ליטעראַטור
רבֿקה רובין

שוין היפּשע עטלעכע שעה זײַנען זיי געווען אויף די פֿיס — דער קליינינקער, שטשופּלער דאָקטער; זײַן שטאַלטנע פֿרוי מיטן גרויסן קאָפּ האָר, צעפֿלאָסענע איבער די אַקסלען, און זייער שכנה, די לערערין, אַ הויכע, אַ ברייטע, נאָענט צו די פֿופֿציקער. מיטן פֿערטן, דעם יונגן עסט, האָבן זיי זיך באַקענט ערשט נעכטן בײַ אַ טישל אין רעסטאָראַן. דערוווּסט זיך, אַז ער איז אַן אַרכיטעקט, האָט די לערערין מיט איר הײזעריקלעכער, נאָר גוט באַהערשטער, שטים פֿאַרגעבן אים אַזוי פֿיל קשיות, ביז ער האָט זיך אַליין אָנגעבאָטן אויף צומאָרגנס דורכגיין זיך מיט די אָנגעפֿאָרענע איבער דער שטאָט.