|
אַניע שיינפֿעלד |
|
געווען איז דאָס פֿאַר דער מלחמה. די געבײַדע פֿון אונדזער קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן קרעשטשאָטיק, דער הויפּט־גאַס פֿון דער שטאָט, האָט געהאַלטן אין איין רעמאָנטירט ווערן. האָבן מיר דערווײַל געשפּילט בשכנות, אינעם געוועזענעם קולטור־הויז פֿאַר בויערס. דער דאַך פֿון אָט דעם קולטור־צענטער איז געווען אַ לעכערדיקער, און ווען ס׳פֿלעגט אָנהייבן רעגענען... הכּלל, מען האָט געשפּילט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "שולמית" — די טאָכטער פֿון ירושלים — די האַנדלונג פֿון וועלכער ס׳קומט פֿאָר אין די אוראַלטע צײַטן.
די צויבערדיקע שולמית האָט פֿאַרבלאָנדזשעט אינעם מידבר. עס סמאַליעט די זון און דער דאָרשט נאָך אַ טרונק וואַסער איז מסוכּן שטאַרק. און אָט גראָד דאַן ווען זי, אַ פֿאַרצווייפֿלטע, נעמט שרײַען: "אַ טרונק! אַ טרונק!", האָט אַ קנאַל געטאָן אַ דונער, אַ רעגן האָט גענומען קלאַפּן אין דאַך פֿונעם טעאַטער און טאַקע באַלד האָבן אויף דער בינע גענומען פֿאַלן געדיכטע רעגן־טראָפּנס. צווישן דעם עולם איז דורכגעגאַנגען אַ לײַכט שמייכעלע.
אַניע שיינפֿעלד, וועלכע האָט אין יענעם אָוונט געשפּילט שולמית, האָט זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרלוירן. מיט אַ מאָל האָט בײַ איר אין קאָפּ אַ בליץ געטאָן אַ פֿאַרשײַטער געדאַנק. אין איין אויגנבליק האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די קני, פֿאַרהויבן די הענט צום הימל, גענומען זיך בוקן און אויסריידן:
— איך דאַנק דיר, גאָטעניו, וואָס דו האָסט דערהערט מײַן געבעט, וואָס דו האָסט געראַטעוועט מיך פֿון אַ דורשטיקן טויט!
דערנאָך האָט זי זיך אַ הייב געטאָן פֿון די קני, גענומען שלינגען די טראָפּנדלעך וואַסער, וואַשן דאָס פּנים, די הענט און צו לעצט, אַוועק אין אַ ווילדן טאַנץ. די צושויער, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן קיין אַנונג נישט געהאַט וואָס דאָ איז ערשט פֿאָרגעקומען, האָבן גענומען הייס אַפּלאָדירן.
יעדעס מאָל, ווען איך פֿלעג קומען צו פֿאָרן קיין קיִעוו, האָב איך זיך אַוועקגעלאָזט מיט דער קראַסנאָאַרמייסקער גאַס צום הויז וווּ ס׳האָט געוווינט יענע "שולמית", וואָס האָט אַזוי אײַנפֿאַלעריש און קונציק אויסגעשפּילט די אומדערוואַרטע סצענישע סיטואַציע.
צוערשט, פֿלעגן מיר פֿאַרוואַרפֿן איינער דעם צווייטן מיט שטייגער־פֿראַגעס: ווי גייט דאָס לעבן? ווי איז מיטן געזונט? וואָס טוען די קינדער, אייניקלעך, אוראייניקלעך? דערנאָך פֿלעגן מיר, אומבאַמערקט, אַריבערגיין אויף טעאַטראַלע טעמעס: גענומען ריידן וועגן נײַע פֿאָרשטעלונגען, געלונגענע אַקטיאָרישע אַרבעטן, אויפֿגעקומענע ייִדישע טעאַטער־אַנסאַמבלען.
ניוסיע, ווי מיר פֿלעגן זי געוויינטלעך רופֿן, האָט באַלד אויפֿגעלעבט, ס׳צעפֿלאַמט זיך איר דאָס פּנים, ס׳נעמען לויכטן די אויגן און די שטים אירע הייבט אָן קלינגען ווי אַמאָל, וווּנדערלעך יונג. זע איך פֿאַר זיך ווידער יענע צויבערנדיקע אַקטריסע, אין וועלכער מיר, סטודענטן פֿונעם קיִעווער טעאַטראַלן אינסטיטוט, זײַנען געווען פּשוט פֿאַרליבט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי זאָל נישט געווען שפּילן, איז זי געווען אין איר מלא־חן. איר סצענישע מײַסטערשאַפֿט, איר געפֿיל צו אימפּראָוויזאַציע און בלענדיקער טעאַטראַלישקייט, איר זינגען און טאַנצן — אַלץ, אַלץ איז געפֿעלן געוואָרן דעם צושויער, געמאַכט זי פֿאַר זײַנעם אַ ליבלינג.
צום ערשטן מאָל האָב איך זי דערזען אויף דער בינע אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיג" זי האָט געשפּילט די ראָלע פֿון שײַלאָקס טאָכטער, דזשעסיקאַ. איר אַרט רעדן, שעמעוודיקייט אין דער אויפֿגעקומענער ליבע, האָט אַרויסגערופֿן מיטגעפֿיל. די סצענע מיטן פֿאָטער, וועלכן עס האָט געשפּילט דער באַוווּסטער ייִדיש־דײַטשישער אַקטיאָר אַלכּסנדר גראַנאַך, איז געווען איינע פֿון די בעסטע אין אָט דעם פּרעכטיקן ספּעקטאַקל, וואָס איז געשטעלט געוואָרן פֿון דעם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, דעם באַוווּסטן רעזשיסאָר פֿונעם מאָסקווער קינסטלערישן טעאַטער ("מכאַט"), באָריס ווערשילאָוו.
"איך האָב שטאַרק ליב געהאַט די סצענע — דערמאָנט זיך די אַקטריסע. — איינס האָט מיך בלויז געשראָקן: וואָס פֿאַר אַ פּאַטש וועל איך הײַנט באַקומען פֿון גראַנאַכן: אַ געמאַכטן, צי אַן אמתן? דער גרויסער בינע־מײַסטער פֿלעגט אַזוי שטאַרק אַרײַנגיין אין דער ראָלע פֿון שײַלאָקן, אַז ער האָט אָפֿט פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר אים שטייט נישט זײַן טאָכטער, נאָר אַן אַקטריסע. דערנאָך, אינעם אַנטראַקט, פֿלעגט ער זיך פֿאַר מיר אַנטשולדיקן און אַ קוש טאָן אין דער באַק, וועלכע האָט נאָך געפֿלאַמט פֿון זײַן פּאַטש".
אַניע שיינפֿעלד שטאַמט פֿון אַן אַקטיאָרישער משפּחה. אירע עלטערן האָבן דאָס גאַנצע לעבן געשפּילט אין ייִדישע וואַנדער־טרופּעס. זייער איינציק קינד האָבן זיי צוערשט געהאַלטן נעבן זיך, אַרומגעפֿירט איבער די שטעט און שטעטלעך פֿונעם תּחום־המושבֿ. דערנאָך, ווען ס׳איז געקומען די צײַט פֿון אָנהייבן זיך לערנען, האָבן זיי זי אײַנגעאָרדנט בײַ זייערע גוטע פֿרײַנד אין מעדזשיבאָזש.
נאָך אַ ברעקל קינד, האָט זי "געשפּילט" טעאַטער. אייניקע מאָל אַפֿילו אַרויסגעבראַכט אויף דער בינע עטלעכע ווערטער, אויסגעזונגען אַ קורצינק לידעלע, אַ דריי געטאָן זיך אין אַ טענצעלע. דער עולם האָט געפּאַטשט "בראַוואָ" און געשריגן "ביס". איר איז דאָס, בפֿירוש, געפֿעלן געוואָרן. איז ווען זי איז אָנגעקומען זיך לערנען אין דער מעדזשיבאָזשער ייִדישער שול, האָט זי גלײַך אָנגעהויבן אָנטיילנעמען אינעם שילערישן דראַם־קרײַז, און אין גיכן געוואָרן אין אים די "פּרימאַדאָנע". די לערער האָבן איר פֿאָרויסגעזאָגט אַ גרויסע סצענישע צוקונפֿט. זייער נבֿיאות איז מקוים געוואָרן. אַ שאָד נאָר, וואָס אין סאַמע בלי פֿון איר שעפֿערישער טעטיקייט איז אויף אַ סך יאָרן איבערגעריסן געוואָרן דער גאָלדענער פֿאָדעם פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן טעאַטער.
דערווײַל ענדיקט זי דערפֿאָלגרײַך די שול, הייבט אָן איר סצענישן וועג אין איינעם פֿון די בעסטע באַוועגלעכע טעאַטערס. עס ציט זי אָבער צו הויכער קונסט, צו גרויסע שטעט, צו עכטע בינע־מײַסטערס, בײַ וועלכע מען קאָן זיך לערנען. אין יאָר 1927 קומט פֿון אַמעריקע אויף גאַסטראָלן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד די וועלט־באַרימטע "קעניגין פֿון דער ייִדישער אָפּערעטע", קלאַראַ יונג. אירע פֿאָרשטעלונגען קומען פֿאָר אינעם זומער־טעאַטער פֿונעם מאָסקווער סאָד "ערמיטאַזש". אין זיי נעמען אָנטייל אירע אַלטע טעאַטראַלע חבֿרים, מיט וועלכע זי האָט געשפּילט נאָך מיט אַ סך יאָרן צוריק, און אויך אַ גרופּע יונגע אָנפֿאַנגער, צווישן זיי — די 15־יאָריקע ניוסיע.
ווען קלאַראַ יונגס מאַן, בועז יונגוויץ, דער אומדערמידלעכער דירעקטאָר און רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער, האָט צום ערשטן מאָל דערזען ניוסיען, האָט ער גלײַך געוואָלט זי אָפּשיקן צוריק אַהיים.
"בײַ מיר איז נישט קיין קינדער־גאָרטן — האָט ער געטענהט — בײַ מיר איז אַ טעאַטער; דאָ דאַרף מען קענען שפּילן, דערלאַנגען סחורה".
האָט ניוסיע "דערלאַנגט סחורה" — אויסגעזונגען און אויסגעטאַנצט איר גאַנצן רעפּערטואַר. מיסטער יונגוויץ (ווי אַלע האָבן אים גערופֿן) איז געווען איבערראַשט. ער האָט זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, וואָס אין אַזאַ קליין וויזעלע שטעקט. אויף דעם האָט זיך אָבער דער עקזאַמען נישט פֿאַרענדיקט. ער האָט איר געהייסן אויסשרײַען צוויי ווערטער: "פּאָזשאַר! פּאָזשאַר!" (אַ שׂריפֿה, אַ שׂריפֿה). זי האָט זיך פֿאַרחידושט, נאָר זײַן באַגער אויסגעפֿירט. לאָזט זיך אויס, אַז דאָס זײַנען געווען די ערשטע ווערטער, מיט וועלכע ס׳באַווײַזט זיך אויף דער בינע אַ פֿאַרשײַט מיידל, סאָקי־סאָני, אין יונגוויצעס אָפּערעטע "לייבעלע־אָדעסיעס", די ראָלע, וואָס ער האָט געהאַט בדעה איר צו פֿאַרטרויען.
אָט אַזוי איז ניוסיע שיינפֿעלד געוואָרן די פּאַרטנערקע פֿון דער געקרוינטער קלאַראַ יונג. געשפּילט האָט ניוסיע מיט באַגײַסטערונג. אין יעדער, אַפֿילו קלענסטער, ראָלע אַרײַנגעלייגט אַ שטיק נשמה. און, ענדלעך, געוואָרן באַמערקט דורכן טעאַטער־עולם, אַפֿילו אין אַ גרעסערער מאָס ווי מיסטער יונגוויץ האָט זיך פֿאָרגעשטעלט.
— באַשיידענער, מיידעלע, באַשיידענער! — פֿלעגט ער איר גוטמוטיק אַרײַנרוימען אין אויער. — קלאַרא יונג האָט פֿײַנט, ווען מען טרעט איר אָן אויף דער מאַזאָליע.
איינמאָל האָט קלאַראַ יונג געכאַפּט אַ פֿאַרקילונג, געוואָרן הייזעריק, ס׳האָט זיך בײַ איר געזעצט די שטים. וועגן אָפּלייגן די פֿאָרשטעלונג האָט אָבער קיין רייד נישט געקאָנט זײַן. מע האָט באַדאַרפֿט שפּילן. אָבער ווי אַזוי? אַן אויסוועג האָט, ווי שטענדיק, געפֿונען מיסטער יונגוויץ. די סאַמע שווערסטע וואָקאַלע נומערן האָט ער "פֿאַרבויגן". וואָס שייך די דועטן, וועלכע זי האָט באַדאַרפֿט אויסזינגען צוזאַמען מיט ניוסיען, האָט מען זיך צונויפֿגערעדט, אַז ווען ס׳וועט איר שווער זײַן צו נעמען אַ הויכע נאָטע, וועט זי לײַכט אַ קניפּ טאָן ניוסיען אין האַנט און יענע וועט גלײַך אַריבערגיין פֿון דער צווייטער שטימע אויף דער ערשטער. אַזוי האָט מען טאַקע געטאָן און די פֿאָרשטעלונג אָפּגעראַטעוועט.
אין יענעם אָוונט איז שיינפֿעלדס האַנט געווען פֿול מיט סימנים פֿון קלאַראַ יונגס "לײַכטע" קניפּן.
מאַניע קאַרלאָס, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿונעם געוועזענעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער, וועלכע האָט דאַן אויך געשפּילט בײַ קלאַראַ יונג, דערמאָנט זיך, אַז אַ חוץ סאָקי־סאָני האָט ניוסיע גלענצנדיק אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון דער אַמעריקאַנערין ליוסי אין דער אָפּערעטע "שאַט, שאַט, דער רבי פֿאָרט", און די ראָלע פֿון חנהלען אין יונגוויצעס "די זעקסטע ווײַב", און אַז דער ערשטער סאָוועטישער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר בילדונג, אַנאַטאָלי לונאַטשאַרסקי, ווי אויך דער גרויסער רעזשיסאָר ווסעוואָלאָד מייערכאָלד, האָבן אַפּשאַצנדיק הויך די קונסט פֿון קלאַראַ יונג, דערמאָנט צום גוטן אויך די יונגע, טאַלאַנטירטע ניוסיע שיינפֿעלד.
ווען קלאַראַ יונגס גאַסטראָלן האָבן זיך פֿאַרענדיקט און זי, מיטן מאַן, האָבן זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָט מען ניוסיען פֿאַרבעטן אינעם כאַרקאָווער ייִדישן טעאַטער "געזקולט" (געזעלשאַפֿטלעכע קולטור). דאָס איז געווען אַ טעאַטער פֿון קליינע פֿאָרמען, אָבער די קונסט זײַנע איז געווען אַ הויך־קינסטלערישע. אייניקע פֿאָרשטעלונגען האָט געשטעלט דער באַוווּסטער אין יענע יאָרן מאָסקווער רעזשיסאָר־עקספּערימענטאַטאָר ניקאָלײַ פֿאָרעגער. ער האָט געהאַלטן פֿון אַ סינטעטישן טעאַטער, אין וועלכן, באַנאַנד מיטן וואָרט און געדאַנק, האָבן געדאַרפֿט זײַן לידער, טענץ, קלאָונאַדע, אַקראָבאַטיק, עקסצענטריאַדע, פּאַראָדיע, פּאַנפֿלעטן, אויסדריקספֿולע מיזאָנסצענעס.
פֿאָרעגערן איז שיינדפֿעלד געפֿעלן געוואָרן. אויך דער אַקטיאָרישער קאָלעקטיוו, אין וועלכן ס׳איז געווען די באַרימטע אַקטריסע רבֿקה רופֿינאַ, האָט זי אויפֿגענומען ווי אַן אייגענע. ס׳האָט לאַנג נישט געדויערט און מען האָט איר גענומען פֿאַרטרויען גרויסע ראָלעס, אָפֿט בולט־עקסצענטרישע, אין וועלכע ס׳האָט זיך אַנטפּלעקט איר פּלאַסטישקייט, שאַרם, דאָס קענען לײַכט איבערשטאַלטן זיך. אוממיטלבאַר און חנעוודיק איז זי געווען אין קינדערישע ראָלעס, איבערהויפּט — אין ייִנגלשע.
דאַרף זיך טרעפֿן, אַז דער הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם אַל־אוקראַיִנישן "גאָסעט" (אַזוי האָט מען דאַן גערופֿן דעם כאַרקאָווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער), מאָריס נאָרוויד, זאָל זי דערזען אין דער ראָלע פֿון אַ פֿאַרשײַט יאַטל און איז ממש געווען אַנטציקט פֿון איר שפּילן. גראָד דעמאָלט האָט דער "גאָסעט" זיך געקליבן צו שטעלן די פּיעסע פֿונעם באַוווּסטן אוקראַיִנישן דראַמאַטורג איוואַן מיקיטענקאָ "לויכט אונדז שטערן" ("קאַדרען"), און קיין פּאַסיקע אַקטריסע, וואָס זאָל קענען אויספֿירן די ראָלע פֿונעם פֿאַרוואָרלאָזטן קאָטקען איז אין דער טרופּע נישט געווען.
ניוסיען איז שווער געווען צו פֿאַרלאָזן דעם "געזקולט", וווּ זי איז אין אַ קורצער צײַט אָנערקענט געוואָרן בײַם צושויער און דער טעאַטראַלער קריטיק. דער פֿאָרשלאַג איז אָבער געווען אַ שטאַרק צוציִענדיקער.
און אָט איז שוין שיינפֿעלד אינעם באַרימטן "גאָסעט", וווּ ס׳טרעטן אויף אַזעלכע באַוווּסטע בינע־מײַסטערס ווי אַבֿרהם נוגער, אַדאַ סאָנץ, פֿיי זאַסלאַווסקי, איוואַ ווין, דאָניע סטריזשעווסקי, יעקבֿ גאָלמאַן, אהרן מערענ-זאָן. זי רעפּעטירט קאָטקען. די ראָלע מיט די פֿריילעכע לידעלעך און פֿײַערדיקע טענץ, איז ווי צוגעמאָסטן פֿאַר איר. און די פּיעסע אַליין איז אַ פּרעכטיקע. אין איר לעבט אויף די ברויזנדיקע יוגנט פֿון אָנהויב 1920ער יאָרן, וועלכע בײַט די ביקס אויף אַ פּען, טרעט צו זיך צו לערנען בויען אַ נײַ לעבן (זיי ווייסן נאָך נישט וועגן סטאַלינס קומענדיקן טעראָר און אַכזריות). צווישן זיי איז פֿאַראַן אַ וווילער און קלוגער ייִדישער בחור מאָסיע. טאַקע ער טרעפֿט אָן אויף קאָטקען, וועלכער האַלט זיך אויף אין אַ דלותדיקן הקדש־קעלער; שלעפּט אים מיט גוואַלד אַרויס פֿון דאָרטן, און הייבט אָן מאַכן פֿון אים אַ מענטש.
די פֿאָרשטעלונג האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג. בײַ דער פּרעמיערע איז בײַגעווען דער מחבר פֿון דער פּיעסע, איוואַן מיקיטענקאָ. מ׳האָט אים אַרויסגערופֿן אויף דער בינע. ער האָט באַדאַנקט דעם טעאַטער־קאָלעקטיוו פֿאַר דער מעכטיקער פֿאָרשטעלונג, דערנאָך איבערגעגעבן ניוסיען די קווייטן, וואָס מען האָט אים געשענקט, און געזאָגט: "דאָס איז מײַן בעסטער קאָטקע". דאָס איז געווען גאָר אַ הויכע אָפּשאַצונג. די פּיעסע איז געווען פּאָפּולער און געגאַנגען אין אַ סך טעאַטערס אויף כּלערליי שפּראַכן. אין 1937 איז איוואַן מיקיטענקאָ, דער אויסנעמלעכער דראַמאַטורג און אמתער אינטערנאַציאָנאַליסט, געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם סטאַליניסטישן טעראָר.
פֿון יענער אומפֿאַרגעסלעכער פּרעמיערע, פֿון יענעם רירנדיקן קאָטקען, הייבט זיך אָן שיינפֿעלדס שעפֿערישער אויפֿשטײַג אינעם "גאָסעט", מיט וועלכן זי האָט זיך שוין נישט געשיידט ביז ער איז פֿאַרמאַכט געוואָרן.
זי האָט אַ סך געשפּילט, געשאַפֿן אַ גאַנצע גאַלערייע געשטאַלטן, צווישן זיי: די צאַרטע ליוסיל אין מאָליערס קלאַסישער קאָמעדיע "דער קליינבירגער אינעם אַדלטום", די נעגערטע אורום אין אַנאַטאָל גלעבאָווס היסטאָרישער דראַמע "זאָגמוק", דאָס מיידל פֿון ווסעוואָלאָד ווישניעווסקיס כראָניק "אויף מערבֿ איז אומרויִק".
אין 1934 פֿאָרט די אוקראַיִנישע רעגירונג אַריבער פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון ווערט דער כאַרקאָווער "גאָסעט" אָפּגעווישט. ס׳האָט געזאָלט הייסן, אַז ער פֿאָרט איבער קיין קיִעוו און פֿאַראייניקט זיך מיטן קיִעווער "גאָסעט". אַ סך ייִדישע אַקטיאָרן האָבן דאַן פֿאַרלוירן זייער אַרבעט. ניוסיע שיינפֿעלד איז געווען צווישן די גליקלעכע, וועלכע האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט צו אַרבעטן אינעם פֿאַראייניקטן טעאַטער.
די ערשטע ראָלע, אין וועלכער ס׳האָט זי דערזען דער קיִעווער ייִדישער טעאַטער־עולם, איז געווען זיאָמקע קאָפּאַטש פֿון מ. דאַניִעלס פּיעסע מיט דעם זעלבן נאָמען. אין יענע יאָרן איז דאָס געווען איינע פֿון די פּאָפּולערסטע סצענישע ווערק, וועלכע איז געשטעלט געוואָרן נישט בלויז אויף דער ייִדישער בינע. דערנאָך זײַנען געווען שולמית און דזשעסיקאַ. די אײַנלאַדונג פֿון שלמה מיכאָעלסן אַריבערצוגיין אין מאָסקווער "גאָסעט". זי איז אָבער געבליבן טרײַ דעם קיִעווער טעאַטער; צוזאַמען מיט אים געלאָזט זיך אין דער ווײַטער עוואַקואַציע, ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה, און צוזאַמען מיט אים זיך אומגעקערט אין יאָר 1945 קיין... ניין נישט קיין קיִעוו — אין קיִעוו האָט זיך פֿאַרן טעאַטער קיין אָרט נישט געפֿונען — נאָר טשערנאָוויץ; און דאָרט פֿאָרגעזעצט צו שאַפֿן אַלץ נײַע און נײַע סצענישע געשטאַלטן. צווישן די נײַע געשטאַלטן האָבן זיך געפֿונען: דאָניע, אין ליפּע רעזניקס מוזיקאַלישער קאָמעדיע מיטן זעלבן נאָמען; די פּאַרטיזאַנקע מאַרינאַ, אין משה פּינטשעווסקיס געטאָ־דראַמע "איך לעב"; די אַמעריקאַנערין ביטשע נעווי, אין אײַזיקס גובערמאַנס קאָמעדיע "כּדאַי צו לעבן אויף דער וועלט"; דער ממזרישער דינער ליאָפֿלעש, אין מאָליערס קלאַסישער קאָמעדיע "דער קאַרגער"; דאָס ייִנגעלע, אין אַבֿרהם גאַלדפֿאַדענס "די כּישוף־מאַכערין", וואָס זינגט אויס דאָס באַקאַנטע לידעלע "הייסע באַבקעלעך, ייִדעלעך קויפֿט".
אַ יאָר פֿאַר דעם, ווי ס׳איז געשלאָסן געוואָרן אונדזער טעאַטער, האָט מען מיר פֿאַרטרויט צו שטעלן די אינסצענירונג פֿון יעקבֿ דינענזאָנס גרעסערער דערציילונג "יאָסעלע". ווען דער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, משה גאָלדבלאַט, האָט געפֿרעגט בײַ מיר, וועמען טראַכט איך צו געבן די ראָלע פֿון יאָסעלען, האָב איך גלײַך געענטפֿערט: ניוסיע שיינפֿעלד.
איך האָב קיין טעות נישט געהאַט. גראָד אין דער ראָלע האָט זיך בולט אַנטפּלעקט איר פֿילאַרטיקער טאַלאַנט. דאָס פּינטעלע חן האָט אַ שפּיל געטאָן מיט אַלע פֿאַרבן פֿונעם רעגנבויגן, און ס׳איז אַנטשטאַנען דאָס טראַגישע געשטאַלט פֿון אַן אָרעם און פֿאַרשטויסן ייִנגעלע, וואָס די שלעכטע מענטשן האָבן עס באַרויבט, צוגענומען דאָס גליק בײַ אַ קינד און, צולעצט, אויך זײַן לעבן.
שיינפֿעלדס יאָסעלע האָט גערירט, אַרויסגערופֿן מיטלײַד און איינצײַטיק אַנטציקט. דער זאַל איז געווען שטענדיק פֿול געפּאַקט.
דער 15טער פֿעברואַר, 1950. אונדזער לעצטע פֿאָרשטעלונג! ס׳איז געגאַנגען דונאַיעווסקיס אָפּערעטע "דער פֿרײַער ווינט". ניוסיע שיינפֿעלד האָט געשפּילט אין איר די פֿאַרשײַטע פּעפּיטאַ, וועלכע האַלט אין איין שטיפֿן, פֿילט אויס פֿריילעכע קופּליעטן, טאַנצט.
ניוסיע דערמאָנט זיך:
— דאָס האַרץ האָט געוויינט און איך האָב געלאַכט, געמאַכט לוסטיק דעם צושויער, ווי אַ וויכער געטראָגן זיך איבער דער בינע. — בײַ ניוסיען גיסן זיך אָן די אויגן מיט טרערן. — באַרויבט! באַרויבט, ווי מען האָט אַמאָל באַרויבט מײַן טײַערן יאָסעלע. צוגענומען דאָס טײַערסטע, וואָס איז געווען אין אונדזער אַלעמענס לעבן — דעם ייִדישן טעאַטער.
דערנאָך האָט די וווּנדערבאַרע ייִדישע אַקטריסע ניוסיע שיינפֿעלד געאַרבעט אין משך פֿון 25 יאָר אינעם לעמבערגער אוקראַיִניש־רוסישן ליאַלקע (פּופּן)־טעאַטער. אויסגעשפּילט אַ שלל מיט קעץ, הינט, וועווערקעס, פֿויגלען. געווען גליקלעך ווען ס׳פֿלעגט זיך מאַכן אַ ראָלע פֿון אַ פֿאַרשײַט ייִנגל אָדער אַן עקסצענטרישע "לעבעדיקע" ראָלע אין אַ פֿאָרשטעלונג פֿאַר דערוואַקסענע און... געבענקט, שרעקלעך געבענקט, נאָכן ייִדישן טעאַטער, נאָך אַ ייִדיש וואָרט.
ניוסיע שיינפֿעלד איז אַוועק אין דער אייביקייט אין נאָוועמבער 1992. זאָל דאָס זײַן אַ ווידמונג אַנשטאָט אַ קראַנץ בלומען אויף איר קבֿר, אַ האַרציקע דערמאָנונג וועגן אַ פֿאַרלאָשענעם שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער.