|
דער מחבר נתן ענגלענדער (רעכטס) און דער רעזשיסאָר באַרי עדלשטיין |
Credit: Joan Marcus |
מיט בערך זעקס יאָר צוריק האָב איך געהערט ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר באַקלאָגט זיך, אַז זײַנע אַמעריקאַנער סטודענטן ווייסן גאָרנישט וועגן סטאַלינס שחיטה פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אויגוסט 1952, און נאָך ערגער — אַז זיי אינטערעסירן זיך בכלל נישט מיטן ייִדישן קולטור־לעבן, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.
נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען.
ווי אַזוי איז די טעמע אײַנגעפֿאַלן דעם 43־יאָריקן נתן ענגלענדער? בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט ער דערציילט, אַז ער איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער משפּחה אין וועסט־העמפּסטעד, ניו־יאָרק, געלערנט אַלע יאָרן אין אַ ישיבֿה, אָבער האָט קיין מאָל נישט געהערט וועגן סטאַלינס אַקציע קעגן די ייִדישע פּאָעטן.
בײַ זײַן דריט יאָר פֿון קאָלעדזש, ווען ער האָט שטודירט אַ יאָר אין "העברעיִשן אוניווערסיטעט" אין ירושלים, האָט ער דאָס ערשטע מאָל זיך דערוווּסט וועגן דעם. "ס׳איז געווען די צײַט איידער די אײַזערנע וואַנט איז געפֿאַלן," האָט ער דערקלערט. "מײַן פּראָפֿעסאָרין, עדיט פֿראַנקל, וועלכע איז געווען אַן עקספּערט פֿון רוסישע שטודיעס, האָט דערמאָנט די טראַגעדיע בלויז פֿאַרבײַגייענדיק. ס׳האָט מיר אויסגעזען מאָדנע, וואָס קיינער רעדט נישט וועגן דעם. כ׳האָב געהאַלטן, אַז צום ווייניקסטן, האָבן די שרײַבער פֿאַרדינט, אַז מע זאָל אָנשרײַבן אַ מעשׂה וועגן זיי."
האָט ער געוואַרט עטלעכע יאָר, אַז עמעצער זאָל עס טאָן, אָבער — ווײַטער גאָרנישט. "ס׳איז מיר געווען שווער צו גלייבן, אַז מע האָט דורכגעפֿירט אַזאַ שרעקלעכע אַקציע, און דערבײַ איז אַ גאַנצע וועלט אונטערגעגאַנגען, און דאָך — שווײַגט מען. האָב איך באַשלאָסן אַליין אָנצושרײַבן די מעשׂה. כ׳האָב געדאַרפֿט נאָך אינפֿאָרמאַציע, אָבער געפֿונען האָב איך בלויז עטלעכע שורות דאָ און דאָרט אין דער ׳ענציקלאָפּעדיע דזשודאַיִקע׳."
|
אַ סצענע פֿון דער פּיעסע (פֿון רעכטס): פּינחס פּעלאָוויץ (נאָאַ ראָבינס), משה ברעצקי (דניאל אָרעסקעס) און יעווגעני צונזער (ראָן ריפֿקין) |
Credit: Joan Marcus |
ווען ענגלענדערס דערציילונג איז, סוף־כּל־סוף, אַרויסגעלאָזט געוואָרן, ווי אַ טייל פֿון זײַן ערשטער זאַמלונג, For the Relief of Unbearable Urges [אַ מיטל צו באַרויִקן אומדערטרעגלעכע יצר־הרעס], איז עס געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער בעסטסעלער. באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך, האָט די באַרימטע דראַמאַטורגין און פּראָדוצירערין, נאָראַ עפֿראָן, אים פֿאַרבעטן אויף מיטאָג און געזאָגט, אַז "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" איז איר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, און אַז מע וואָלט געדאַרפֿט מאַכן פֿון דעם אַ פּיעסע.
"כ׳האָב מסכּים געווען, און זי האָט באַקומען דאָס רעכט עס איבערצומאַכן. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז זי וועט אַליין אָנשרײַבן דעם סצענאַר, אָבער ווי באַלד זי איז געוואָרן די פּראָדוצירערין, האָט זי מיר געזאָגט, אַז זי וויל דווקא, אַז איך זאָל עס אָנשרײַבן."
ענגלענדער האָט דעמאָלט געהאַלטן אין מיטן שרײַבן אַ ראָמאַן וועגן דער טעראָריסטישער תּקופֿה אין אַרגענטינע בעת די 1970ער יאָרן. האָט עפֿראָנס פּראָיעקט געמוזט וואַרטן עטלעכע יאָר. ווען ער האָט, סוף־כּל־סוף, אָנגעהויבן שרײַבן די פּיעסע מיט פֿיר יאָר צוריק, איז עפֿראָן שוין געווען קראַנק אויף ראַק. (זי איז טאַקע ניפֿטר געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, און דערבײַ נישט דערלעבט צו זען די פּרעמיערע).
נישט געקוקט אויף איר פֿיזישן מצבֿ, האָט עפֿראָן אָבער ביזן סוף אַרויסגעוויזן ענערגיע און אָפּטימיזם פֿאַרן פּראָיעקט — האָט ענגלענדער געזאָגט — און האָט נישט פֿאַרפֿעלט קיין איין פֿאָרלייענונג פֿון דער פּיעסע. "און איך מוז זאָגן, איר געדאַנק זיך צו ווענדן צום ׳פּאָבליק טעאַטער׳ מיט דעם פּראָיעקט איז געווען ממש געניאַל."
דער אָנגעזעענער "פּאָבליק טעאַטער", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט כּמעט זעכציק יאָר צוריק ווי איינער פֿון די ערשטע נישט־פּראָפֿיט־טעאַטערס, איז הײַנט דער איינציקער ניו־יאָרקער טעאַטער, וואָס פּראָדוצירט סײַ שייקספּיר־פּיעסעס, סײַ נײַע אינאָוואַטאָרישע אַמעריקאַנער ווערק.
דער רעזשיסאָר בערי איידלשטיין האָט נאָענט מיטגעאַרבעט מיט ענגלענדער, און געהאַלטן אים אין איין צוריקשיקן צום טיש, איבערצושרײַבן די סצענעס. "ס׳האָט מיך אָבער נישט געאַרט, ווײַל ס׳איז געווען אַ סימן, אַז ער גלייבט אין מײַן טאַלאַנט," האָט ענגלענדער באַמערקט.
הגם ענגלענדער קען אַליין נישט קיין ייִדיש, און אַפֿילו זײַנע עלטערן רעדן עס נישט, דריקט די פּיעסע אויס אַ בפֿירושע ליבשאַפֿט — אָדער צום ווייניקסטן, אַ בענקשאַפֿט — פֿאַר דער שפּראַך, וואָס קאָן אַזוי גוט אויסדריקן די טיפֿסטע געפֿילן. ווי עס דערקלערט איינער פֿון די העלדן: "ווען משה רבינו וואָלט גערעדט אויף ייִדיש, וואָלט ער אויפֿגעהערט צו שטאַמלען."
ענגלענדער האַלט, אַז ער האָט אײַנגעזאַפּט די וואַרעמקייט צו ייִדיש דורך די אייראָפּעיִש־געבוירענע לערער פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. "מײַן גאַנץ לעבן האָב איך זיך געלערנט אין ישיבֿה. מע האָט מיר געגעבן אַן עכטע, טראַדיציאָנעלע מוסר־דערציִונג, ענלעך צו דער בילדונג, וואָס ייִנגלעך פֿלעגן באַקומען אין ׳שטעטל׳. כאָטש מײַנע לערער האָבן גערעדט ענגליש, איז עס געווען מיט אַ שווערן ייִדישן אַקצענט און סינטאַקס."
טאַקע דערפֿאַר איז ענגלענדער געווען גליקלעך אויסצוגעפֿינען, אַז איינער פֿון די אַקטיאָרן, ראָן ריפֿקין, קאָן יאָ ייִדיש. "דאָס איז געווען אַ גרויסע מעלה בעת די רעפּעטיציעס," האָט ענגלענדער געזאָגט. אין איינער פֿון די סצענעס, זינגט ריפֿקין (צונזער) מאַרק וואַרשאַווסקיס "דעם מילנערס טרערן", בעת ער וויגט דעם שטאַרק־צעקלאַפּטן פּעלאָוויץ אין די אָרעמס. ריפֿקין האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דאָס ליד האָט ער אַליין אויסגעקליבן. "כ׳האָב געהערט, אַז מע וועט אפֿשר זינגען ׳אויפֿן פּריפּעטשיק׳ אין דער סצענע, האָב איך גלײַך אויפֿגעקלערט דעם רעזשיסאָר, אַז ׳דעם מילנערס טרערן׳ איז אַ מער פּאַסיק ליד."
אינטערעסאַנט איז, וואָס ריפֿקין האָט געזונגען דאָס ליד אויף דער בינע, אָן שום איבערזעצונג. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט אַ מיטל־יאָריקער מאַן זיך טאַקע באַקלאָגט, אַז ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען די ווערטער פֿון ליד, און ווי אַזוי קען ער באַקומען די איבערזעצונג. האָט ריפֿקין, מיט געדולד, אים געגעבן דעם ענגלישן נאָמען פֿון ליד, און דער מאַן האָט אים באַדאַנקט און געזאָגט, אַז ער וועט עס גיין אויסזוכן. אפֿשר איז טאַקע נישט קיין שלעכטער געדאַנק, אַז מענטשן, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, זאָלן אַ מאָל דאַרפֿן אַ ביסל אַרבעטן אויסצוגעפֿינען דעם טײַטש פֿון אַ ייִדיש ליד; וועלן זיי עס אפֿשר בעסער געדענקען...
דאָס אויפֿפֿירן אַן אַמעריקאַנער פּיעסע אויף ענגליש וועגן דעם 12טן אויגוסט איז זיכער אַ גוטע בשׂורה. איצט וועט מען דאַרפֿן זען, צי די טעמע וועט אינספּירירן אויך אַנדערע שרײַבער און קינסטלער עס אײַנצוגלידערן אין זייערע ווערק, אָדער ס׳וועט ווײַטער בלײַבן אַ פֿאַרגעסענער קאַפּיטל פֿון דער וועלט־געשיכטע.
"דער זיבן־און־צוואָנציקסטער מענטש" וועט שפּילן אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אויף 425 לאַפֿאַיעט־סטריט אין ניו־יאָרק ביזן 9טן דעצעמבער.