|
ליודמילאַ אוליצקאַיאַ,"דניאל שטײַן, דער איבערזעצער" |
|
צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע.
ס׳איז געווען אַ סעודה ווי אַלע סעודות פֿון יענער צײַט — מיט עטלעכע פֿלעשער בראָנפֿן, אַ סאַלאַט "אַליוויע" און געפֿילטע פֿיש. אָבער פּלוצעם האָט איינער פֿון די יאַטן דערמאָנט "אונדזער באַטיושקאַ (גלח)", און מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז אַלע דרײַ זינגען אין אַ כאָר פֿון אַ מאָסקווער צערקווע און אַז זיי זײַנען פּראַוואָסלאַוונע קריסטן.
הגם מיר איז אויסגעקומען צו זען מער ניט-ייִדן, וואָס האָבן זיך מגייר געווען, האָב איך אין משך פֿון דעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט געזען אויך ניט ווייניק ייִדן פֿון דער קריסטלעכער פּאָראָדע. אין דער באָהעמישער סבֿיבֿה איז די צאָל משומדים באַזונדערס גרויס. וועגן דעם דאָזיקן פֿענאָמען איז פֿאַראַן אַ פֿאָרשונג — Doubly Chosen: Jewish Identity, the Soviet Intelligentsia, and the Russian Orthodox Church, "צוויי מאָל אויסגעקליבענע: ייִדישע אידענטיטעט, די סאָוועטישע אינטעליגענץ און די רוסישע פּראַוואָסלאַוונע קירך" (2003) פֿון יהודית דויטש קאָרנבלאַט — אַ פּראָפֿעסאָר אין אוניווערסיטעט פֿון וויסקאָנסין-מעדיסאָן.
כאַראַקטעריסטיש, אַז די דאָזיקע משומדים באַהאַלטן ניט געוויינטלעך זייער ייִדישקייט. אין אייניקע פֿאַלן ווערן זיי אַפֿילו מער געטרײַע ייִדן, איידער זיי זײַנען געווען פֿריִער, אין זייער ניט-קריסטלעכן לעבן. דעם אַמעריקאַנער און, בכלל, מערבֿדיקן ייִדן איז עס שווער צו פֿאַרשטיין. (דזשעקי מייסאָן האָט ניט לאַנג צוריק וועגן דעם געזאָגט, אַז מע קען ניט גלײַכצײַטיק זײַן אַ בענקל און אַ טיש.) פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם, וואָס בײַ סאָוועטישע ייִדן, בפֿרט גרויס-שטאָטישע, האָט זיך די ייִדישקייט אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון רעליגיע. שטרענג רעדנדיק, פּאַסט ניט דער באַגריף "שמדן זיך" פֿאַר די מאָסקווער און לענינגראַדער ייִדן, וועלכע זײַנען געוואָרן קריסטן. די רייד גייט דאָך ניט וועגן אַ טאָכטער פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, וואָס האָט "געביטן" איר רעליגיעזע אָנגעהעריקייט. די רוסיש-ייִדישע קריסטן האָבן קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער אמונה ניט געהאַט, אָבער פֿון זייער גענעטישער ייִדישקייט האָבן זיי זיך ניט אָפּגעזאָגט.
דאָ וויל איך באַטאָנען, אַז איך רעד וועגן אַזעלכע זאַכן טעאָרעטיש. כ׳בין אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער אין אַלע אַנקעטעס ווײַז איך אָן, אַז איך געהער צו דער ייִדישער אמונה. פֿאַר אַ ייִדן צו ווערן אַ קריסט מיינט אין מײַנע אויגן אַן עוולה לגבי דעם שטאַם, וואָס האָט אים געבראַכט אויף דער וועלט. דאָך הייסט עס ניט, אַז איך קען ניט, לכל-הפּחות אין אַן אַבסטאַקטער פֿאָרעם, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די דאָזיקע מענטשן האָבן געפֿונען זייער גײַסטיקע שטוב דווקא אין אַ צערקווע. דאָס איז זייער פּערזענלעכער און בלי-ספֿק ניט קיין גרינגער באַשלוס — און שוין.
אָבער ווען מע הייבט אָן אַרום דעם דאָזיקן ענין צו בויען גאַנצע טעאָריעס, קען עס ווערן גאָר אַ געפֿערלעכע זאַך. מיט אַזאַ "בויונג" האָב איך זיך צונויפֿגעשטויסן בײַם לייענען אַ נײַעם רוסישן ראָמאַן, וואָס מע צעכאַפּט איצט ווי הייסע פּירעשקעס. די באַקאַנטע שרײַבערין ליודמילאַ אוליצקאַיאַ, וואָס איז אַליין אַ קריסטלעכע ייִדישע פֿרוי, איז אַרויס מיטן ראָמאַן Даниэль Штайн, переводчик, "דניאל שטײַן, דער איבערזעצער", וואָס איז באַזירט אויף דער געשיכטע פֿון דעם ייִדן דניאל רופֿאײַזען — ער איז בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען אַן איבערזעצער אין געסטאַפּאָ, געראַטעוועט אַ סך ייִדן, שפּעטער געוואָרן אַ קאַטוילישער מאָנאַך, אין 1959 געקומען קיין ישׂראל, געלעבט און געפּריידיקט (אויף העברעיִש) דאָרטן ביז זײַן טויט אין 1998.
דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אין דעם הײַנט פּאָפּולערן זשאַנער פֿון אַ כּמו-דאָקומענטאַלער געשיכטע: אָט איז אַ דאָקומענט, אָט איז אַ בריוו, אָט איז אַ גבֿית-עדות... מע דאַרף זאָגן, אַז די ערשטע פּאָר הונדערט זײַטלעך לייענען זיך גאַנץ גוט, כאָטש קיין גרויסע ליטעראַטור איז עס זיכער ניט. ווײַטער אָבער ווערט ערגער, ווײַל די אידעאָלאָגישע קאָנסטרוקציע קריכט אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך: די באמת פּאָזיטיווע העלדן זײַנען קריסטן, בפֿרט די וואָס ווילן ווידער אויפֿשטעלן די טראַדיציע פֿון קדמונים-קריסטן — ווען זיי זײַנען נאָך געווען ייִדן און האָבן נאָך ניט באַוויזן אָנצושטעקן די גוייִשע וועלט מיט זייער גלויבן.
מילא, דאָס איז נאָך ניט שרעקלעך. אַזוינס איז שוין געווען אין דער ייִדישער ליטעראַטור — כ׳מיין שלום אַשס ראָמאַנען אויף דער טעמע, צוליב וועלכע דער "פֿאָרווערטס" האָט צעריסן זײַנען באַציִונגען מיט אַשן און ער האָט, נעבעך, געמוזט זיך אַפֿיליִיִרן מיט די קאָמוניסטן. אָבער באמת מיאוס איז דאָס וואָס דער ייִדישער רעליגיעזער צד ווערט אין אוליצקאַיאַס בוך פֿאָרגעשטעלט, דער עיקר, דורך פֿאַנאַטיקער-עקסטרעמיסטן, אַזעלכע ווי ברוך גאָלדשטיין, וואָס האָט אין פֿעברואַר 1994 דערשאָסן אַ דרײַ צענדליק אַראַבער אין חבֿרון. אָט אַזאַ באַלאַנס מישטיינס געזאָגט באַקומט זיך בײַ איר.
וועט איר פֿרעגן פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ זאַך? זייער פּשוט: ניט נאָר פֿון ניט האָבן קיין שום אַנונג וועגן ייִדישער קולטור, נאָר אויך פֿון פֿײַנט האָבן אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן ייִדישן פֿאָלק, אַ חוץ דעם אייגענעם קרײַז פֿון אַסימילירטע רוסיש-ייִדישע אינטעליגענטן. (און טאַקע — ווי קען מען אָפּגעבן אין גוייִשע הענט אַזעלכע קולטור-אוצרות ווי פּושקין צי דאָסטאָיעווסקי!) הקיצור, די פֿאַרליבטקייט אין זיך אַליין פֿאָדערט אַ באַרעכטיקונג. געפֿינט מען זי אין דער "הויכער קריסטלעכער טראַדיציע" — ניט אין דער "נידעריקער" ייִדישער, מיט וועלכער עס טראָגן זיך אַרום די חסידים אין פֿאַרלאַטעטע זאָקן (אַזוי איז עס אין דעם בוך). דערצו נאָך (אַזוי איז עס אויך אינעם בוך) זײַנען דאָך די חסידים און קאָמוניסטן פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן. דאָך אין גאַנצן גוייִש ווילט זיך אויך ניט זײַן, ס׳איז עפּעס צו פּראָסט. איז שוין שענער צו זײַן "צוויי מאָל אויסגע קליבן" און שטאַמען פֿון די קדמונים-קריסטן.