- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 9 שׂרוניע איז דעם גאַנצן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטע. עס איז איר נאָכגעגאַנגען די נישט־דערשלאָפֿענע נאַכט, און זי האָט יעדעס מאָל געוואָרפֿן אָנגעשפּיצטע בליקן אויף דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". זי האָט אַפֿילו צו איר צוגעלייגט אַן אויער און אײַנהאַלטנדיק דעם אָטעם, געשטאַנען אַזוי אַ ווײַלע און שוין שטיל, אויף די שפּיץ־פֿינגער, ווי זי וואָלט מורא געהאַט עמעצן אויפֿצוּוועקן אָדער אָנשרעקן, זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן זיך צוצוגרייטן עפּעס עסן. אָדער פֿאַרקערט: פּלוצעם האָט זי אָנגעהויבן קלאַפּן מיט די פּאָר טעלער. אַרויסגעשלעפּט פֿון די שאַפֿקעלעך די טעפּלעך, זיי איבערגעשטעלט, איבערגערוקט; דערנאָך זיך גענומען וואַשן דאָס ביסל געפֿעס, כאָטש ס׳איז געווען ריין און קיין שום זין האָט עס נישט געהאַט. אויפֿגעדרייט דעם קראַנט ביזן סוף, האָט דאָס וואַסער־שטרעמל מיט כּוח אַ זעץ געטאָן אינעם וואַשבעקן. זינט זי וווינט אין ישׁראל האָט זי עס קיין מאָל נישט געטאָן. וואַסער איז דאָך דאָ טײַערער פֿון מילך. זי האָט זיך דאָ אויף ס׳נײַ געמוזט אויסלערנען צו וואַשן דאָס געפֿעס, וואָס שפּאָרעוודיקער. ס׳איז איר אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער האַנט דאָס מעסער און געפֿאַלן אויפֿן שטיינערנעם דיל. זי האָט עס בפֿירוש געטאָן נישט בכּיוון. "צי איז עס צום גוטן, אָדער צום שלעכטן" — האָט זי אַ טראַכט געטאָן. שׂרוניע האָט זיך דערמאָנט ווי מאַניע, דאָס דינסט־מיידל, פֿלעגט זאָגן, אַז אויב מע לאָזט פֿאַלן אַ מעסער אויפֿן דיל, דאַרף מען זיך היטן פֿאַר אַ שאַרפֿער צונג. זי האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער: שוין אַ פֿערטל צו צוועלף, און וואַליע איז נאָך נישט געקומען. ס׳איז דאָך הײַנט מאָנטיק? זי האָט שוין אָנגעהויבן צווייפֿלען, צי ס׳איז טאַקע דער טאָג, וואָס וואַליע קומט צו איר... וווּ זשע איז זי? אויף אַ רגע האָט שׂרוניע זיך פֿאַרלוירן. און אפֿשר איז הײַנט אַן אַנדער טאָג? זי האָט זיך אומגעקוקט, געזוכט עפּעס מיט די אויגן אויף די ווענט, מסתּמא אַ קאַלענדאַר. דאָרט, אין בעלץ, איז בײַ איר תּמיד געווען אַ קאַלענדאַר. ער איז געהאָנגען אין קיך לעבן דעם אײַזקאַסטן, און זי פֿלעגט יעדן אינדערפֿרי, באַלד נאָכן אויפֿשטיין, אינעם נאַכט־העמד, אַרײַנגיין אין קיך און אָפּרײַסן דאָס בלעטל. בדרך־כּלל, איז שׂרוניע נישט געווען אָבערגלויבעריש, אָבער דאָס קאַלענדאַר־בלעטל פֿלעגט זי אָפּרײַסן נישט פֿאַר נאַכט, פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן, נאָר דווקא גאַנץ קאַיאָר, ווען אַלע אין שטוב, דוד און די קינדער, האָבן נאָך געכאַפּט דעם לעצטן דרעמל. בײַ נאַכט קומען די שרעקן. אַלץ אַרום איז נישט זיכערדיק. בײַ נאַכט פֿאַרלאָזט די נשמה דעם גוף, פֿלעגט זאָגן די מאַמע, און אין דער פֿרי קערט זי זיך אום. אָדער זי בלײַבט שוין אויף שטענדיק ערגעץ אין וועג. אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע. צי די מאַמע האָט עס געמיינט ערנסט, צי אונטערגעשמייכלט דערבײַ, איז געבליבן פֿאַר איר פֿאַרהוילן; אָבער אין דער סעקונדע, וואָס שׂרוניע פֿלעגט אָפּרײַסן דאָס בלעטל, האָט זי ממש געפֿילט, אַז די נאַכט איז אַוועק, און ס׳איז געקומען אַ נײַער, ליכטיקער טאָג. דער בליק איז געפֿאַלן אויף די צײַטונגען. דאָרט איז טאַקע אָנגעוויזן די דאַטע, אָבער וואָס וועט עס איר העלפֿן. שוין אין גאַנצן פֿאַרלוירן די האָפֿענונג עפּעס אויסצוקלאָרן, האָט זי אַ טראַכט געטאָן: כאָטש נעם און קלינג אָן פֿירוניען אין טאָראָנטאָ, אָדער איליקן קיין האַמבורג, און פֿרעג: וואָס איז הײַנט פֿאַר אַ טאָג?... זיי וועלן טאַקע אַ טראַכט טאָן, אַז זייער מאַמע איז אַראָפּ פֿון זינען. מיט אַ מאָל מיד געוואָרן פֿון אייגענע געדאַנקען און פּלאָנטערן, האָט שׂרוניע זיך צוגעשאַרט צום דיוואַן... דער ווינטער איז פֿאַרבײַ. דערנאָך איז דורכגעפֿלויגן דער פֿרילינג. און אָט איז שוין דער זומער אין דרויסן. דער סדר פֿון צײַט האָט זיך נישט געענדערט. אַלץ איז געבליבן ווי פֿאַר דער מלחמה: די ביימער אין גאָרטן האָבן זיך צעבליט, דאָס גראָז זיך צעוואַקסן און דער טײַך בוג האָט געטראָגן זײַנע וואַסערן ווײַטער צום שוואַרצן ים, ווי מיט הונדערטער יאָר צוריק, נאָך אין פּאָטאָצקיס צײַטן. דער פּאָליציאַנט מישקאַ־קאַזאַק — שטענדיק אַ פֿריילעכער יאַט מיט אַ קאַזאַצקע היטל, אָנגעטאָן אויף אַ זײַט, אַז זײַן שיינע, בלאָנדע טשופּרינע זאָל זיך אָנזען פֿון אונטערן גלאַנצנדיקן דאַשיק — האָט ליב געהאַט צו זאָגן: "וואָס זײַט איר אַזוי אומעטיק, מיידלעך? ס׳איז דען שלעכט אײַך דאָ? גראָז איז איבער גענונג — האָט איר וואָס צו עסן! ביימער זיך אויפֿצוהענגען — וויפֿל איר ווילט! און וואַסער אין בוג פֿעלט אויכעט נישט אויס, איר זאָלט האָבן וווּ זיך צו דערטרינקען! מיט איין וואָרט — אַ קוראָרט!" צום בוג האָט מען טאַקע דערלויבט זיי זיך אַראָפּצולאָזן, זיך באָדן און איבערוואַשן דאָס בינטל חפֿצים. אינעם גאָרטן פֿלעגט מען צונויפֿנעמען די פֿאַראַיאָריקע צווײַגלעך, אַראָפּגעפֿאַלענע טרוקענע בלעטער און אָפּקאָכן אַ זופּעכץ1 אויף צוויי ציגלען. קאָכן איז אויסגעקומען אין אַ פֿאַרזשאַווערטער קאָנסערוון־פּושקע, אויסגעגראָבן אויפֿן ברעג, ווי אַ דערמאָנונג פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם לעבן. געקאָכט האָט מען בדרך־כּלל פֿאַסאָליעס; אַ זשמעניע פֿאַסאָליעס איז גרינגער געווען אַרײַנצושמוגלען פֿון יענער זײַט צוים, ווי עטלעכע קאַרטאָפֿליעס. געקאָכט האָט מען כּמעט אַ גאַנצן טאָג. די בלעטער פֿלעגן גיך אויסברענען, אָבער אָפּברעכן אַ צווײַגל פֿון אַ בוים, אַפֿילו אַ פֿאַרטריקנטס האָט מען נישט געטאָרט. באַגראָבן פֿלעגט מען מיט שטעקנס איבערן קאָפּ — אומברחמנותדיק. די קלעפּ פֿלעגן אָבער נישט אָפּשטעלן, ווײַל דער הונגער איז געווען נאָך שטאַרקער. פֿאַר נאַכט צו האָבן איבערן גאַנצן גאָרטן געפֿינקלט צווישן די ביימער גליִענדיקע פֿײַערלעך פֿון נאָך אַ טאָג לעבן. צו יענער צײַט האָבן שׂרוניע און כאַיוסיע שוין געהאַט אויסגעביטן אויף עסן כּמעט אַלץ, וואָס זיי האָבן געבראַכט פֿון טולטשין. געבליבן איז נאָר שׂרוניעס פּאַלטאָכל2 און כאַיוסיעס זייגערל, וואָס דער מאַן האָט איר געקויפֿט נאָך דער חתונה. זיי האָבן עס אָבער געהאַלטן אויף שפּעטער, אויסצובײַטן אויף אַ ביסל שפּײַז צו האָבן ווינטער אַ ביסן אין מויל. האָבן זיי באַשלאָסן זיך אַרויסצושמוגלען אין דאָרף. כאַיוסיע האָט עס שוין געטאָן נישט איין מאָל, בעת שׂרוניע איז געבליבן זיצן מיט איליקן. דאָס מאָל זײַנען זיי געגאַנגען זאַלבע־דריט. שׂרוניע האָט זיך דערווײַל נישט פֿאָרגעשטעלט, ווי אַזוי זי וועט קאָנען אויסשטרעקן איר האַנט און בעטלען. דער וועג האָט אָבער נישט געגעבן איר לאַנג צו טראַכטן וועגן דעם; צו גרויס איז געווען די סכּנה אַרײַנצופֿאַלן אין די הענט פֿון אַ פּאָליציאַנט אָדער אַ זשאַנדאַר, אָדער סתּם אַ פּויער, וואָס האָט געזוכט זיך אויסצופֿײַנען פֿאַר דער מאַכט. דעמאָלט זײַנען זיי פֿאַרגאַנגען ווײַט, מעגלעך אַ צוואַנציק קילאָמעטער פֿון פּעטשערע. פֿאַרבײַ די דערפֿלעך טאַראַסאָווקע, קאָביליאָווקע; אויסגעזוכט פֿאַרוואַקסענע סטעזשקעס אין די וועלדלעך, אומוועגן, אַרומגייענדיק די גרעסערע דערפֿער, הינטער די כאַטעס3 און סעדער קיינער זאָל זיי, חלילה, נישט באַמערקן. בײַ טאָג פֿלעגן זיי זיך פֿאַרטײַען4 ערגעץ אין די געדיכטע קוסטעס, און בלויז פֿאַר נאַכט, ווען די זון האָט זיך אַליין באַהאַלטן הינטערן באַרג, און די פּויערים האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם פֿעלד, פֿלעגן זיי שטילערהייט צוגיין צום הינטערשטן הויף און וואַרטן, אַז עמעצער זאָל זיך באַווײַזן פֿון דער כאַטע. די האַנט איז שׂרוניען נישט אויסגעקומען אויסצושטרעקן. דערזעענדיק זיי, פֿלעגן די קליינע קינדער אַנטלויפֿן, אַזוי אָפּשרעקעוודיק האָבן זיי אויסגעזען. די גרעסערע האָבן שוין געוווּסט ווער די אָפּגעריסענע סטראַשידלעס זײַנען, און תּיכּף אַרײַנגעלאָפֿן צוריק אין דער כאַטע. אין אַ פּאָר מינוט אַרום איז אַרויסגעקומען אַ פֿרוי, טראָגנדיק אין דער פּאָלע5 אַ גאַנצן אוצר: אַ פּײַדע6 שוואַרץ ברויט, אַ פּאָר אָפּגעקאָכטע קאַרטאָפֿל, פּאָמידאָרן, אוגערקעס... צו מאָל האָט מען זיי אַפֿילו אַרײַנגערופֿן אין שטוב. געקוקט, ווי די געסט שלינגען אַלץ וואָס מע דערלאַנגט, האָבן די ווײַבער געווישט די טרערן: "גאָט, פֿאָטער טײַערער, מע ענדיקט מיט זיי, וועט מען זיך נעמען צו אונדז!" איליק האָט געשלונגען ווי אַ גרויסער — קוים אַרײַנגעשטופּט אין מײַלעכל אַ וואַרעניק, האָט ער זיך שוין געצויגן מיט די הענטלעך צום טעלער מיט פֿאַסאָליעס. זײַן בײַכל פֿלעגט זיך אָנבלאָזן און האַרט ווערן, ווי אַ פּויקערל. אַלע אָדערלעך אויף זײַן געלער הויט האָט מען געקאָנט אָנטאַפּן. אָבער ער האָט זיך נישט געקאָנט, נעבעך, אָפּשטעלן. געכאַפּט. געכאַפּט... בײַ נאַכט, שוין ליגנדיק ערגעץ אין אַ סאָד, האָבן זיי נישט אויפֿגעהערט צו עסן. געקײַט די אַראָפּגעפֿאַלענע פֿונעם בוים עפּל, באַרן, פֿלוימען. די קישקעס פֿלעגן זיך צערײַסן, אָבער ס׳איז שוין געווען כּוח אויסצוהאַלטן דעם ווייטיק און דעם טרײַבנדיקן לויזן מאָגן... זיי האָבן געהאַט זייער אייגענע שיטה, ווי אַזוי זיך אַרויסצושמוגלען פֿונעם לאַגער. איליק האָט שוין געוווּסט, אַז אויב די מאַמע און די מומע פֿאַרבינדן אויפֿן קאָפּ זייערע ווײַסע פֿאַטשיילקעס, איז עס אַ גוטער סימן — ער גייט "הײַטאַ", זוכן "מילי" — אַזוי האָט בײַ אים געהייסן מילך. געוויינטלעך, פֿלעגן זיי אַרויסגיין נאָך מיטאָגצײַט. זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם גראָז, נישט ווײַט פֿון דער סטעזשקע, וואָס האָט געפֿירט אַראָפּ צום טײַך, האָבן זיי געוואַרט ביז דער פּאָליציאַנט וועט זיך אויפֿהייבן צום בנין. ווען זײַן פּלייצע האָבן פֿאַרשטעלט די ביימער, זײַנען זיי אַרויף אויף דער סטעזשקע און זיך גיך געלאָזט אַראָפּ צום בוג, זיך באַווײַזן צו באַהאַלטן אין דער אָטשערעט־געדיכטעניש ביז דער פּאָליציאַנט איז נישט געקומען צוריק. זיך אומגעקערט צו זײַן פּאָסטן בײַם טײַך, פֿלעגט ער זיך אַ ווײַלע טאָפּטשען אויף אַן אָרט, זיך אומקוקן און ווידער זיך פֿאַרנעמען אַרויף. אָט דעמאָלט פֿלעגט קומען די ריכטיקע שעה: זינקענדיק מיט די באָרוועסע פֿיס אינעם שלײַמישן דנאָ, האָבן זיי זיך באַוועגט פּאַזע דעם ברעג, אײַנגעבויגן און פֿאַרשטעלט פֿון אַ פֿרעמד אויג מיט אַ געדיכטער גרינער אָטשערעט־וואַנט. אַזוי פֿלעגן זיי צוקומען צו דער שמאָלער סטעזשקע, וואָס האָט געפֿירט צו די ערשטע שטיבלעך פֿונעם דאָרף פּעטשערע. אָבער ערשט דאָ האָט מען זיך געקאָנט אַרײַנכאַפּן. דער אײַזערנער טויער און דאָס וואַך־שטיבל לעבן אים איז געשטאַנען שיִער נישט אויפֿן וועג צום דאָרף. אַ גליק, וואָס די וואַך־לײַט זײַנען כּמעט שטענדיק געווען שיכּור, פֿלעגן זיי, צעמאָרעט7 און פּריטשמעליעט8 פֿון דער זון, אַוועקפֿאַלן מיט אַ כראָפּעניש. פּעטשערע, אַ גרויס דאָרף, איז שטענדיק פֿול געווען מיט פּאָליציאַנטן און זשאַנדאַרן. די אָרטיקע האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו די הונגעריקע אײַנוווינער פֿונעם "סאַנאַטאָריום", און זיך געמאַכט נישט זעעוודיק די שמוגלענדיקע שאָטנס הין־און־קריק. בלויז די הינט און די שקצימלעך פֿלעגן זיי נאָכלויפֿן; די ערשטע — בייז בילן, און די צווייטע וואַרפֿן שטיינער, ווי מע פֿלעגט עס פֿריִער טאָן מיט די ציגײַנער. וויכטיק איז געווען, וואָס גיכער זיך צו פֿאַרנעמען פֿונעם דאָרף. נישט איין מאָל איז זיי אויסגעקומען פֿאַלן אויף דער ערד און זיך ווינטשן אין איר אײַנגעוואַקסן צו ווערן, אַבי נישט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אָרטיקן פּאָליציאַנט, אָדער אַ רומענישן זשאַנדאַר. איליק האָט געוווּסט, אַז וויינען טאָר מען נישט. קיין פּיפּס טאָר מען נישט אַרויסלאָזן. נאָר די אייגעלעך זײַנע, שוואַרצע ווי בײַ זײַן טאַטן, האָבן אַרויסגעשריִען די שרעק. אַכט קילאָמעטער ווײַט פֿונעם לאַגער, נאָכן דערפֿל באָרטניק, זײַנען זיי צוגעקומען צום וואַלד. דאָרט האָט מען געקאָנט אָפּכאַפּן דעם אָטעם. ס׳איז גוט געווען זיך פּלוצעם צו דערפֿילן פֿאַר אַ ווילדער חיה. פֿראַנק און פֿרײַ. די צעשלאָגענע פֿיס פֿונעם גיין באָרוועס און דאָס צעוווּנדיקטע לײַב, אויסגעביסן פֿון לײַז און פֿליי, האָט מען געהיילט אין די קאַלטע וואַלד־ריטשקעס. די אויסגעוואַשענע קליידער פֿלעגט מען פֿונאַנדערלייגן צו טריקענען אויפֿן גראָז, שטיינער. און זיי אַליין, אויסגעבאָדן און אויסגעצוואָגן — ציכטיקע, ערשט פֿונעם באַשאַפֿערס הענט אַרויס — וואַלגערן זיך אויף דער זוניקער לאָנקע, וואָס האָט זיך מיט אַ מאָל פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאָלדן זעגלשיפֿל, אַרויסגעשוווּמען פֿון אַ פֿינצטערן חלום. עס איז אָבער גענוג געווען צו דערהערן אַ שאָרך, ווי די כוואַליע פֿון מענטשלעכער שׂינאה האָט דאָס זעגלשיפֿל לײַכט איבערגעקערט און עס פֿאַרדעקט. נאָך דרײַ, פֿיר טעג אַרומוואַנדערן איבער די הפֿקרות־וועגן און סטעזשקעס, פֿלעגן זיי זיך אומקערן צוריק אין לאַגער. עס האָט נאָר אויסגעזען, אַז ס׳איז גענוג זיך אַרויסצורײַסן אויף דער פֿרײַ, ווי מע ווערט פֿרײַ; די קייט פֿון זײַן פֿאַרשקלאַפֿט האָט זיך געשלענגלט אינעם שטויב נאָך יעדן פֿון זיי. דער הויכער ציגל־צוים פֿון פּעטשערער לאַגער האָט זיי נאָכגעפֿאָלגט טראָט בײַ טראָט, און ווי ווײַט זיי זאָלן נישט געווען פֿאַרגיין, האָבן זיי כּסדר געפֿילט זײַן שטיינערנע קאַלטקייט בײַ זיך אויפֿן שטערן, ווי זיי וואָלטן זיך כּסדר אין אים אָנגעשפּאַרט... שׂרוניע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. עמעצער האָט געקלונגען אין דער טיר. זיך שווער געשטעלט אויף די פֿיס, איז זי צוגעגאַנגען צו דער טיר און זי אויפֿגעעפֿנט. דאָס איז געווען איר מטפּלתּ וואַליע. — כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איר האָט מסתּמא אײַנגעדרעמלט, — זײַנען געווען אירע ערשטע ווערטער. שׂרוניע האָט, אַפּנים, אויסגעזען סײַ פֿאַרשלאָפֿן און סײַ פֿאַרחידושט. — איז הײַנט טאַקע מאָנטיק... נישט אַן אַנדער טאָג? — האָט זי געשטאַמלט. — געשיקט זיך, מאָנטיק... כ׳האָב דאָך אײַך דאָס לעצטע מאָל געזאָגט, אַז כ׳וועל הײַנט קומען נאָך מיטאָג, ווײַל כ׳דאַרף גיין מיט מײַן איסאַק אַרקאַדיעוויטש צום דאָקטער. די מטפּלתּ וואַליע איז שוין אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב, צעשפּיליענדיק די קנעפּלעך אויף איר מאַנטל. זי האָט עס אָבער נישט אַראָפּגענומען און גערעדט ווײַטער: — מײַן איסאַק אַרקאַדיעוויטש קען דאָך אויף עבֿרית נאָר דרײַ ווערטער: "תּודה", "סליחה" און "בסדר" — מוז איך גיין מיט אים צום דאָקטער און דערקלערן יענעם וואָס עס טוט אים וויי. זי האָט זיך אַליין צעלאַכט, אָבער באַלד זיך געכאַפּט, אַז פֿונדעסטוועגן, איז זי געקומען צו דער אַרבעט. — אין דרויסן איז הײַנט אַ שיינער טאָג, און דאָ איז בײַ אײַך אַלץ פֿאַרמאַכט און פֿאַרשטאָפּט. גייט, סאַראַ זייליקאָוונאַ, טוט זיך אָן, און איך וועל דערווײַל עפֿענען אַ ביסל די פֿענצטער, דורכצולופֿטערן די דירה. שׂרוניע האָט איר נישט געענטפֿערט. נאָך אַלץ געשטאַנען אַנטקעגן דער טיר, נישט רירנדיק זיך פֿון אָרט. — עפּעס איז געשען, סאַראַ זייליקאָוונאַ? — האָט וואַליע געפֿרעגט, — איר פֿילט זיך נישט גוט? די באַלעבאָסטע האָט אָבער ווי נישט געהערט די פֿראַגעס. פֿאַרטאָן אין אירע מחשבֿות, האָט זי זיך אָנגערופֿן: — איך וועל הײַנט נישט אַרויסגיין... און בכלל... איך וואָלט געוואָלט הײַנט זײַן אַליין... — איר זײַט זיכער, סאַראַ זייליקאָוונאַ? — האָט אויך די מטפּלתּ וואַליע דערפֿילט זיך געשפּאַנט. — אפֿשר פֿאָרט קאָן איך אײַך מיט עפּעס צוהעלפֿן, אָדער איר דאַרפֿט עפּעס האָבן?... — יאָ... — האָט שׂרוניע ווי דערמאָנט זיך אין עפּעס, — אפֿשר קאָנט איר מיר קויפֿן פֿינעף ווײַסע באַטאָנען? — פֿינעף? — האָט נישט געגלייבט וואַליע. — בעסער זעקס... — האָט באַשטעטיקט שׂרוניע און אַרויסגעשלעפּט פֿון דער כאַלאַט־קעשענע דאָס בײַטעלע. דער חידוש אין וואַליעס אויגן איז געוואַקסן. זי האָט ווידער געפֿרעגט: — איר וואַרט געסט? שׂרוניע האָט אויפֿגעהערט אַ רגע צו פּאָרקען זיך אינעם בײַטעלע, ווי די פֿראַגע וואָלט זי אומגעקערט צו די ערשט פֿאַרלאָזטע מחשבֿות. "איך אַליין גיי צו גאַסט". זי האָט עס, אַפּנים, געזאָגט אַזוי שטיל, אַז די מטפּלתּ וואַליע, נעמענדיק בײַ איר דאָס געלט, האָט זיך אָנגערופֿן, אַ ביסל אָנגעבלאָזן: — גוט, איר ווילט נישט ענטפֿערן, דאַרף מען נישט... אין אַ האַלבער שעה אַרום האָט זי געבראַכט דאָס ברויט, און בײַם אַוועקגיין דערמאָנט שׂרוניען: — אויב איר וועט עפּעס דאַרפֿן, האָט איר מײַן טעלעפֿאָן. קלינגט אָן, וועל איך באַלד קומען. אויפֿן אַנדערן טאָג, זיך אָפּגעוואַשן און אויסגעטרונקען איר גלאָז טיי מיט אַ קיכעלע, האָט שׂרוניע זיך גענומען צו דער אַרבעט. דאָס מעסער אין אירע הענט האָט נאָכגעפֿאָלגט אירע באַוועגונגען. די ווײַסע רעפֿטלעך האָבן זיך אַקוראַט געלייגט שורותווײַז אויפֿן ברויט־ברעטל... 10 שׂרוניע האָט שוין אַלץ געהאַט צוגעגרייט זיך צו לאָזן אין וועג אַרײַן. דאָס אָנגעשטאָפּטע ווײַסע ציכל מיט רעפֿטלעך טרוקן ברויט איז געלעגן בײַ אירע פֿיס, און דעם שליסל האָט זי פֿאַרקוועטשט אין דער האַנט. זי וועט אים שוין נישט דאַרפֿן מער זוכן, ווי זי וואָלט זיך געשפּילט מיט זיך אַליין אין "געפֿינען אַן אוצר". דער ווייטיק אינעם נאַקן איז שטילער געוואָרן. זעט אויס, די ספּאַזמע האָט אָפּגעלאָזט. שׂרוניע האָט געקאָנט איצט קלאָר טראַכטן. יאָ, אַוודאי, די טיר פֿונעם צימער "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" איז געווען דער פּינקטלעכער אַדרעס; דווקא די הײַנטיקע נאַכט איז די פּאַסיקסטע פֿון די אַלע שלאָפֿלאָזע נעכט ביז אַהער, זי צו עפֿענען. דאָרט וועט זי בפֿירוש געפֿינען וואָס זי דאַרף. אַזוי איז געווען תּמיד, פֿון קינדווײַז אָן, אַז גראָד די זאַך וואָס מע פֿלעגט אויסבאַהאַלטן "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן", איז טאַקע גוט צו ניץ געקומען, ווען מ'האָט עס באַדאַרפֿט. שׂרוניע האָט מיט אַ מאָל דערפֿילט אַ צופֿלוס פֿון כּוח. אַ וואַרעמקייט האָט זיך פּאַמעלעך אויפֿגעהויבן פֿון די פּיאַטעס אַרויף צו די קני און לענדן, זיך צעגאָסן איבערן לײַב און אָנגעפֿילט מיט בלוט די ליידיקע בריסט־זעקעלעך. ס׳איז איר געוואָרן הייס. שׂרוניע האָט אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די וואַרעמע קאָלדרע, אויפֿגעשטאַנען פֿונעם געלעגער און זיך אָנגעהויבן אָנטאָן. דאָס ליכט האָט זי נישט אָנגעצונדן. דאָס קרעמאָווע קרימפּלען־קליידל האָט זי צוגעגרייט פֿון פֿריִער און עס איז געלעגן אַקוראַט צונויפֿגעלייגט אויפֿן בענקל; אויך דאָרט, אונטערן בענקל, זײַנען געשטאַנען די טונקל־ברוינע שיך שׂרוניעס. קיין סך צײַט זיך אָנצוטאָן האָט זי נישט געדאַרפֿט, סײַדן זיך געפּאָרעט אַ ביסל מער מיט די שפּראָנטשקעס אויף די שיך; שווער געווען זיי צו פֿאַרשפּיליען, ווײַל די פֿיס זײַנען איר פֿאַרשוואָלן געוואָרן. אַ פּאָר רגעס האָט זי זיך געקווענקלט, צי זי זאָל אָנטאָן די גרינע פֿאַטשיילקע, צי בעסער אַרײַנשטעקן אין די האָר די שיינע ביינערדיקע קאַם. פֿונדעסטוועגן, האָט זי אָנגעטאָן די פֿאַטשיילקע, און די קאַם אַוועקגעלייגט אויפֿן קישן. צוגעדריקט צום בויך דאָס ווײַסע ציכל מיט ברויט און אַרומגעכאַפּט עס מיט ביידע הענט, ווי זי פֿלעגט אַמאָל טאָן בשעתן טראָגן אין די הויכע חדשים, איז שׂרוניע אַרויסגעגאַנגען פֿונעם שלאָף־צימער און זיך מיט קליינע טריטעלעך דערנענטערט צו דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן"... דאָס איז געווען דער צווייטער ווינטער זייערער אינעם לאַגער פּעטשערע. שוין אַ וואָך, ווי זיי ליגן אַזוי אויפֿן דיל, שׂרוניע און כאַיוסיע, אײַנגענורעט איינע אין דער אַנדערער. אָן עסן, אָן טרינקען, אָן אַרויסצולאָזן אַ קלאַנג. אַזוי נאָענט, אַז דער עטוואָס וואַרעמער אָטעם פֿון יעדער איינער זאָל זיך צורירן צו זייערע וויִעס, זײַנען זיי נאָך קיין מאָל נישט געלעגן. צווישן זיי ביידע איז תּמיד געווען איליק, וואָס אים פֿלעגן זיי אָפּגעבן זייער לעצטן ביסן און דאָס ביסל וואַרעמקייט, וואָס האָט זיי ביידע קוים געפֿעלט. ווי צוויי פֿליגלען, האָט אים צוגעדעקט פֿון ביידע זײַטן זייער ליבשאַפֿט. אָפּגעהיט און געכאָליעט9. מיט אַ וואָך צוריק איז איליק נישט געוואָרן. ער האָט נישט געוויינט. נישט געבעטן עסן. אויסגעלאָשן געוואָרן שטיל, ווי אַ קליין שטערנדל, וואָס האָט אויפֿגעלויכטן נישט אין זײַן צײַט אויף אַ פֿרעמדן הימל. די ווערטער — "דאָס קינד וויל לעבן" — וואָס האָבן ווי אַ שפּרוך, אָדער אַ שבֿועה אויפֿגעהאַלטן די צוויי שוועסטער, האָבן זיך צעברעקלט אויף פּיצינקע אותיותלעך, וואָס די מילשטיינער פֿון זייער קיום האָבן צעמאָלן און געלאָזט פֿון זיי אַ בערגעלע אַש. זיי האָבן באַגראָבן איליקן אונטער אַ בוים אינעם גאָרטן. בײַ נאַכט, קיינער זאָל נישט זען, אויסגעגראָבן אַ שמאָל, נאָר אַ טיף גריבל, מיט אַ שטיקל בלעך און מיט די אייגענע נעגל, געדראַפּעט די האַלב־פֿאַרפֿרוירענע ערד, ווי איליק פֿלעגט נישט איין מאָל, אָפּדראַפּען דעם קאַלך פֿון די ווענט. זיך אומגעקערט צוריק צו זייער שלאָף־אָרט, האָבן זיי זיך אויסגעצויגן אויפֿן קאַלטן דיל, זיך אַרומגענומען און שווײַגנדיק, יעדער פֿאַר זיך אַליין, באַשלאָסן, אַז מער וועלן זיי שוין פֿון דעם אָרט נישט אויפֿשטיין. אַזוי, אין אַ פֿאַרחלשטער פֿאַרגעסנקייט זײַנען זיי, אויף אַ האַלבוועג פֿון זײַן און נישט־זײַן, אָפּגעלעגן אַ וואָך. — דו דאַרפֿסט לעבן, — האָט זיך דערהערט כאַיוסיעס שטים. — צו וואָס? — צו האָבן אַ מאַן. קינדער. אַ היים. — דו גלייבסט, אַז אַזוינס איז נאָך מעגלעך? — דו דאַרפֿסט אין דעם גלייבן... — וואָס מיינט גלייבן? גאָט? — ליבע. אַ סך ליבע... — אונדזער ביידנס ליבע האָט נישט געראַטעוועט איליקן. — מיר האָבן געטראַכט נאָר וועגן עסן. — הונגער און קעלט זײַנען שטאַרקער. — אַזוי האָב איך אויך געטראַכט. — וואָס האָט זיך איצט געביטן? — אַלץ. איך האָב איבערגעלעבט מײַן זון. ... די טיר פֿונעם צימער "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" האָט זיך לײַכט אויפֿגעשלאָסן. איין דריי מיטן שליסל איז געווען גענוג. געלאָזט אים אינעם שלאָס, האָט שׂרוניע אויפֿגעעפֿנט די טיר און אַריבערגעטראָטן די שוועל. זי האָט די זוניקע לאָנקע אינעם וואַלד גלײַך דערקענט. זי האָט צוגעזשמורעט די אויגן, נישט געוווינט צו אַזאַ העלער שײַן. איצט האָט זי געדאַרפֿט באַשליסן די ריכטונג, וווּהין צו גיין ווײַטער. צוריק וועט זי שוין זיכער נישט גיין, בלײַבט נאָר דער וועג פֿאָרויס. איר מאַמעס ווערטער פֿונעם חלום האָבן זי געפֿירט. זי האָט פֿאַרגעדענקט: ערגעץ אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט וועלן זיי זיך טרעפֿן... — דו דאַרפֿסט לעבן, שוועסטערל, — האָט כאַיוסיע ממש אַרײַנגעאָטעמט די ווערטער שׂרוניען אין מויל און זיי פֿאַרריגלט מיט אַ קוש. שׂרוניעס איבערגעטריקנטע, צעטרעשטשעטע10 ליפּן האָבן זיך נאָכגעגעבן. אײַנגעזאַפּט דעם קוש. זי האָט דערפֿילט, אַז יעדער אבֿר אין איר יונגן לײַב פֿרירט אָפּ, קערט זיך אום צום לעבן. די לונגען כאַפּן אַרײַן וואָס מער לופֿט... זי דאַרף האָבן פֿרישע לופֿט — האָט אָפּגעהילכט אין די אויערן, ווי אַ ווײַטער עכאָ פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם לעבן. זיי זײַנען דעמאָלט געפֿאָרן אינעם דאָרף קובאָלטאַ אויפֿן גאַנצן זומער — די מאַמע, כאַיוסיע און שׂרוניע. דאָרט איז געווען אַ סך פֿרישע לופֿט און פֿרישע ציגענע מילך, וואָס אַ פּויערטע פֿלעגט ברענגען יעדן פֿאַרנאַכט אין אַ גרינער פֿלאַש, פֿאַרשטעקט מיט אַ שטיקל פּאַפּשוי־קאַטשן. די שוועסטערלעך האָבן געמוזט פֿאַרן שלאָף, יעדע איינע, אויסטרינקען אַ גלאָז מילך. אין דער פֿרי פֿלעגן זיי גיין צום טײַך רעוט. די מאַמע איז געזעסן אויפֿן ברעג און נאָכגעקוקט די קינדער, און די מיידעלעך האָבן זיך געשפּילט בײַם וואַסער מיט שטיינדלעך. אַרײַנגיין אַליין אין וואַסער האָט די מאַמע שטרענג פֿאַרווערט. אָבער איין מאָל האָט שׂרוניע דערזען, ווי ממש אַ שפּאַן פֿונעם ברעג, דרייט זיך אַ שפּילעוודיק פֿישעלע אינעם דורכזיכטיקן וואַסער. זי איז פֿון דעם פֿישעלע גלײַך פֿאַרכּישופֿט געוואָרן. עס האָט זיך געדרייט אַלץ גיכער און גיכער, ווי אין אַ ווירבל — אָט ווערט עס פֿאַרשלעפּט אין די שוואַרצע טיפֿענישן. די קליינע שׂרוניע האָט אויסגעשטרעקט די האַנט, גרייט געווען דאָס פֿישל צו כאַפּן און עס ראַטעווען, אָבער זיך אויסגעגליטשט אויף אַ קײַלעכדיקן שטיין און אַליין אַרײַנגעפֿאַלן אינעם וואַסער־ווירבל. אין די אויערן האָט געפֿײַפֿט, און איר לײַב האָט זיך אָנגעהויבן אָנבלאָזן, די אָדערן זיך צעציִען. אַ ספּאַזמאַטישער קנויל איז איר געבליבן שטעקן אינעם גאָרגל. שׂרוניע האָט זיך פֿאַרהוסט און אויפֿגעמאַכט די אויגן. פֿון דערווײַטנס, האָט זי דערהערט אַ פֿאַרשטיקט קול: "זיך אומגעקערט צום לעבן, גאָטעניו..." אָנגעבויגן איבער איר, איז געשטאַנען אַן אַלטע פֿרוי אין אַ גרינער פֿאַטשיילקע אויפֿן קאָפּ, וואָס האָט צו איר געשמייכלט. זי האָט איר עמעצן דערמאָנט, אָבער דערווײַל האָט שׂרוניע נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, וועמען פּינקטלעך. די מאַמע?... די רגע, וואָס האָט זי אָפּגעטיילט פֿון יענעם, ערשט־געזעענעם חלום און דעם איצטיקן בילד, איז געווען צו אַ לאַנגע. זי האָט געטראָגן אין זיך אַ גאַנץ לעבן. — ווער ביסטו? — האָט געפֿרעגט שׂרוניע בײַ דער אַלטער. — איך — בין דו. כ'בין געקומען פֿון דײַן מאָרגן. — וווּ איז מײַן שוועסטער? — זי איז מער נישטאָ. די וואַסערן פֿונעם בוג האָבן זי פֿאַרשלונגען, ווען דו ביסט אײַנגעשלאָפֿן נאָך איר קוש. ער האָט דיך געבראַכט צוריק צום לעבן. שוין צײַט אומצוקערן דעם חובֿ. קום, זיי וואַרטן מיר זאָלן קומען צו זיי, די שאריתן פֿון אונדזער נעכטן... ס'איז שוין געווען ווײַט אין טאָג אַרײַן. דער טעלעפֿאָן האָט עטלעכע מאָל געקלונגען און אויפֿגעהערט. אפֿשר האָט עס פֿון טאָראָנטאָ געפּרוּווט זיך צו דערקלינגען נאַומטשיק, אומקערנדיק זיך פֿון אַ סטודענטיש קערמעשל. און אפֿשר פֿון האַמבורג האָט איליק זיך געאײַלט איבערצוגעבן די גוטע נײַעס, אַז ער איז געוואָרן אַ זיידע. זײַן רימעטשקע האָט געבוירן אַ מיידעלע. שׂרה איז זייער אַ שיינער נאָמען, אַפֿילו אין דײַטשלאַנד. סעפּטעמבער־נאָוועמבער, 2006, ברוקלין, ניו־יאָרק 1. זופּעכץ — גאָר אַ לויזע זופּ, וואַסער מיט עפּעס 2. פּאַלטאָ (כל) — מאַנטל 3. כאַטע (ס) — פּויעריש שטיבל 4. פֿאַרטײַען זיך — זיצן שטיל 5. פּאָלע — אונטערשטער טייל פֿונעם קליידל, פֿאַרטעך 6. פּײַדע — שטיק 7. צעמאָרעט — צעקאָכט, שלעפֿעריק 8. פּריטשמעליעט — צוגעשלאָגן 9. געכאָליעט — צאַרט אָפּגעהיט 10. צעטשרעשטשעטע — צעשפּאַלטענע טײַערער לייענער, מיר האָבן פֿאַרענדיקט צו דריקן די נײַע נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער "אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט". געוויס, אַז נישט ווייניק פֿון אײַך האָבן דורכגעמאַכט אַן אייגענעם וועג, ענלעך צו דעם, וואָס עס האָט איבערגעלעבט די הויפּט־העלדין פֿון דער נאָוועלע, שׁרוניע וועקסלער. שרײַבט אונדז, וואָס האָט איר געפֿילט בײַם לייענען די קאַפּיטלעך פֿונעם ווערק; צי האָט עס בײַ אײַך אַרויסגערופֿן אייגענע דערמאָנונגען און אויב יאָ, קאָנט איר זיך טיילן מיט זיי אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס". צי וואָלט איר געוואָלט, אַז מיר זאָלן אויך ווײַטער דרוקן נײַע ווערק מיט המשכים? רעדאַקציע |