קונסט
פֿון קאַטרין העלערשטיין (פֿילאַדעלפֿיע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: יחזקאל לאַזאַראָוו, מיכל בלאַנקשטיין, העלענאַ יאַראַלאָווא
פֿון רעכטס: יחזקאל לאַזאַראָוו, מיכל בלאַנקשטיין, העלענאַ יאַראַלאָווא

צו אַלץ דאַרף מען האָבן מזל, אַפֿילו ווי אַזוי מען נעמט אויף דיך און דיינע שאַפֿונגען אין דײַן אייגן לאַנד. מיינען מיין איך דעם דראַמאַטורג יוסף בר־יוסף, וואָס די פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע "דער גרויסער ים" איז איצט צו שטאַנד געקומען מיט אַ גאַנץ קליינעם דערפֿאָלג אין "קאַמרי"־טעאַטער.

מען קאָן נישט שטעלן אין ספֿק דעם מחברס ישׂראלדיקייט: זעקסטער דור אין לאַנד פֿון זײַן פֿאָטערס צד, דער שרײַבער יהושע בר־יוסף, אַכטער דור פֿון זײַן מוטערס צד, וועלכע האָט געלעבט אין חבֿרון און אין אַלט־ירושלים. מען קאָן אויך נישט זאָגן אַז יוסף בר־יוסף (1933) האָט נישט באַקומען קיין אָנערקענונג מצד דעם עסטאַבלישמענט, אין משך פֿון כּמעט 40 יאָר זײַנען דאָ פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין אַלע עפֿנטלעכע טעאַטערס 14 פּיעסעס זײַנע, ער האָט אויך באַקומען דאָ און דאָרט פּרעמיעס און די פּרעסטיזשפֿולסטע פֿון אַלע — אין 2003 — "פּרס־ישׂראל". דאָס אַלץ האָט ער אָבער באַקומען, לויט מײַן פּערזענלעכן אײַנדרוק, "פֿון פֿאַר יוצא וועגן", מיט אַ מין קמצנות, ווי מען וואָלט זיך נישט פֿאַרגונען דאָס אים צו געבן מיט דער ברייטער האַנט.

וווּ האָט דאָך יוסף בר־יוסף דערפֿאָלג? אין אוקראַיִנע. שוין יאָרן ווי זײַנע פּיעסעס ווערן אויפֿגעפֿירט און מיט גרויס הצלחה אין רוסלאַנד, לעטלאַנד, פּוילן, טשעכיע, בראַזיל און לעצטנס אויך אין אינדיע. אין ישׂראל, אויסער מיט זײַן פּיעסע "האַרבע מענטשן" ("אנשים קשים"), האָט יוסף בר־יוסף קיין מזל נישט געהאַט. ליידער, האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן איבערצוחזרן נאָך אַ מאָל דעם אינערלעך־איבערצײַגעוודיקן אמת, וואָס ער האָט באַוויזן אַרײַנצופֿלעכטן אין "האַרבע מענטשן". נישט בלויז אין ישׂראל איז אָט די פּיעסע באַליבט בײַם פּובליקום, נאָר שוין איבער צען יאָר ווי זי ווערט טאַקע אויפֿגעפֿירט אין די וויכטיקסטע טעאַטערס פֿון רוסלאַנד.

ס'וואָלט אפֿשר געקאָנט זײַן אינטערעסאַנט זיך אָפּצושטעלן און פּרובירן אָנצוּווײַזן די סיבות פֿון דער מאָגערער הצלחה פֿון זײַנע פּיעסעס אין זײַן פֿאָטערלאַנד. אין בר־יוספֿס דראַמאַטישער וועלט בינדן זיך צונויף בדרך־כּלל רעאַליזם און פּאָעזיע. שוין לאַנג ווי ער האָט פֿאַרלאָזט דעם הויכן מיסטישן טאָן פֿון זײַנע ערשטע פּיעסעס, וווּ זײַנע העלדן האָבן זיך פֿאַרנומען מיט פֿראַגעס צווישן מענטש און גאָט. הײַנט שטעלט ער אַוועק אויף דער בינע פּשוטע מענטשן מיט קליינע השׂגות, אָבער דעם פּאָעטישן הינטערגרונט האָט ער נישט אויפֿגעגעבן. דעריבער אפֿשר שאַפֿט זיך אַ נישט־צוגעפּאַסטקייט צווישן דער טאָג־טעגלעכקייט פֿון דער אינטריגע און דעם פּאָעטיש־סימבאָלישן באַנד וואָס פֿאַרבינדט זיי צוזאַמען. נישטאָ קיין געווינערס אין זײַנע פּיעסעס, קיינעם געלינגט נישט צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע חלומות אָדער זײַנע באַגערן. אויף אַ מאָמענט קאָן זיך אויסדאַכטן אַז דאָס וועט געשען, נאָר ס'איז נישטאָ אַזאַ זאַך אין בר־יוספֿס טעאַטער־ווערק.

דאָס פּאַסירט אויך נישט אין "גרויסן ים", די איצטיקע פֿאָרשטעלונג זײַנע אויף דער ישׂראלדיקער בינע.

בר־יוסף גייט אויף צוריק אין דער צײַט מיט זײַן "דער גרויסער ים", די האַנדלונג קומט פֿאָר אין 1950, די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה. פּנינה און נח, אַ יונג פּאָר, קומען אַראָפּ פֿון ירושלים, פֿון מאה־שערים קיין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס ערשטע מאָל וואָס פּנינה זעט דעם ים, פֿאַר אים, נחן (יחזקאל לאַזאַראָוו), סימבאָליזירט דער ים די פֿרײַהייט, די אומענדלעכע מעגלעכקייטן. ער וואַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך דעם עול פֿון דער רעליגיע, די פֿרוי (מיכל בלאַנקשטיין, איבערצײַגעוודיק מיט איר נאַיִווער אויפֿריכטיקייט), דערלויבט זיך נישט דאָס צו טאָן, טראָץ דעם וואָס זי וואָלט געוואָלט צוליב טאָן דעם מאַן. זי זעט אין ים בלויז ים און באַצאָלט דעם פֿולן פּרײַז פֿאַר איר נישט־צוגעפּאַסטקייט צו דער נײַער סבֿיבֿה.

ווי אַן אָפּשפּיגלונג צו דער פֿונאַנדערגעפֿאַלענער ליבע פֿון אַ ירושלמער פּאָר געפֿינט זיך אַן אַנדער פּאָר, נײַע עולים פֿון רוסלאַנד, געוועזענע פּאַרטיזאַנער, וואָס דאָרט האָבן זיי זיך ליב געהאַט און דאָ געפֿינט זי (העלענאַ יאַראַלאָוואַ, די שוישפּילערין פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, צום ערשטן מאָל אויף דער העברעיִשער בינע) אינטערעס אין אַנדערע פֿאַרווײַלונגען, אין דער צײַט ווען דער מאַן, דער קריפּל, פֿאַרבלײַבט פֿאַרשטויסן און אומגליקלעך.

די רעזשיסאָרין דעדי ברון פֿילט אָן דעם ברעג־ים מיט שווימער, גימנאַסטיקער, ים־באַזוכער, וועלכע שטעלן פֿאָר די ראַם וווּ עס קומט פֿאָר די דראַמע. אַלע אַקטיאָרן צײַגן איבער מיט זייער עמפֿינדלעכער אַרבעט, אָבער דווקא די עפּיזאָדישע ראָלעס רופֿן אַרויס אַ באַזונדערע אויפֿמערקזאַמקייט: יניבֿ ביטאָן אין דער ראָלע פֿון קעלנער וואָס קומט פֿון דער פּראָווינץ־שטאָט מיט דער האָפֿענונג באַגליקט צו ווערן מיט זײַן נײַער אַרבעט, וואָס נאַטירלעך געלינגט אים נישט; אויך מיראַ עוואַד אין דער ראָלע פֿון דער העלדינס שוועסטער אין דער געלונגענער סצענע מיט נדבֿ אַסולין, וועלכער שפּילט די ראָלע פֿון יונגן שדכן, דערגרייכט צו עמאָציאָנירן מיט איר אויפֿריכטיקייט. חוץ דעם איז זי אויך אַ גוטע זינגערין. ווי געזאָגט, נישטאָ קיין טראָפּן פֿרייד פֿאַר די געשטאַלטן פֿון יוסף בר־יוסף.