ליטעראַטור

מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ איז פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאַריאַ־קיורי־סקלאָדאָווסקאַ־אוניווערסיטעט אין לובלין (פּוילן); אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַקאַדעמישן יאָרבוך "פּאָלין" ווי אויך אַן איבערזעצערין פֿון ענגליש און ייִדיש. זי איז די מחברטע פֿון די ביכער: "יצחק באַשעוויס־זינגערס פּוילן: פּליטה און צוריקקומען", 1994; "הײַנטצײַטיקע פּויליש־ייִדישע ליטעראַטור: אַן אַנטאָלאָגיע" (אין איינעם מיט ענטאָני פּאָלאָנסקי), 2001; "שאָטנס פֿון אידענטיטעט: ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ פֿילשפּראַכיקער פֿענאָמען", 2004; "קאַזימיעזש — קוזמיר: אַ שטעטל פֿון פֿאַרשידענע חלומות", 2006. אין 2004 איז זי באַלוינט געוואָרן מיט דער פּרעמיע אויף יאַן קאַרסקיס און פּאָלאַ נירענסקאַס נאָמען פֿאַר אירע פֿאָרשונגען אויף דעם געביט פֿון ייִדיש.


אין דעם בילגאָרײַער יזכּור־בוך "חורבן־בילגאָרײַ" (רעד. אַבֿרהם קראָנענבערג, תּל־אבֿיבֿ, 1956) לייענען מיר, אַז אין דער אָרטיקער דרוקערײַ איז געדרוקט געוואָרן יצחק באַשעוויסעס ערשטלינג ווערק אונטער נאָמען "סאַלאַמאַנדריע".

אין דער אמתן איז "סאַלאַמאַנדריע" ניט קיין באַזונדער ווערק, נאָר אַ צײַטשריפֿט, וואָס דער צוקונפֿטיקער לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע האָט רעדאַקטירט אין איינעם מיט זײַנע פֿרײַנד אין בילגאָרײַ און וווּ ער האָט זיך אַליין געדרוקט. ביז לעצטנס האָט מען געוווּסט זייער ווייניק וועגן דער דאָזיקער פּובליקאַציע, הגם זי איז דערמאָנט געוואָרן דרך־אגבֿדיק אין אייניקע אַרטיקלען וועגן באַשעוויסעס פֿריִיִקער תּקופֿה. אין מײַ 2003 האָב איך געהאָלפֿן אָרגאַניזירן אַ פֿעסטיוואַל לכּבֿוד באַשעוויסן אין בילגאָרײַ, וואָס האָט אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו זײַנע ווערק, ווי אויך צו זײַן ברודערס און שוועסטערס שאַפֿונג און צום ייִדישן עבֿר פֿון דער שטאָט. פֿרילינג־צײַט, מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט זיך אויף אַ בוידעם אין עפּעס אַ חורבֿה אין בילגאָרײַ אָפּגעזוכט עפּעס זייער אַ טשיקאַווע זאַך; מען האָט געפֿונען דאָרט עטלעכע הונדערט בויגנס געדרוקטע זײַטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער דרוקערײַ, און צווישן זיי זײַנען געווען זײַטן פֿון "סאַלאַמאַנדריע". אויפֿן סמך פֿון די אָפּגעהיטע זײַטן קאָן מען אויפֿשטעלן בערך אַ העלפֿט פֿון דער צײַטשריפֿט. אויפֿן טיטל־בלאַט געפֿינט מען די ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע: "סאַלאַמאַנדריע, זאַמלהעפֿט פֿון צײַט צו צײַט, רעדאַגירט דורך איטשע זינגער, העפֿט 1№, תרפג (1923), פּרײַז 2000 מאַרק. אַרויסגעגעבן דורך א. זינגער און י. ש. א. קראָנענבערג, געזעצט בײַ נ. קראָנענבערג, בילגאָרײַ (פלך לובלין). אויף פּויליש שטייט געשריבן: Drukarnia Kaminera w Biłgoraju, דאָס הייסט, קאַמינערס דרוקערײַ אין בילגאָרײַ.

דאָס שער־בלאַט ווײַזט, אַז די רעדאַקטאָרן האָבן געהאַט אין זינען אַרויסצולאָזן אַ ליטעראַרישע צײַטשריפֿט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פּנים. אין דער צײַטשריפֿט זײַנען דאָ צוויי טעקסטן פֿון באַשעוויסן. איינער אַ דערציילונג "וואָס דערציילט דער מיסטיקער פֿון טאַרנאָמיאַסטאָ", וואָס איז אונטערגעשריבן "איטשע זינגער"; דער צווייטער איז אַן עסיי "דער באַנאַלער פֿוטוריזם" — אָן קיין אונטערשריפֿט, אָבער לויט דעם סטיל און אינהאַלט קאָן מען אַרויסדרינגען, אַז דער דאָזיקער טעקסט געהערט צו באַשעוויסן. עס איז זייער אינטערעסאַנט, וואָס די דאָזיקע יוגנטלעכע טעקסטן ווײַזן שוין די צוקונפֿטיקע ריכטונגען פֿון זײַן ליטעראַרישער און קריטישער קאַריערע. די מעשׂה איז אַ סאַטירישער מאָנאָלאָג פֿון אַ געבילדעטן "מיסטיקער", וואָס ווערט קראַנק אויף שווינדזוכט. עס איז דאָ אַ געוויסע סימבאָלישע באַציִונג צווישן דעם דאָזיקן טעקסט און דעם אופֿן פֿון זײַן אַנטדעקונג. אין אַ קורצער הקדמה דערקלערט דער מחבר, אַז דאָס זײַנען "שטיקלעך פֿון אַ מיסטיקערס אַ טאָג־בוך אָן אַ דאַטע", וועלכע זײַנען געפֿונען געוואָרן פֿאַרקנייטשט און באַפֿלעקט מיט טינט אין די הויזן־קעשענעס זײַנע נאָך זײַן טויט, און דערפֿאַר קאָן מען זיי פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר טיילווײַז, אָבער דאָס איז גענוג צו געבן דעם לייענער אַ באַגריף פֿון יענעם מיסטיקער... און דאָס איז פּונקט ווי מען האָט אַנטדעקט באַשעוויסעס ווערק גופֿא: מען האָט געפֿונען איינצלנע פֿראַגמענטן, באַפֿלעקט און באַדעקט מיט שימל. אָבער דאָס איז גענוג, כּדי צו באַשרײַבן דעם סטיל פֿונעם צוקונפֿטיקן נאָבעל-לאַורעאַט.

עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער פֿאַקט, אַז באַשעוויס האָט אויסגעקליבן די פֿאָרעם פֿון מאָנאָלאָג פֿאַר זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן אַזוי פֿרי. מיר ווייסן, אַז ער האָט אין די שפּעטערע יאָרן אויסגעשליפֿן די דאָזיקע פֿאָרעם ביז צו שלמות, כאָטש אין זײַנע ווערק פֿאַר דער מלחמה האָט ער זי ווייניק גענוצט. דער עסיי, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אַ שאַרפֿע און ביטולדיקע קריטיק פֿון פֿוטוריזם. באַשעוויס האָט אָפֿט מאָל באַטאָנט, אַז ער איז געווען קעגן כּלערליי איזמען און ליטעראַרישע עקספּערימענטן. צום סוף פֿונעם אָפּגעהיטן פֿראַגמענט דערמאָנט דער מחבר איראָניש די נעמען פֿון אורי־צבֿי גרינבערג, פּרץ מאַרקיש און מלך ראַוויטש.

פֿון די ביידע שטיק קומט באַשעוויס אַרויס ווי אַ שאַרפֿזיניקער און לעבעדיקער אָבסערוואַטאָר, מיט אַ גוטן חוש פֿאַר איראָניע, וויזועלן כּוח־המדמה און אַ פֿעיִקייט צו שאַפֿן לעבעדיקע פּאָרטרעטן, וועלכע גרענעצן צומאָל מיט קאַריקאַטור. להיפּוך צו זײַנע שפּעטערע ווערק, זעען די דאָזיקע יוגנטלעכע פֿראַגמענטן אויס ווייניקער ייִדישלעך און מער "קאָסמאָפּאָליטיש". עס ווערן דערמאָנט דיקענס, אָסקאַר ווײַלד, דאַנטע און דאָסטאָיעווסקי. די שאַרפֿקייט פֿון באַשעוויסעס צוקונפֿטיקער פּען איז בולט אין זײַן אַטאַקע קעגן פֿוטוריזם, וווּ ער פֿאַרגלײַכט דעם פֿוטוריסט, וועלכער איז אויף אַזוי באַזעסן מיטן זוכעניש פֿון נײַע אויסדרוק־מיטלען, אַז ער האָט מורא אַפֿילו אַ קוק צו טאָן אויף דער אַלטער גוטער לבֿנה, מיט אַ חסיד, וועלכער שרעקט זיך פֿאַר קוקן אויף אַן אשה.

אינטערעסאַנט אויך, אַז די דאָזיקע פּובליקאַציע איז די איינציקע, וווּ באַשעוויס נוצט זײַן אמתן נאָמען און דערצו נאָך אין דער דימינוטיווער פֿאָרעם. שפּעטער, בעת זײַן "אָפֿיציעלן" וואַרשעווער דעביוט האָט ער זיך באַנוצט מיטן נאָמען "יצחק צבֿי" (אין דער רעצענזיע אין די "ליטעראַרישע בלעטער" נומער 34, דעצעמבער 1924) אָדער "צע" ("אויף דער עלטער", "ליטעראַרישע בלעטער", נומער 60, 26טן יוני 1925). שפּעטער, זינט דער פּובליקאַציע פֿון "נרות" אינעם העברעיִשן "היום" (נומער 224, 27סטן סעפּטעמבער, 1925) האָט ער אָנגענומען דעם פּען־נאָמען "יצחק באַשעוויס", כּדי מען זאָל אים ניט פּלאָנטערן מיט זײַן ברודער, וועלכער איז געווען שוין גוט באַקאַנט צו יענער צײַט. זײַן אמתן נאָמען האָט ער גענוצט בלויז איין מאָל, אין זײַן איבערזעצונג פֿון לעאָן גלעזערס "פֿון מאָסקווע ביז ירושלים", וואָס איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין 1938.

בעת די מעשׂה קומט פֿאָר אין דער בילגאָרײַער געגנט (דאָס שטעטל טאַרנאָגרוד ווערט "טאַרנאָמיאַסטאָ" — סײַ "מיאַסטאָ" סײַ "גרוד" מיינען שטאָט אויף פּויליש), באַהאַנדלט דער עסיי די שרײַבער, וועלכע זײַנען טעטיק מחוץ דער שטעטלדיקער סבֿיבֿה, אין וואַרשע. אַזאַ איז געווען די טבֿע פֿון באַשעוויסעס שרײַבן אין די שפּעטערע יאָרן: זײַנע דערציילונגען און דער ערשטער ראָמאַן זײַנער קומען פֿאָר אין דעם שטעטל, אָבער זײַנע עסייען און אינטערוויוען האָבן צו טאָן מיטן ליטעראַרישן לעבן אין וואַרשע.

בילגאָרײַ, וווּ זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ, און וווּ דער יונגער יצחק האָט פֿאַרבראַכט בערך זעקס יאָר, צווישן 1917 און 1923, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אין זײַן שאַפֿונג. דער ראָמאַן "דער שׂטן אין גאָרײַ" און עטלעכע מעשׂיות קומען פֿאָר אין און אַרום בילגאָרײַ. די טאָפּאָגראַפֿיע פֿונעם שטעטל גאָרײַ איז באַזירט אויף בילגאָרײַ, די מעשׂה "דער חורבן פֿון קרעשעוו" קומט פֿאָר אינעם קליין שטעטעלע Krzeszów אין יענער געגנט, דער האַלב־שדישער דערציילער פֿון "אַ טאָג־בוך פֿון אַ נישט־געבוירענעם" וואַלגערט זיך אין דער טורבינער געגנט, "זײַדלוס דער ערשטער" וווינט אין דער געגנט פֿון זאַמאָשטש און לובלין, אין "דער ייִד פֿון בבֿל" וואַנדערט אַ בבֿלער ייִד פֿון לובלין קיין טאַרנאָגרוד, און גימפּל אין "גימפּל תּם" קומט פֿון פֿראַמפּאָל.

אייניקע פּערסאָנאַזשן אין באַשעוויסעס ראָמאַנען און דערציילונגען האָבן זייערע פּראָטאָטיפּן אין די געשטאַלטן פֿון בילגאָרײַער תּושבֿים. צווישן זיי זײַנען געווען משפּחה־מיטגלידער: אַזוי, למשל, באַזירט זיך רבֿ בעניש אַשכּנזי אין "שׂטן אין גאָרײַ" אויף דער געשטאַלט פֿון באַשעוויסעס זיידן. בילגאָרײַ פֿיגורירט ווי אַ סינאָנים פֿון גן־עדן (אַגבֿ, הייסט דאָס וואָרט "רײַ" דווקא גן־עדן אויף פּויליש). דאָס וואָרט "גן־עדן" טרעפֿט זיך עטלטכע מאָל אין באַשעוויסעס אויטאָביאָגראַפֿישע זאַכן, וועלכע דערציילן וועגן דער צײַט, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין בילגאָרײַ. דאָס איז בולט אין דער מעשׂה "בילגאָרײַ", וואָס שילדערט די שטאָט און די אַרומיקע געגנט פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ בחור, וועלכער זעט דאָס אָרט צום ערשטן מאָל. ער קומט אַהין נאָך אַ לאַנגער רײַזע און אַנטפּלעקט, אַז בילגאָרײַ איז ניט סתּם אַ שיינע, רויִקע און זאַטע שטאָט (להיפּוך צו וואַרשע, וווּ עס הערשן הונגער און אומעט), נאָר דערצו נאָך אַן אָרט, וווּ ער הערט אויף צו פֿילן זיך ליידיק.

אין וואַרשע איז ער געווען גאַנץ פֿרעמד צווישן זײַנע חבֿרים: זײַן טאַטע איז געווען אַ רבֿ, בעת אַנדערע פֿאָטערס האָּבן געהאַט ראַיעלע פּרנסות. ער האָט זיך געשעמט מיט זײַן מאַמעס נאָמען בת־שבֿע, וואָס האָט דערמאָנט אָן דער ליבע־מעשׂה צווישן דוד המלך און דער פֿרוי פֿון אוריה החתּי. ער האָט אויסגעזען אַנדערש, מיט זײַנע העל־רויטע האָר און פּאות. אָבער וואָס נענטער ער איז געקומען צום זיידנס שטעטל, אַלץ קלאָרער איז אים געוואָרן, אַז יעדער איינער האָט דאָ געקענט זײַן מאַמעס נאָמען, און די רויטע האָר זײַנען גאָר ניט געווען קיין יוצא־דופֿן צווישן זײַנע שוועסטערקינדער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס ער קומט צו אַן אויספֿיר: "איך בין געווען אין גן־עדן און געהאַט בלויז איין באַגער: אַז קיינער זאָל מיך דערפֿון ניט אַרויסטרײַבן". פֿיגוראַטיוו נעמט ער אָן די געשטאַלט פֿון אָדם הראשון.

אָבער דאָס איז געווען אויך אַ צײַט פֿול מיט אומרו. אייניקע האָבן אים קריטיקירט פֿאַר זײַן ניט־טראַדיציאָנעלער אויפֿפֿירונג, וועלכע האָט זיך אויסגעדריקט אין זײַן אינטערעס צו דער וועלטלעכער ייִדישער און וועלט־ליטעראַטור; די אַנדערע האָבן אים פֿאָרויסגעזאָגט אַ קאַריערע פֿון אַ שרײַבער אָדער אַ פֿילאָסאָף. חוץ דעם, איז דאָס לעבן אין בילגאָרײַ געווען באמת גאַנץ ווײַט פֿון גן־עדן. אַלע האָבן געלעבט אין איין שטוב אין דלות, וואָס איז געווען באַזונדער שווער צו פֿאַרטראָגן פֿאַר זײַן מאַמען, דער שטאָלצער טאָכטער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם בילגאָרײַער רבֿ, און אָן קיין אויסזיכטן אויף אַ בעסער לעבן.

און, ווי עס קומט געוויינטלעך פֿאָר אין גן־עדן, מוז מען פֿון אים פֿריִער אָדער שפּעטער אַוועק. נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט פֿאַרלאָזט בילגאָרײַ און געפֿאָרן קיין וואַרשע און ווײַטער קיין ניו־יאָרק, פֿלעגט ער זיך כּסדר אומקערן אַהין אין זײַן כּוח־הדמיון, סײַ אין די געשטאַלטן פֿון זײַנע ווערק און סײַ אין דער טאָפּאָגראַפֿיע פֿון אַנדערע שטעטלעך. בעת זײַן באַזוך אין בילגאָרײַ אין מײַ 2003 האָט ישׂראל זמיר, דעם שרײַבערס זון, דערציילט, אַז אַ מאָל אין די 1980ער, האָט ער געפֿרעגט זײַן טאַטן, צי ער איז נאָך אַלץ בכּוח צו באַשרײַבן דעם זיידנס שטעטל. באַשעוויס האָט אים געענטפֿערט: "אוודאי. יעדע שטוב. יעדע גאַס. וואָלט דאָס ייִדישע בילגאָרײַ נאָך געשטאַנען, וואָלט איך זיך גרינג געפֿונען מײַן וועג". ליידער, האָבן זיך אָפּגעהיט בלויז קנאַפּע שפּורן פֿונעם ייִדישן בילגאָרײַ — דערפֿאַר דאַרף מען זיך פֿרייען, אַז עס האָבן זיך אָפּגעזוכט אָט די זײַטלעך פֿון "סאַלאַמאַנדריע". און ווער ווייסט, אפֿשר וועט מען נאָך געפֿינען דאָס רעשט פֿון דער צײַטשריפֿט...