- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין דאָס ערשטע ליד אין ביילע שעכטער-גאָטעסמאַנס "אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען" גיט איבער דעם טאָן פֿון דער גאַנצער זאַמלונג. "אָוונט איז געווען (אַ בילד אין אַקוואַרעל)" שפּיגלט אָפּ די פֿליסיקייט סײַ פֿון אירע לידער, סײַ פֿון אירע בילדער. ביידע דריקן אויס אַ באַוועגונג פֿון עמאָציע און גײַסט. דאָס ליד מאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן רושם, אַזוי ווי אַ פֿילם אין אַקוואַרעל׃ דער אַרויסקוק פֿון דער פּאָעטעסע וואָס שטייט בײַם פֿענצטער, איז "פֿאַרענגט" געוואָרן. זי סטאַרעט זיך צו זען דעם דרויסן. די הײַזער הייבן זיך און נידערן זיך. זייערע "ליכטלעך" ציִען זיך און רינען, אַזוי ווי וואַסער "אינעם ים פֿון שוואַרצקייט". מען פֿילט דעם אומעט פֿון דער דיכטערין דורך די באַוועגונגען וואָס זי מאָלט מיט אירע ווערטער. אָבער ס׳איז אַ "זיסער אומעט אין יונגן בענקען". אָט די שורה וואָס שליסט דאָס ליד שטעלט פֿאָר די אַטמאָספֿער פֿון דער גאַנצער זאַמלונג — די לידער און די סקיצעס. די צייכענונגען אין בוך, פּונקט ווי אירע לידער, זענען פֿול מיט באַוועגונג. אירע לאַנדשאַפֿטן און ביימער גיסן זיך אויס אויפֿן בלאַט, און אין די צייכענונגען פֿון מענטשן באַוועגט מען זיך אויך; זיי האַלטן אין מיטן די ווערטער "טשערנאָוויץ" און "ייִדיש" קומען צוזאַמען, בדרך-כּלל, ווען די רייד גייט וועגן דער היסטאָריש-וויכטיקער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אויגוסט 1908. הונדערטער מאָל האָט מען שוין דערציילט און איבערדערציילט, ווי אַזוי דעמאָלט, מיט 104 יאָר צוריק, האָט מען געהאַלטן רעדעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס און ווי מע האָט סוף-כּל-סוף זיך צונויפֿגערעדט, אַז ייִדיש האָט געוויזן קלאָרע סימנים פֿון אַ (חס-וחלילה ניט "דער") נאַציאָנאַלער שפּראַך. אָבער מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש אין טשערנאָוויץ ניט פֿאַרענדיקט. אַ סך איז געשען דאָרטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אָבער דאָ וויל איך דערמאָנען נאָר וועגן דער צײַט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען דווקא טשערנאָוויץ איז באַשטימט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָט מען ביזן יאָר 1948 דערלויבט צו האָבן אַ ייִדישע לערנשול (אָדער אַפֿילו צוויי שולן). דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אין קיִעוו, האָט מען אויך "פֿאַרשיקט" אַהין. קיין טשערנאָוויץ האָבן אָנגעהויבן זיך ציִען ייִדישע פּען-מענטשן. וועגן דעם פֿילם האָט מען שוין מער ווי איין מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס"; אַ פֿילם וואָס טאָרבינער האָט איבער אים געאַרבעט נישט ווייניקער ווי פֿינף יאָר, קוים קריגנדיק גענוג שטיצע אים צו פֿאַרענדיקן. ס׳זעט אויס, אַז דעם לאַנד וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אויף ציוניסטישע יסודות, איז ביז הײַנט שווער צו אָנערקענען די ריזיקע ראָלע, וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט פֿאַר דער מלחמה אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. שוין זשע קאָנען נישט די פֿאַרברענטע ציוניסטן ביז הײַנט מסכּים זײַן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, און האַלטן דעם "בונד", ווי ‘אַ געפֿאַר’ פֿאַרן לאַנד, אַז אַפֿילו צו באַקומען אַ שטיצע פֿאַר אַ קונטס־ווערק וועגן "בונד", קומט אָן מיט גרינע ווערעם? דאָס נײַע ביכל, אונטערן טיטל "בונדאים: סוציאַליזם בייִדיש ובעבֿרית, סרט וחמישה מאמרים" (די ישׂראלדיקע בונדיסטן: סאָציאַליזם אויף ייִדיש און עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינף אַרטיקלן), באַשטייט פֿון די ווערק פֿון ב. צאַלעוויטש (דער גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן "בונד") און י. אַרטוסקי (דער חשובֿער אידעאָלאָג און פֿאָרזיצער פֿון "בונד" אין ישׂראל) אויף ייִדיש און העברעיִש. דער יונגער פֿאָרשער יעד ביראַן גיט צו איין אַרטיקל; און פֿון יצחק לודען קאָן מען דאָ געפֿינען דעם איינציקן אַרטיקל פֿון אַ בונדיסט, אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1977. ב. אַרטוסקי ווערט ציטירט אינעם פֿילם פֿון דעם טעקסט, וואָס איז אויך פֿאַראַן אינעם ביכל, און וואָס האָט אַ שײַכות צו דער פּראָבלעם אײַינצופֿרירן דעם "בונד" אין דער ייִדישער מדינה אין 1966. A Journey to Shtetl. Documentaries taken in 1988 in former Jewish settlements of Ukraine. Aktivi, JDC. זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער. From Revolution to Repression: און אַרום אַלע קאַנטן, כּדי מײַן חתן דער שייגעץ זאָל קענען גיין אויף זײַנע הענט בריליאַנטן. (פֿון שמואל לעהמאַנס זאַמלונג "די אונטערוועלט און אירע לידער") די וואָך הייבט זיך אָן דער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע" אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, און איינע פֿון די טעמעס הײַנטיקס יאָר באַהאַנדלט "די ייִדן אין לאַטיין־אַמעריקע". עס וועלן זיך באַטייליקן דער לערער און לעקטאָר ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, די מוזיקער לערנער און מאָגילעווסקי, און די זינגערין יאַסינאַט; אַלע זענען געסט פֿון אַרגענטינע. אינעם טעאַטער־וואַרשטאַט וועט דזשעני ראָמיין פּרוּוון אַרײַנפֿלעכטן אין אַ טעאַטער־ספּעקטאַקל עטלעכע אויטאָביאָגראַפֿישע קאַפּיטלעך פֿון דער זינגערין איזאַ קרעמער, וועלכע האָט פֿאַרבראַכט די לעצטע אַכצן יאָר פֿון איר לעבן אין אַרגענטינע. ווען זי האָט דאָרטן געלעבט, איז דער דיקטאַטאָר כואַן פּעראָן איר דערגאַנגען די יאָרן צוליב איר און דעם מאַנס לינקער פּאָליטיק. ווען עס גייט די רייד וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אַרגענטינע, קומט קודם־כּל אויפֿן זינען די אַזוי־גערופֿענע ווײַסע שקלאַפֿערײַ, ווען ייִדישע פֿרויען, אַנטלויפֿנדיק פֿון אָרעמקייט און רדיפֿות אין מיזרח־אייראָפּע און רוסלאַנד, זענען אָנגעקומען אין לאַנד און דאָרט גענייט געוואָרן צו ווערן פּראָסטיטוטקעס. (שאַנדהײַזער זענען געווען לעגאַל ביז 1936). אָנגעפֿירט מיט דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ פֿון ייִדישע פֿרויען האָבן די ייִדן גופֿא. "אוי, די פֿעלדער פֿון בעסאַראַביע, לאַנד פֿון ווײַן און לאַנד פֿון טרויער, אַז איך דערמאָן זיך אין דײַנע טאָלן, איז נאָר איך וויין און איך באַדויער." איציק מאַנגער, "דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע" צי איז דאָ אויף דער וועלט נאָך אַזאַ רײַך אָרעם לאַנד ווי בעסאַראַביע? און בכלל, ווער אַחוץ די בעסאַראַבער ייִדן רופֿט דאָס לאַנד מיט זײַן אמתן נאָמען — "בעסאַראַביע" און ניט "רעפּובליקאַ מאָלדאָוואַ", אָדער "מאָלדאַוויע"? און ווי נאָך, אַחוץ ארץ־ישׂראל קענט איר געפֿינען "בית־יהודי בעסאַראַביע", דאָס "הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן"? וואָס קען מען זאָגן? בעסאַראַביע האָט אַ "ייִדיש מזל". די הערשער אירע פֿלעגן זיך בײַטן ווי די צײַטן פֿון יאָר, — טערקן, רוסן, רומענער... אָבער, דווקא די עטנישע און שפּראַכלעכע פֿילפֿאַרביקע אַרומיקע סבֿיבֿה האָט צוגעגעבן דעם בעסאַראַבער ייִדנטום אַ באַזונדערע באַזונדערקייט, ווי אויך אויסגעפֿורעמט אַ פּרעכטיקן, אויסערגעוויינטלעך זאַפֿטיקן דיאַלעקט, אויף וועלכן מען האָט גערעדט אויף אַ ריזיקער טעריטאַריע פֿון אַקערמאַן ביז כאָטין. ס׳איז דאָך נישט קיין חידוש, ווען מע לעבט צווישן רומענער, כאָכאָלן, קאַצאַפּן, פּאָליאַקן, ליפּאָוואַנער, דײַטשן, גאַגאַוזן, רוסן, בולגאַרן און ציגײַנער. אַ סך ציגײַנער און קיין איין און איינציקע חסידישע קהילה. וווּ נאָך, חוץ בעסאַראַביע, רוען אויפֿן הייליקן אָרט, בשכנות, איינער לעבן צווייטן, — דערעדזשי, אַבראַמאָוויטש, בערעסטעטשקאָ, האַנאָווער, קאָלפּאַקטשי, באַרדיטשעווער, וואַרזאַר, סאַראַדזשאַ, מאָשקאַוצאַן און פּערלאָוו. אַלע — כּשרע ייִדן. מאָסקווע׃ "קאָרפּוס", 2011 דער מחבר און אַמאָליקער סאָוועטישער דיסידענט נאַום נים (נחום יעפֿרעמאָוו) באַשרײַבט אינעם דאָזיקן רירעוודיק–שיינעם בוך זײַנע קינדער־יאָרן אין באָגושעווסק, אַ שטעטל אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער שאָטן פֿון דער מלחמה, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דאָס גאַנצע ווײַסרוסישע ייִדנטום און געבראַכט אַ סך צרות פֿאַר אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, באַגלייט די דערציילונג אַפֿילו אין סאַמע גליקלעכע מאָמענטן, אָבער פֿאַרשטערט ניט די נאַטירלעכע קינדערשע פֿרייד. יוסף גורי, אַ ספּעציאַליסט אין סלאַווישע שפּראַכן, האָט אַן אויסערגעוויינטלעכן אָרגאַניזירטן מוח, וואָס נאָר אַ לעקסיקאָגראַף קען פֿאַרמאָגן. צוזאַמען מיט שואל פֿערדמאַן האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קורצער ייִדיש־העברעיִש־ענגלישער ווערטערבוך" אין 1994. גיט נאָר אַ קוק אויף נחום סטוטשקאָווס "דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" צו פֿאַרשטיין ווי אָרגאַניזירט דער לעקסיקאָגראַף דאַרף זײַן. גורי האָט נישט געזאַמלט זײַן מאַטעריאַל פֿונעם פֿאָלקס־מויל, נאָר פֿון פֿריִער געדרוקטע זאַמלונגען, אַרײַנגערעכנט זײַנע אייגענע ווערק, און נײַע מאַטעריאַלן ווי די "פֿאָרווערטס"־סעריע "מאַמע־לשון" פֿון נחום סטוטשקאָוו, וואָס לייזער בורקאָ האָט צוגעגרייט צום דרוק. זײַן ביבליאָגראַפֿיע פֿון מקורים איז אַ רעלאַטיוו קליינע, און ער ווייסט מסתּמא, אַז גאָר אַ סך אַנדערע אידיאָמאַטישע זאַמלונגען זענען צעזייט און צעשפּרייט, און ווערן נאָך געדרוקט עד־היום (למשל באָריס קאָפּיטס זאַמלונג וואָס מיר האָבן באַשריבן מיט צוויי וואָכן פֿריִער). בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע חרדים אין ירושלים ווערן די דאָזיקע טערמינען אויך היפּש פֿאַרמישט. למשל, אין שטאַרק־חרדישע קרײַזן, וואָס זענען נאָענט צו נטורי־קרתּא, הערט מען צומאָל, אַז די אַנדערע, מער מאָדערניזירטע חרדים, וואָס דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי און שטיצן די מלוכה, זענען "לינקע". אַזאַ באַנוץ פֿונעם וואָרט שטאַמט, אַפּנים, פֿון דער אַמאָליקער תּקופֿה, ווען דאָס באַטייליקן זיך אין די וועלטלעכע אינסטיטוציעס האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט סאָציאַליזם. אַ סך אַמעריקאַנער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וועלכע רופֿן זיך "צענטריסטן", וואָלטן געזאָגט, פֿון זייער זײַט, אַז די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל זענען געפֿערלעך "רעכט". וואָס שייך פּאָליטיק, אָבער, זענען פּונקט די דאָזיקע "צענטריסטן" אָפֿט שטאַרק רעכטע, צומאָל ביז אַן עקסטרעמער מדרגה, און די סאַטמאַרער חסידים שטיצן געוויינטלעך, די דעמאָקראַטן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ. וואָס הערט מען אין ים?
שאַגאַל האָט ערשט ווידער באַזוכט רוסלאַנד העכער פֿופֿציק יאָר נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן. אין 1973 האָט מען דאָרט געמאַכט אַ קליינע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין אַ זײַטיקן אַלקער פֿון דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע. דער עולם איז געווען אַזוי גרויס, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם בנין. זינט דעם האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט שאַגאַלן ווי אַ "חשובֿן רוסישן קינסטלער", וואָס דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן אינעם גלות פֿון דער עמיגראַציע, באַגלײַך מיט אַנדערע רוסישע קינסטלער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; אַזעלכע, ווי בענואַ און דאָבוזשינסקי. אָבער מען האָט דערבײַ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון שאַגאַלס "רוסישער" קונסט. זײַן "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער" איז געהיט געוואָרן בסוד־סודות. אַזוי שטרענג, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע קונסט־פֿאָרשער און מיטאַרבעטער פֿון דער טרעטיאַקאָוו–גאַלעריע גופֿא האָבן ניט געמעגט אַ קוק צו טאָן אויף דעם דאָזיקן מײַסטערווערק. |