מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשייק שולמאַן־מענט מיט זײַן קאַפּעליע "מאַדזיאַר חתונה" בײַם קאָנצערט אין עלדרידזש־גאַס־שיל.פֿון רעכטס: דוד ליכט, דזשייק שולמאַן־מענט, לאַסלאָ הײַדו־נעמעט, ראָול ראָטבלאַט און פּנחס רושעפֿסקי.
דזשייק שולמאַן־מענט מיט זײַן קאַפּעליע "מאַדזיאַר חתונה" בײַם קאָנצערט אין עלדרידזש־גאַס־שיל.
פֿון רעכטס: דוד ליכט, דזשייק שולמאַן־מענט, לאַסלאָ הײַדו־נעמעט, ראָול ראָטבלאַט און פּנחס רושעפֿסקי.
Rachel Rabhan

דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה. סטײַנער זענען אויך געווען פֿון רומעניע. דעם בעסטן מוסטער פֿון אַן אויטענטישער קאַפּעליע פֿון אַמאָל קען מען הערן אויף די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿונעם רומענישן "בעלף אָרקעסטער". אָבער במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט זיך צווישן די מוזיקער אַנטוויקלט אַ וואַקסנדיקער אינטערעס צו דער אַמאָליקער קלעזמער־מזויק פֿון די קאַרפּאַטן און מאַרמאָרוש.

אין 1997 איז אַרויסגעקומען דאָס קאָמפּאַקטל "די פֿאַרלוירענע ייִדישע מוזיק פֿון זיבנבורגן" פֿון דער אונגערישער פֿאָלקמוזיק־גרופּע "מוזיקאַזש", אַ רעקאָרדירונג פֿון מוזיק, וואָס די מוזיקער האָבן געזאַמלט בײַ אַלטע ציגײַנער־מוזיקער, וועלכע האָבן געשפּילט מיט ייִדישע מוזיקער פֿאַרן חורבן. דער קלאַנג האָט זיך אויפֿגענומען אַנדערש אין דער קלעזמערישער וועלט — אַ ביסל פּרימיטיווער, אָבער מיט אַ סך ענערגיע און ווירטואָזישקייט, ספּעציעל אויפֿן צימבל און פֿידל. די וויכטיקע רעקאָרדירונג האָט אויפֿגעעפֿנט די אויגן בײַ אַ סך קלעזמאָרים אויף דער אומבאַקאַנטער קאַרפּאַטישער ייִדישער מוזיק.

די גרופּע "מוזיקאַזש" איז נישט געווען די ערשטע צו זאַמלען די מוזיק. עטנאָמוזיקאָלאָגן פֿון אונגערן זענען אַרויסגעפֿאָרן אין די 1960ער און 1970ער יאָרן אין די דערפֿער צו זאַמלען מוזיק בײַ די ציגײַנער, און עס איז באַלד געוואָרן קלאָר, אַז מע האָט געשפּילט אַ באַזונדערן רעפּערטואַר בײַ די דאָרטיקע ייִדן אויף זייערע חתונות. אין ניו־יאָרק האָט מען געהערט די פֿעלד־רעקאָרדירונגען לאַנג פֿאַר "מוזיקאַזש", אָבער קיין גרויסן רושם האָבן זיי דעמאָלט נישט געמאַכט.

אין 1988 איז באַב כּהן, אַ בראָנקס־געבוירענער פֿידלער, וועלכע שטאַמט פֿון אַן אונגעריש־ייִדישער משפּחה, געקומען קיין אונגערן צו פֿאָרשן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק פֿון די קאַרפּאַטן. ער האָט געגרינדעט די גרופּע "די נײַע קאַפּעליע", פֿאָרצושטעלן די מוזיק פֿאַר אַ גרעסערן עולם. שפּעטער האָבן זיך אויך אַנדערע קאַפּעליעס און מוזיקער אָנגעכאַפּט אינעם קלאַנג. הײַנט, ווען די יונגע ייִדישע קלעזמאָרים פֿאָרן קיין אונגערן צו שפּילן מיט די ציגײַנער, ווענדט מען זיך, קודם־כּל, צו באָב כּהן, ער זאָל זיי עצהן, אין וועלכן דאָרף זיי זאָלן פֿאָרן און מיט וועמען זיך צו טרעפֿן.

אַזאַ יונגער־מאַן, דזשייק שולמאַן־מענט, אַ פֿידלער, וואָס האָט זיך געלערנט אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, איז געפֿאָרן קיין בודאַפּעסט זיך באַקענען מיט באָב כּהן און מיט די ציגײַנערישע מוזיקער, וואָס האָבן געשפּילט מיט די ייִדן אָדער פֿאַר די ייִדן. פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, דעם 21סטן מערץ, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט זײַן אייגענער קאַפּעליע אין דער עלדרידזש־גאַס־שיל, דער עלטסטער אַשכּנזישער שיל אין ניו־יאָרק. שולמאַן־מענט איז נישט קיין פּנים־חדשות אין דער קלעזמער־וועלט. ער שפּילט מיט אַ צאָל אַנדערע מוזיקער אין פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס, לעצטנס מיט אַרט בייליס ייִדיש־רומענישן "אָרקעסטער פּאָפּולאַר".

דזשייק שולמאַן־מענט שפּילט מיט אַ זיכערקייט צו באַוווּנדערן, און דער קלאַנג איז אַ קלאָרער און רייצנדיקער. אין זײַן גרופּע "מאַדזיאַר חתונה" האָט ער געהאַט צוויי מוזיקער פֿון אַן אונגערישער פֿאָלק־גרופּע אין ניו־יאָרק, דער באַסיסט ראָול ראָטבלאַט, און די סעקונדע־פֿידל, לאַסלאָ הײַדו־נעמעט. די אַנדערע צוויי מוזיקער זענען געווען פֿון דער ניו־יאָרקער קלעזמער־וועלט — דער צימבלער פּנחס רושעפֿסקי און פּײַקלער דוד ליכט. דער סטיל איז געווען אַן אַלט־מאָדישע, און שולמאַן־מענט האָט זײַן רעפּערטואַר גענאַשט סײַ בײַ זײַנע אייגענע פֿעלד־רעקאָרדירונגען, סײַ בײַ שוין פֿאַראַנענע רעקאָרדירונגען, ווי "מוזיקאַזש". געוויסע ייִדישע טעאַטער־ און פֿאָלקסלידער האָבן זיך, זעט אויס, אַרײַנגעכאַפּט אינעם רעפּערטואַר פֿון די ציגײַנער און מע האָט געקענט דערקענען די לידער — "וואָס האָט ליב אַ ווײַבעלע" און "אַ יאָר נאָך דער חתונה" — אין נײַע קלעזמערישע לבֿושים.

עס פֿרעגט זיך די פֿראַגע, צי דער אינטערעס צו אַזאַ פֿאָלקישער, אָבער פֿאַרכאַפּנדיקער מוזיק האָט אַ שײַכות צום באַנײַטן אינטערעס פֿון דער אונגערישער חסידישער קולטור, בכלל, און געזאַנג, בפֿרט? דער זינגער פֿון דער "נײַער קאַפּעליע", יאַנקל פֿאָלק, איז אַ חזן אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, און טרעט אויף מיט דער בודאַפּעשטער גרופּע ווי ווײַט מעגלעך. אין זײַן רעפּערטואַר האָט ער אַרײַנגענומען חסידיש־ייִדישע לידער, וואָס שפּיגלען אָפּ אמתע אמונה און חסידישן גײַסט. אַפֿילו אַ ליד, וואָס מע פֿלעג אויך זינגען מיט אַ משׂכּילישער איראָניע — "אוי וויי רבי, איך שטיי און ציטער" — זינגט ער ווי אַ לויב צום רבין, ווי די חסידים אין די קאַרפּאַטן פֿלעגן עס זינגען.

צי ס׳איז פֿאַראַן טאַקע אַ ייִדיש־אונגערישער קלאַנג, וואָס שיידט זיך אונטער פֿון דער נישט־ייִדישער אונגערישער מוזיק, בלײַבט אָבער אַ פֿראַגע. ווען מע הערט זיך צו צו אַ נישט־ייִדישן פֿידלער פֿון מאַרמערוש, הערט מען נישט קיין חילוק צווישן זײַן סטיל און דעם סטיל פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־אונגערישער מוזיק. אַזוי ווי אַלע פֿאָרשונגען וועגן דער דאָזיקער מוזיק שטאַמען פֿון די רעקאָרדירונגען פֿון ציגײַנער, וואָס פֿלעגן שפּילן מיט ייִדן, הערט מען דאָך די מוזיק דורך אַ ציגײַנערישן פֿילטער. וואָס מע קען יאָ באַשטעטיקן ווי "ייִדיש", איז דער רעפּערטואַר, וואָס די ציגײַנער און קלעזמאָרים האָבן געשפּילט אויף ייִדישע חתונות — ניגונים, טעאַטער און פּאָפּולערע ייִדישע לידער, עטלעכע קלעזמערישע שטיק.

אָבער אַזוינע פֿראַגעס זענען באמת בלויז פֿאַרן פֿאָרשער און נישט פֿאַרן צוהערער, וואָס איז צופֿרידן מיט דעם נײַעם ווינטל פֿונעם אַמאָליקן אונגעריש־ייִדישן לעבן. דזשייק שולמאַן־מענט בלײַבט הײַנט איינער פֿון די בעסטע פֿאָרשטייער פֿון דער כּעמט־פֿאַרגעסענער ייִדישער מוזיק.