר פֿאַרשיידענע מאַגישע און ספּעציעל פֿאַר מעדיצינישע צוועקן, ווי טראַנספֿוזיעס; אַזוי ווי מען זאַמלט הײַנט צו טאָג בלוט פֿאַר בלוטבענק אין שפּיטעלער און אַנדערע היילונג־אַנשטאַלטן. פּראָפֿ' טואַף האַלט, אַז עס זענען מעגלעך געווען אויך געוויסע ייִדן פֿאַרמישט אין דעם דאָזיקן האַנדל מיט בלוט פֿון לעבעדיקע מענטשן. זיי זענען ניט געווען די איינציקע — אויך קריסטן און מענטשן פֿון אַנדערע רעליגיעס האָבן עס געטאָן.
די שׂונאי־ישׂראל האָבן געפֿונען אַ לײַכטן מיטל אין דעם דאָזיקן פֿאַל, און עס צוגעשריבן צו ייִדן, וועלכע דערמאָרדן קריסטלעכע קינדער פֿאַרן צוועק צו באַניצן זיך דערמיט בײַם באַקן מצות פֿאַר פּסח.
* * *
אין רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער קאָנטראָווערסיע איז ניט לאַנג צוריק אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ ספּעציעלע זיצונג אין דער חינוך־קאָמיסיע אין כּנסת, וווּ מען האָט באַהאַנדלט די קאָנסעקווענצן פֿונעם דערשײַנען פֿון דעם דאָזיקן פּראָוואָצירנדיקן בוך פֿון פּראָפֿ' טואַף.
די כּנסת־דעפּוטאַטין פֿון דער "קדימה"־פּאַרטיי מאַרינאַ סאָלאָדקינאַ האָט געפֿאָדערט צו שטעלן דעם היסטאָריקער, פּראָפֿ' טואַף, צום געריכט, ווײַל זײַנע באַהויפּטונגען זענען אַ באַליידיקונג און סכּנה פֿאַר דער זיכערהייט פֿון ייִדישן פֿאָלק.
אין דער זייער היציקער דעבאַטע האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אַריה אלדד (איחוד לאומי־מפֿד"ל) דערקלערט, אַז פּראָפֿ' טואַף האָט זיך אַליין געמאַכט פֿאַר אַ שותּף צו די הײַנטצײַטיקע שׂונים, וועלכע באַניצן זיך מיט מאָדערנע בלוט־בילבולים קעגן דער מדינת־ישׂראל, דער ייִדישער רעליגיע און ייִדישן פֿאָלק בכלל.
ער האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז די כּנסת זאָל באַשטעטיקן אַ געזעץ, וואָס זאָל פֿאַרזיכערן, אַז מחברים פֿון אַזעלכע שענדלעכע חיבורים זאָלן באַקומען שטרענגע שטראָפֿן.
פּראָפֿ' אוריאל טואַף איז געווען אײַנגעלאַדן צו דער דאָזיקער זיצונג, אָבער ער איז ניט געקומען. ער האָט צוגעשיקט אַ דערקלערונג, אַז ער קלײַבט זיך אין גיכן צו ענטפֿערן אויף די אַלע באַשולדיקונגען אין אַ גרעסערער אַרבעט, "ווי עס פּאַסט פֿאַר זײַן שטאַנד און אַקאַדעמישער פּאָזיציע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט".
דערווײַל האָט ער געפֿאָדערט אָפּצושטעלן די פֿאַרשפּרייטונג און די ווײַטערדיקע פּובליקאַציעס פֿון בוך אין איבערזעצונגען אין אַנדערע שפּראַכן, און אויך אַראָפּנעמען אַלע נאָך ניט פֿאַרקויפֿטע ביכער פֿון די פּאָליצעס אין די ביכער־געשעפֿטן.
ער האָט געבעטן דעם פֿאַרלעגער איבערגעבן די הכנסה פֿון די שוין פֿאַרקויפֿטע ביכער צו דער Anti-Defamation-League אין אַמעריקע.
איך בין זיכער, אַז די דאָזיקע קאָנטראָווערסיע וועט זיך ניט אײַנשטילן אַזוי שנעל, עס וועט נאָך לאַנג אָנגיין און דיסקוטירט ווערן אין פֿאַרשיידענע קרײַזן און אויף פֿאַרשיידענע פֿאָרומס.